בלאט 1 פון 1

ווען זענען מיר געווארן קרעציג?

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 10:35 pm
דורך דעת זקנים
טוט זיך א טריאומפ פון נצחון אויף די גרופעס און די נייעסער אז ס׳איז אריינגעקומען איינער און גייט איינמאל פאר אלעמאל לייגן קדם אין פלאץ.

וואס איז? פארוואס פרייט מען זיך אזוי, זייער פשוט, זיי רעכענען זעקס דוללער א פלעשל גרעיפ דזשוס, במילא קומט זיך זיי צו ווערן באגראבן.

שטעלט זיך א קשיא, דער זעלבער קדם שטעלט צו אנדערע ברענדס גרעיפ דזשוס פאר שפאט ביליג, דער זעלבער קדם שטעלט צו בחינם גרעיפ דזשוס פאר ווער ס׳מאכט נאר א חלוקה פאר פסח און דעמאלטס שטייסטו און די פילסט אן א מיני ווען מיט גרעיפ דזשוס אזש אז מ׳נעמט די מנחה-מעריב גארטל אלץ א מיטל צו פארמאכן דאס טראנק, און לאמיר נישט פארגעסן אז ס׳דעקט דיר ביז חנוכה, נו וואס ביזטו אזוי בייז, סאיז אינגאנצן דריי חדשים וואס די קויפסט גרעיפ דזשוס די אנדערע ניין חדשים שטעלט דיר עס קדם צו, נו וואס שימפסטו?

צו ווייסטו אפילו אז מ׳האט אייביג געקענט קויפן אנדערע פאר ווייניגער ווי האלב פון קדם? א מכה, דיר גייט נישט אן די פרייז, דיר גייט סך הכול אן אז קדם מאכט געלט, שלעכטער מענטש!

איך אלץ חלק פון דער אמעריקאנער אידנעטום שטאלציר אז די קדם קאמפעני וואס האט אונז צוגעשטעלט א סעלעקשאן פון די בעסטע וויינען, און האט אימפאטירט יעדער גוטער וויין צו דער כשרע׳ר מארקעט, און טיילט וויין בחנם פאר פסח, מאנאפלירט די אידישער מארקעט. לאנג לעבן צו זיי, נאר אזעלעכע זאלן ווייטער מאנאפעלירן אונזער מארקעט!