בלאט 1 פון 1
פשטים אין סידור
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:43 am
דורך קאמפיאטער
אז איר טרעפט ערגץ א שיין פשט אין דאווינען אדער א קשיא וואס איז פשט פין דעם?? פארוואס עס האלטן ביי זיך א צווייטער קען דאך הנאה האבן? סא וועל איך טאקע אנהייבן געטס מיר נאר א מינוט.
די ערשטע ווייסעך נישט אדער איז עס אייגענס אבער עס איז מיר מסתבר אז איך האב עס אמאל געהערט פיר רבי ר' אביגדור מיללער שליט"א
וואס איז טייטש תנו עוז לאלקים? ווען די זעסט עפעס עוז שטארקייט א שיינע זאך א זאך וואס קען הייסען עוז געב עס פארן אייבירשטען הענג עס אן אין אים ער האט דאס געמאכט.
------------------------------
דאס איז שוין מיין אייגענס יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך. סתם אזוי איז פשט עס זאל ווערן באוויליגט פארן אייבערשטען מיינע רייד פין מיין מויל אין טראכטן פין מיין הארץ.
האב איך געטראכט אין עס קען זיין אמת יהיו לרצון עס זאל זיין די ווילן פינעם אייבערשטען אז אמרי פי והגיון לבי זאל זיין נאר לפניך נא?
--------------------------------
צים לעצט א קשיא ביי מודים זאגט מען הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך.
וואלט נישט געדארפט שטיין פארקערט המרחם כי לא כלו רחמיך והטוב כי לא תמו חסדיך? אין נאכדעם שטייט א טעם פארוואס ווי כי מעולם כיוונו לך וואספארא טעם איז דאס?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:38 am
דורך קלוג און יונג
"און עס קען זיין אמת"? איך האף וועסט נישט ברוגז זיין, א שיינע תורה? יא. דארף מען אויף דעם בעטן? אויך. אבער דעס איז נישט פשט! דארפסט א נאמען געבן דיין אשכול "תורה'לעך אין סידור" נישט 'פשטים'!
נאכאמאל, ס'איז זייער א שיינע תורה צו זאגען ביים שווער ביים טיש, אבער מיש עס נישט אויס מיט א פשוט פשט אויף תנו עוז לאלוקים פון ר' אביגדור.
אבער א דאנק פאר דעם אשכול עניוועי
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:39 am
דורך קאווע טרינקער
רבי אביגדור מיללער, איז שוין נהנה מזיו השכינה. זכר חכם לברכה.
עס שטייט נישט "כי מעולם כיוונו לך"...
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:49 pm
דורך נולד מאוחר
קאמפיאטער האט געשריבן:אז איר טרעפט ערגץ א שיין פשט אין דאווינען אדער א קשיא וואס איז פשט פין דעם?? פארוואס עס האלטן ביי זיך א צווייטער קען דאך הנאה האבן? סא וועל איך טאקע אנהייבן געטס מיר נאר א מינוט.
די ערשטע ווייסעך נישט אדער איז עס אייגענס אבער עס איז מיר מסתבר אז איך האב עס אמאל געהערט פיר רבי ר' אביגדור מיללער שליט"א
וואס איז טייטש תנו עוז לאלקים? ווען די זעסט עפעס עוז שטארקייט א שיינע זאך א זאך וואס קען הייסען עוז געב עס פארן אייבירשטען הענג עס אן אין אים ער האט דאס געמאכט.
------------------------------
דאס איז שוין מיין אייגענס יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך. סתם אזוי איז פשט עס זאל ווערן באוויליגט פארן אייבערשטען מיינע רייד פין מיין מויל אין טראכטן פין מיין הארץ.
האב איך געטראכט אין עס קען זיין אמת יהיו לרצון עס זאל זיין די ווילן פינעם אייבערשטען אז אמרי פי והגיון לבי זאל זיין נאר לפניך נא?
--------------------------------
צים לעצט א קשיא ביי מודים זאגט מען הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך.
וואלט נישט געדארפט שטיין פארקערט המרחם כי לא כלו רחמיך והטוב כי לא תמו חסדיך? אין נאכדעם שטייט א טעם פארוואס ווי כי מעולם כיוונו לך וואספארא טעם איז דאס?
