די פרוזדור פון אייוועלט איז קאווע שטיבל

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

די פרוזדור פון אייוועלט איז קאווע שטיבל

שליחה דורך הגיון »

אודה ולא אבוש, איך בין געווען אמאל א מעמבער אויף אייוועלט, און געשריבן ענליכע ארטיקלן צו די לינק. איך בין געווען פון די גרעסטע קעמפער קעגן קאווע שטיבל, געשריבן ריזיגע פראקלאמאציעס נאכאנאנד. אבער ultimately האט מיר דאס געפירט קיין קאווע שטיבל. און טאקע די לינק אויבן האט מיך באוואויגען צו שרייבן דאס פאלגענדע. די moral of the story איז געוואלדיג, און מען קען דאס נוצן איבעראל אין לעבן. און צוליב פארשטענדליכע סיבות אקצר.

מיין איבערגעטריבענע אבסעסיע פון האקן אויף קאווע שטיבל האט מיר אריינגעשלעפט ווי א צויבער ראד גראד אהער.

פונקט ווי דער אבנר אינעם לינק פלעג איך שאלן מיט אנעים זמירות טראמפייטערס. איך פלעג כסדר שפרינגן פון קאווע צו די אייער, און געווען פארנומען מיט שינדן און האקן אויף די א.ג. משכילים. איך פלעג שרייבן זאכן וואס איך האב אליין נישט געגלייבט, און פונקט ווי אנדערע בין איך נאכגעשלעפט געווארן מיט די ווינט דארט, וואס איז, אז ווי מער מען האקט אויף ק"ש, אלץ מער ארויפגעקוקט ווערט מען. איך פלעג ליינען ק"ש זייער אויבערפלעכליך ווייל איך האב געציטערט צו ליינען, ווייל מען האט געהאט געזאגט די ארגסטע זאכן אויף ק"ש. ויהי היום, האב איך אפגעמאכט לאמיר אפליינען איין אשכול פון ק"ש, ונחזה וואס טאקע פאסירט דארט. צו מיין מזל האב איך אריינגעוואנדערט צו יידל'ס אשכול וועגן חכמה. וואס זאל איך אייך זאגן עס האט מיר געווארפן הענט און פיס. איך האב באלד געזען מה בין בני ובן חמי. מענטשן נוצן אייביג די ווארט "אויפגעקלערט". און אבנר באנוצט זיך אין זיין ארטיקל מיט "אפגעהרג'ט". לשיטתו האט מיך ק"ש אפהרג'ט. וויל איך פרעגן פארוואס הייסט דאס נישט אפגעהרגעט ווען מען דאקטערט טויזענטער מענטשן אויף אייוועלט אז זייערע אייגענע ברידער זענען כופרים? און מען רעדט נישט דארט פון קיין מענטשן וואס זיצן אין כולל און לערנען, און ווייסן נישט וואס פאסירט ארום זיך. מען רעדט דארט פון א בלאג אייוועלט, וואס קאכט זיך אין אלעמען פונקט ווי דא, נאר עס איז בהשגחת עדה החרדית. זיי ליגן אין פאליטיק, אין ניייעס, אין לשה"ר, און וואס נישט. כל זמן זיי זיצן אויף א ענליכע פארום איז נאריש יענעם צו אנגערייפן מיט השכלה. עס איז אזוי ווי עמיצער וואס טראגט שבת אן א עירוב און שרייט אן עמיצען פארן דרייווען מיט קאר. קען זיין אז דרייווען איז ערגער, אבער כל זמן דו טראגסט אן די עירוב דארפסטו שווייגן. לולא דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דא דרייען זיך אסאך אלטע אייוועלט מעמבערס. ווייל אויב עס ווערט הייס אין ביהמ"ד גייט מען אין פאליש זיך אויסליפטערן. אויב ווערט דארט ענג וואו גייט מען? צו ק"ש. יוצא: מיין כסדר'דיגע זיין פארנומען קעגן האקן אויף ק"ש האט מיך אריינגעפירט גראד אהער. די מוסר השכל איז: אויב האסטו נישט ליב א זאך, קער זיך אוועק, אנשטאט האקן, גיי אוועק. אויב גייסטו זיין פארונומען קעגן ציונית, אגודה, ק"ש, אא"וו גייסטו צום סוף דארט אנקומען. יעצט וועט קומען א חכם און זאגן אז מען טאר נישט האקן אויף גויים כדי נישט אנצוקומען דארט אמאל. אבער די אינטערשיד איז לויטער קלאר. אויב האקסטו אויף דיינע בלוט שכנים, דיינע בלוט ברידער, דיינע בלוט געשוויסטער גייסטו דארטן אנקומען משא"כ אויף גויים.

מיין עצם אפאזיצע האט מיך דא אהער געשלעפט. מיין אשכול האט קיין קשר מיט אבנר'ס אשכול, איך האב דאס נעכטן געליינט און איך האב אפגעמאכט גענוג מיט די קראקעדייל טרערן.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

דיין היסטאריע איז זייער אינטרעסאנט, כאטש עס הערט זיך גאר מאדנע, ווייל געווענליך ארבעט די פסיכאלאגיע פון א מענטש אז, אלס מער ער האקט קעגן א זאך, ווערט דעוועלאפט אין איהם א שטערקערע התנגדות צו דעם.

בכל מקרה, א לינק צו יידל׳ס אשכול?

איז ק״ש די פרוזדור אדער די טרקלין?
אין - כי הכל הבל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

א גוט יאר טייערע חבר.

איך בין א אקטיווער אייוועלט מיטגליד, (און איך ווייס אז דא איז עס אן אראפגעקוקטע זאך, אבער וואט דו איי קעיר?), איך גלייך אסאך טאפיקס דארט וואס ווערט פערצופאל דא נישט געלופטערט, עכ"ז גלייך איך אריינצוקומען אהער ווי מ'קען טרעפן אן אנדערע פלעיוואר סמירנאף, זעלטן גוטע שרייבער, אנדערע טאפיק'ס, אסאך מאל קאנטרעווערסיאל, און אסאך מאל אנגעפיקעוועט מיט זעלבסט האס, און 'רוב' מאל אונטערסאנט, רייך, און זייער גוט באשריבן.

דעט סעד, איז זייער קלאר, פאר עניבאדי וואס האט אריבערגעטרויטען די שוועל פון אונזער קאפער הויז, אז דא דרייען זיך משכילים, כופרים, און אפיצעלע א.ט.ד., און ס'איז קלאר אז זייער אסאך ארטיקלען זענען זאכן וואס טראגן מיינונגען וואס איז היפך פון ארטאדאקסישע השקפות, מ'דארף נישט זיין קיין היסטאריקער, אדער מאסן תלמיד חכם דאס צו 'באמערקן', ניין! דאס איז אפען און קלאר פאר יעדן איינעם.

איך פערזענליך קען פארשטיין פארוואס איינער וויל זיך דא נישט דרייען, הגם איך פערזענליך האלט איך נישט אז ס'אפעקטירט מיר.

קצרתי במקום שיש להאריך,


אגב, מ'מעג שוין קאפיען אייוועלט'ס פאליסי, נישט צוצולאזן א קינדערישע אייוועלט/ק"'ש פארמעסט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, פשוט ווייל ס'איז קינדעריש.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אבנר איז נעבעח אזוי ביטער אנגעגעסן און מקנא זיין חבר וואס דרייט זיך אויף דעם שרעקעדיגן מקום אז פון גרויס צער האט ער געשריבן דעם בריעוו. לבי אומר לי אז זיין נעקסט סטעפ איז דא אהער...
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: די פרוזדור פון אייוועלט איז קאווע שטיבל

שליחה דורך דעת תורה »

הגיון, לאמיר זען א לינק צו דיינע תגובות אויף אייוועלט קעגן ק"ש
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

דעת תורה האט געשריבן:הגיון, לאמיר זען א לינק צו דיינע תגובות אויף אייוועלט קעגן ק"ש

צוליב סיבות שונות [בושות] קען איך דאס נישט טון.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איימיצער האט זיך דארט אויסגעגעבן זיין ווייטאג, כאפטס א בליק

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=29898
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אין איי וועלט טוט זיך אויף טישן אין בענק צו איינער מיט א סמארט פאן מיט א פילטער איז א שגץ....
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=30119
פארשפארט