ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7055 מאל

ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע!

שליחה דורך כוכב »

מיין לויער האב איך שוין געהייסן שיקן א ווארענונגס בריוול פאר [tag]נתן מנחם[/tag] פאר'ן זיך אריינשטופן זיין נאניע אין מיינע געשעפטן, אבער חברה ס'איז נישט קיין ווערטל, מ'דארף זיך נעמען אין דער האנט אריין.
טיק טאק, טיק טאק, דער זייגער קלאפט, מלכות און מפואר זענען שוין אין העפטיגן קאמף, הגדה און אבערלענדערס האבן שוין ארויסגענומען אדווערטייזינג סלאטס אין אלע לאקאלע פאפירן, וויש וואש, די הויז איז שוין א מיש מאש, צו עסן אינדערהיים קריגט מען א מכה ווייל ס'שוין פסח'דיג, און מיר טארן נישט שלאפן.
כלל ישראל ווארט פאר אונזער אויפגאבע. לאמיר ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז קאווע שטיבל לעבט און לאכט ווי קיינמאל בעפאר.

געים-פלאן ווי ס'האלט יעצט, דאנערשטאג אוונט 6:23, איך לייג דאס אין שבת אחים ווייל איך וויל רעדן צו די היימישע חברה דייקא.

1. ווער ס'איז מיט מיר זאל אויפהייבן די האנט.

2. איך וויל זיך נעמען צו דער עבודה, אבער איך בין אנגעוויזן אויף הילף. פון זיצן אויפ'ן פדן ארם און אן די צוזאמענארבעט פון יעדן איינעם געב איך אייך מיין גאראנטי אז עס וועט גארנישט ווערן.

3. בקיצור, צום ערשט דארף מען א גראפיק דעזיינער, איינער האט קאנטאקט מיט [tag]מה הוא[/tag]? זאגטס אים איך זוך אים מיט לעכט.

4. מ'דארף אנגרייטן א פלאן ב' אין פאל מה הוא איז נישט אין די כלים\גיסטע.

5. איז דא איינער וואס האט א יד אין גראפיקס אדער עימוד, ביטע זיך ווענדן צו מיר אין אישי, אדער צו [tag]געוואלדיג[/tag], וועלכער איז מיין רעכטער האנט וידו כידי. (@מושב זקנים, הער אויף בלאזן, איך קען נוצן דיין עקספערטיז פון דיין געלונגענעם פי עט הדר.)

6. אין פאל קיין גראפיק דעזיינער רופט זיך נישט אן ביז זונטאג צוועלף אויפדערנאכט קען מען מאכן אן אויסגאבע אין פארעם פון א קובץ אזוי ווי די אמר ונבנתה פנינינם שזורים קונטרסים, אבער צו דעם דארף איך די הילף פון [tag]ונבנתה העיר[/tag] און [tag]אדנירם[/tag] (איך אקצעפטיר נישט דיין רעזיגנאציע בריוול... ווי קענט עפארד איט) אזוי אויך קען איך נוצן די הילף פון דער וואס האט ארויסגעגעבן די למעשה קונטרס, רוף דיך אן... ([tag]רויטע וואנצעס[/tag], דו קענסט לכאורה אויך מאכן סתם א פשוטע עימוד, שטימט?)

7. אין פאל קיינער האלט נישט ביים מאכן קיין עימוד (א ווייטער חשד, אבער העי יו נעווער נאו, טראמפ געווינט אויך די רעפובליקאנער נאמינאציע, וויאזוי זינגט ער נאר דער ביבער, נעווער סעי נעווער) וועט מען זיך באגנוגן מיט א קאמפיין ענליך צו אראומע, אז דער ציבור וועט שרייבן ארטיקלען לכבוד יום טוב און אולי יחוס אז איינער וועט עס צוזאמשטעלן אין א קונטרס.
בכל אופן דאס זענען מיינע פלענער אויף יעצט, פאר סיי וואס פאר א קאמענטארן און הערות, רופט אייך אן הילכיג און הויעך, צו קריטיקירן ביטע דירעקטירט אייער קריטיק צו [tag]יאיר[/tag]'ס אישי קעסטל, ער איז געשטעלט אויף קריטיק.

8. די ברענד פאר'ן אויסגאבע ווי ס'האלט יעצט, וועט הייסן "פה-סח 2", לויט די ראט פון שש, טאמער איינער האט א גוטן נאמען זאל ער זיך ביטע אנרופן.
#סארי_מעט_דעמאן_האט_עס_נישט_געקענט_מאכן_וכו'.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר