פון מיין הארץ צום בלאט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

פון מיין הארץ צום בלאט

שליחה דורך זבולון »

מיין בלעטל מאכסטו שווארץ,
דו ליידיגסט אויס מיין הארץ,
די ווישסט אפ מיינע טרערן,
ווען קיינער מיין געוויין וויל נישט הערן.

ווען מיין הארץ שפרינגט פון שמחה,
נוץ איך דיר ווי א מומחה,
ווען מיין ליבשאפט איך האב געוואלט אויסדריקן,
מיינע געפיהלן דורך דיר ארויסשיקן.

מיינע שטורמישע געדאנקען וואלטן מיר דערשטיקט,
ווען נישט איך האב מיט דיר געקליקט,
מיין הארץ וואלט אויסגעשאסן,
ווען נישט איך האב עס דורך דיר אויסגעגאסן.

צו מאל א פעדער, צו מאל א קיבארד,
דער עיקר - אז איך קום צו צום ווארט,
דו וועלסט מיין חבר בלייבן,
מיט דיר וועל איך אלעס שרייבן.

לאכן, וויינען, טאנצן און שרייען,
וויצן, געדאנקען, ארטיקלען, און בויך ווייען,
ווען נישט דו שטייסט דערנעבן,
איז מיין לעבן קיין לעבן.

בלייב דא, גיי נישט אוועק,
כאטש צו מאל דיינע ווערטער איך מעק,
מיינע געפיהלן האב איך שוין אויסגעדרוקט,
כאטש קיינער האט עס נישט אנגעקוקט.
אין - כי הכל הבל
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

א שיין שטיקל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
פארשפארט