בלאט 1 פון 1

געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 10:43 pm
דורך כוכב
דער עולם איז הייס ווי פייער, מ'רופט זיך אן ווארעם פאר'ן אויסגאבע, אבער נישט יעדער האט די בליץ וואס צו שרייבן, און די אשכול עפען איך פאר די ניק וואס האט נישט קיין איידיעס.
איך בעט דער עולם ארויפצוברענגען גוטע געדאנקן וואס מ'קען אלץ באשרייבן אין פה סח און טאמער זעט איר עפעס א גוטע געדאנק וואס ס'געפעלט אייך און איר קענט מאכן צעגערט נישט, נעמט אייך באלד צו דער עבודה.
פאלט אייך אן א געדאנק פון אן ארטיקל שרייבט עס דא:

Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:14 pm
דורך נולד מאוחר
די היסטאריע פון קאווע שטיבעל, וויאזוי און ווען סאיז געגרינדעד, מיט וויפיל מעבערס . ווי שנעל איז עס געוואקסן, ווער זענען די בעסטע שרייבערס. סענזאציעס וואס קאווע שטיבעל האט אנגעדרייט. מידיא וואס האט דערמאנט ק"ש. אלע אירע אפריל פאולס וויצן. וכו וכו.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
די תועלת פון די (ריינע) אינטערנעט פאר'ן ערליכן איד.

והגדת לבנך חירות. א צייט ווי אזוי צו לערנען מיט די קינדער וויאזוי צו לעבן מיט זיך, נישט מיט יענעם.

ע"ט פתח לו. אנווייזונגען ווי אזוי צו הייבן שרייב טאלאנט און כללים פון כאפן די לייענער.

אנו אוכלים. אנווייזונגען און רעסעפיס פאר א געזונטע בא'טעמטע פסח דיעטע.

הדרכות פאר א רייכע חול המועד פאמיליע פארברענגן און פרעזענדליכע איבערלעבנישן.

אפענהארציגע אינטערוויו מיט קעלנער איבער זיינע ימי נשיאות אין קאווע שטיבל.

אינטערווויו מיט כוכב איבער זיינע פעלות נשגבות צו ברענגן לידי מעשה א לאנגע קאריער פון הערליכע ק"ש אויסגאבעס.

פאעזיע איבער די פסח געפילדער טעג אין די היימישע גאסן.

סודות פון מצה בעקעריי: אלעס איבער די שניט, באקן און אינערליכע ביזנעס אנגעלעגנהייטן. ווי אויך אינפארמאציע איבער די בעקערייען זייערע השגחות און פרייזן.

א פסח אין האטעל: מיין איבערלעבעניש צו זיין אוועק פון שטוב אויף פסח אין האטעל.

חירות: א השקפת החיים וואס טוישט די מיינונג פון לעבן.

אמונה: די פאך פון איר לעבן ווס. רעדן.

תליית המן: די היסטאריע פון הענגען איבער די וועלט אין אמעריקא און פארוואס מיר דארפן זיין סענסעטיוו צו דרויסענדיגע מיט דאמי הענגעריי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:06 am
דורך שמעקעדיג
אין כמוך, רויטע וואנצי!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:10 am
דורך ישמעאל הכהן
צולייגן צו רויטע'ס ליסט
''אינו נאכל'', אנווייזונגען וויאזוי צו דייעטן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:21 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'מיין אז אויב מ'נעמט געדאנקן פון דעם אשכול, זאל מען לאזן וויסן פאר די עורכים איבער וואס מ'שרייבט ביפאר מ'הייבט אן. אויב נישט קען זיין אפאר ארטיקלן אויף די זעלבע נושאים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:33 am
דורך שמעקעדיג
איבער געזונטע פסח דיעטעס איז לעצטע יאר אין פה-סח געווען א מעכטיגע ארטיקל פון פליקער, ותדרשנו משם. חוץ אויב האט איינער וואס נאך צוצולייגן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:47 am
דורך קאווע טרינקער
וואסערע ענין זאל איך שרייבן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:05 am
דורך [NAMELESS]
אנשי שם פון וועם מ׳קען אסאך שרייבן

וויליאמסבורג:
אשי כ״ץ
שלום לאנדא
הערשל קלאר
פייוויש שווארץ

בארא פארק:
רבי משה ראטה אב״ד קארלסבורג
דער אלטער פון פינטער׳ס, הרב פירטה.
אלע פון די חצות מנין אין מונקאטש
אדמו״ר מניקולשבורג


מאנסי:
לואי שיינער
אליעזר משה מאליק
יצחק תילים וכל כת דיליה
משה גאלדמאן

קרית יואל
זלמן לייב וואלדמאן
אלימלך שווארץ
יעקב ברוך טירנויער
אליעזר דוד פר״מ (קריאת שמע)

