שפיל "יציאת מצרים" פון יחזקאל דער דראמאטיקער
נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 9:29 am
די יוונים און די רוימער זענען געווען באקאנט מיט זייערע שפילען און דראמאס, געשריבענע און געשפילטע.
א קליין חלק פון די שפילען זיינען איבערגעבליבען, פאר אונזער דור צו שטודירן.
צו זיינען די אידען בזמנם (תקופת בית שני) אויך געווען מעורב אין די שפילערייען? צו זיינען דא אידישע "פלעיס" פון ימי חז"ל?
נאר איין אידישער דראמאטיקער איז באקאנט (אדער נישט באקאנט), דאס איז יחזקאל דער דראמאטיקער, ער האט געלעבט בערך א הונדערט יאר פארן חורבן בית שני, און איבער אים איז כמעט קיין ידיעות נישט פארהאנען.
די איינציגסטע שפיל זיינע וועלכע האט איבערגעלעבט די יארן עד דורינו, איז זיין מחזה "יציאת מצרים" Exagoge.
און איך ברענג עס דא ארויף, בשלשים יום קודם החג, פארן קהל צו הנאה האבן.
עס גיבט אונז א שטיקל בליק וויאזוי א איד פון זמן בית שני (א פרושי אדער מתיווני?) האט אנגעקוקט יציאת מצרים. אסאך אסאך קאן מען זיך לערנען פון זיינע ווערטער.
אטע דא האט איר א לינק צום העברעאישן איבערזעצונג פונעם שפיל:
http://benyehuda.org/span/exagoge.html