תמו כלו פארקערט וואס עפעס?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:35 pm
דורך Shiala
די זיידע זאל זיין געזונט זאגט פשט, "שירו לשם שיר חדש", פארוואס א נייע געזאנג וואס איז שלעכט מיט די אלטע? ענטפערט די זיידע שליט"א "תהלתו בקהל חסידים", די אלטע נוצט מען צווישן די חסידים פאר די רביס
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 6:27 pm
דורך איך אויך
Shiala האט געשריבן:די זיידע זאל זיין געזונט זאגט פשט, "שירו לשם שיר חדש", פארוואס א נייע געזאנג וואס איז שלעכט מיט די אלטע? ענטפערט די זיידע שליט"א "תהלתו בקהל חסידים", די אלטע נוצט מען צווישן די חסידים פאר די רביס
ספעציעל אין סקווער ווי מען האט גענומען ווערטער וואס מיינען דוד המלך ע"ה און ארויפגעלייגט אויפן רבין און די מענדלסטן וואס נוטצן פסוקים וואס מיינען משיח אויף עם.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:59 pm
דורך שמעון וואלף
ולירושלים עירך ברחמים תשו"ב - תשוב באטרעפט תש"ח, רמז אויף די מלחמת השחרור. די סאטמערע קענען עס ניצן אלץ רמז אז ס'איז געווען אן עת רצון פאר די גאולה נאר די ציונים האבן עס פארפאטשקעק כמבואר בויואל משה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:24 pm
דורך calculator
שמעון וואלף האט געשריבן:ולירושלים עירך ברחמים תשו"ב - תשוב באטרעפט תש"ח, רמז אויף די מלחמת השחרור. די סאטמערע קענען עס ניצן אלץ רמז אז ס'איז געווען אן עת רצון פאר די גאולה נאר די ציונים האבן עס פארפאטשקעק כמבואר בויואל משה
"תשוב" גייט ארויף אויפן אייבערשטען, נישט אויף די אידן
Re: פשטים אין סידור
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:05 pm
דורך יהודי פשוט
איך אויך האט געשריבן:Shiala האט געשריבן:די זיידע זאל זיין געזונט זאגט פשט, "שירו לשם שיר חדש", פארוואס א נייע געזאנג וואס איז שלעכט מיט די אלטע? ענטפערט די זיידע שליט"א "תהלתו בקהל חסידים", די אלטע נוצט מען צווישן די חסידים פאר די רביס
ספעציעל אין סקווער ווי מען האט גענומען ווערטער וואס מיינען דוד המלך ע"ה און ארויפגעלייגט אויפן רבין און די מענדלסטן וואס נוטצן פסוקים וואס מיינען משיח אויף עם.
אין כמעט יעדן חסידות ניצט מען פסוקי תנ"ך פאר'ן רבי'ן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 10:14 pm
דורך שמעון וואלף
calculator האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:ולירושלים עירך ברחמים תשו"ב - תשוב באטרעפט תש"ח, רמז אויף די מלחמת השחרור. די סאטמערע קענען עס ניצן אלץ רמז אז ס'איז געווען אן עת רצון פאר די גאולה נאר די ציונים האבן עס פארפאטשקעק כמבואר בויואל משה
"תשוב" גייט ארויף אויפן אייבערשטען, נישט אויף די אידן
ביידע גייען צוזאמען
מגילה כ"ט - תניא ר"ש בן יוחי אומר בוא וראה כמה חביבין ישראל לפני הקב"ה שבכל מקום שגלו שכינה עמהן גלו למצרים שכינה עמהן שנאמר (שמואל א ב, כז) הנגלה נגליתי לבית אביך בהיותם במצרים וגו' גלו לבבל שכינה עמהן שנאמר (ישעיהו מג, יד) למענכם שלחתי בבלה ואף כשהן עתידין ליגאל שכינה עמהן שנאמר (דברים ל, ג) ושב ה' אלהיך את שבותך והשיב לא נאמר אלא ושב מלמד שהקב"ה שב עמהן מבין הגליות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 3:15 am
דורך berlbalaguleh
איך האב אלס קליין יונגל געמיינט אז דער פשט וואס שטייט ביי פסוקי דזימרה פון שבת ..."מניסתרות נקנו"...איז דער טייטש אז דוד המע"ה האט זיך אפגערעדט אז מיניסטארן האבן איהם געשלאגן. ווייל איך האב דאך געוואוסט אז דהמע"ה האט אייביג געפיהרט מלחמות...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:35 pm
דורך אברך משי
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אלס קליין יונגל געמיינט אז דער פשט וואס שטייט ביי פסוקי דזימרה פון שבת ..."מניסתרות נקנו"...איז דער טייטש אז דוד המע"ה האט זיך אפגערעדט אז מיניסטארן האבן איהם געשלאגן. ווייל איך האב דאך געוואוסט אז דהמע"ה האט אייביג געפיהרט מלחמות...!
דו האסט אוודאי געטראכט אז ער האט עפעס געהאט צוטאן מיט פרויען מיניסטארשקעס דווקא, ווייל ס'שטייט דאך "מנסתרות" א לשון נקיבה און נישט "מיניסתארן" א לשון זכר, ודפח"ח

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 4:22 pm
דורך berlbalaguleh
אברך משי: לויט די היינטיגע אכשר דרא'דיגע משוגעת'ן וואלט מען דאס זיכער ארויסגענימען פון סידור...!
מיט די ציונים זעמיר שוין פארטיג. ווייל אנישט וואלט מען אויכעט ארויסגענימען פון סידור די תפילה פון ..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים...!
דער גרינדער פון ציוניזם טעאדאר הערצל. אדער ער אדער זיין זון האט חתונה געהאט מיט א גוי'טע. רח"ל. האט מען געאגט אויף איהם א מליצה אז ער זאגט ותחזינה עיננו בשיפחה לציון...!