ארץ ישראל
מיילעך קאהן (מאך א לאך אין א שטיין)
יהודה גליק
אדמ״ר מזלאטשוב

Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:10 am
דורך קל וחומר
א הדרכה פאר נייע פאטענציאלע ק"ש מעמבערס וויזוי אלעס ארבעט דא.
אנגעהויבן מיט לייקס והמסתעף, ווי אזוי צו פירן א שמועס/ויכוח אויף א הויכע ניווא, ווי אזוי מ'טעגט, ציטירט אפאר שטיקלעך וכו', וכולי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:15 am
דורך [NAMELESS]
שלום שטיסל האט געשריבן:אלע פון די חצות מנין אין מונקאטש

געוואלדיג, און פארגעס נישט פון מיר.

א לאנגע ליסטע פון איידיעס:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:22 am
דורך [NAMELESS]
הרב [tag]כוכב[/tag] וויל איידיעס פארן עולם, איבער וואס צו שרייבן אינעם פה סח.
פשוט אז מ'קען שרייבן אין יעדע מקצוע שבעולם, ואטו כי רוכלא.
אבער לאמיר דא מאכן א קורצע רשימה פון נושאים וואס האבן א שייכות מיט חג הפסח.

כ'האף אז מ'וועט אויפפיקן פארשידענע רעיונות דערפון.


תורה ומחשבה:
איבער איסור קטניות. חומרת געבראקטס/נישט מישן.
ט"ו סימני ליל הסדר, אדער מער אדער ווייניגער.
ליל המשומר מן המזיקין, גנבים, קפא.
אפיקומן פאר חצות, אדער והגדת לבנך?
פארוואס קשר"ק'ן, ווען ביטול איז גענוג? [איינער האט א גלוסקמא יפה?].
די וויין טראפן פון די עשר מכות, מסדר צו זיין גוים, הא?
חג האמונה, וואס מיינט גלייבן? ויאמינו בה' נאך עשר מכות און קרי"ס?
אקעי, א צוקער'ל: אונזער סיסטעם, אמונה פשוטה, אדער אמונה דרך חקירה?


העמק דבר:
איסור זוגות? [ווער געדענקט די סעריע מאמרים איבער מאן דקפיד קפדי בהדיה?].
יציאת מצרים/שעבוד מצרים היסטאריש/ארכעאלאגיש גערעדט.
וועלכע פרעה איז עס געווען, סדר השנים.
וחיזקתי את לב פרעה, בחירה.
איז מעגליך צו זען עשר מכות, קרי"ס, מן וכו', און נאכאלס מאכן אן עגל? וואס גייט פאר?
שיטת הרלב"ג בענין קרי"ס, והמסתעף בשיטותיו, והנוגד דברי חז"ל.


היסטאריע, מאפע:
יו"ט פסח בשייכות מיט די ניסים במשך הדורות די נאכט [אז רוב ניסים הפלאת בפסח].
וועלכע בעקער האט געבאקן די מעשה פונעם נודע ביהודה מיטן בעקער [פאר'סמ'טע ברויט].
פסח אין מדבר.
האבן די אידן געבויט די פיראמידן אין מצרים? פיתום רעמסס? בכלל, איבער די פיראמידן.
היסטאריע פון די פרעה'ס, די שושלות.
היסטאריע פון מצרים'ס זיין די פאנטרעגער פון פארגעשריטנקייט בימים ההם.
היסטאריע פון טרעפן די פרעונים, היראגליפישע כתבים [כתב החרטומים], און עתיקות.
די מבול פון מצרי'שע אפגעטער [נילוס, טלה, נחש, שמש, בעל צפון, וכו'], אדער גאר דבר מסודר בהירארכיע.
וואו איז געווען די אמאליגע גושן, ובכלל מצרים פון די תורה?
וואו זענען די אידן געקראכן אין מדבר פערציג יאר?


מילי דעלמא, כד בדיחא דעתיה:
מנהג חאלעמויעד האלטן.
מנהג פסח אין האטעל.
נאנ-געבראקטס פיצא והמסתעף.
וויאזוי זעט אויס א סדר נאכט ביי חברי ק"ש.
די דבר והיפוכו, אנקומען ווי א שמאטע צום 'זמן חירותינו'.
די קאשמארן ווען די גוי'טע 'ווערט קראנק' א וואך פאר פסח...

Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:27 pm
דורך א איד
שש האלט ווארט, ער פאלט אמאל אריין, און ווען ער איז שוין דא, לאזט ער איבער גוטע זאכן

Re: געדאנקען און איידיעס פאר פה-סח II

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:48 pm
דורך מ גפני
שלום שטיסל האט געשריבן:אנשי שם פון וועם מ׳קען אסאך שרייבן



קרית יואל

אליעזר דוד פר״מ (קריאת שמע)


מיינסט ר' מאיר אליעזר