בלאט 1 פון 2

שארפע מימרות פון גדולי ישראל איבער אינטערנעט און סמארטפאון

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 4:36 pm
דורך שמעון וואלף
איך וויל אוועקשטעלן א פלאטפארמע ווי מ'וועט צאמברענגן לפונדק אחד מאמרים פון אדמורי"ם רבנים און מגידים.

בעל שבט הלוי
מ'טאר זיך נישט משדך זיין מיט איינער וואס האט אינטערנעט אין שטוב

אדמו"ר מפאפא
א סמארטפאון וואלט מען געדארפט צודעקן אזוי ווי מ'פלעגט טון ווען ס'געווען א טעלאווישן אין האטעל צימער

אדמו"ר מגאלאנטא
90% גיטין איז צו פארדאנקן אינטערנעט

הרב ראבינאוויטש
מהר"א מסאטמר קען ענדערש באשטיין מ'זאל חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי ווי מ'זאל זיך דרייען מיט א סמארטפאון

הרב ז"ל פילאפ
הכי קרא שמו 'אינטערנעט' ווייל ס'איז א נעץ צו אינטערברענגן אידישקייט

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:אדמו"ר מפאפא
א סמארטפאון וואלט מען געדארפט צודעקן אזוי ווי מ'פלעגט טון ווען ס'געווען א טעלאווישן אין האטעל צימער

Innovative idea

Re: שארפע מימרות פון גדולי ישראל איבער אינטערנעט און סמארטפא

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 5:20 pm
דורך נולד מאוחר
שלום קענסט מאכן אן עפפ דערפאר

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
נולד מאוחר האט געשריבן:שלום קענסט מאכן אן עפפ דערפאר

איך האב מורא אז דער פאפא רב האט שוין גע׳פעטענט זיין איידיע

Re: שארפע מימרות פון גדולי ישראל איבער אינטערנעט און סמארטפא

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 5:35 pm
דורך נולד מאוחר
מסתמא, אבער ער האלט נאך ביי טעקסט מעסעדזדש פליפ פאונס.

נשלח: פרייטאג אפריל 08, 2016 5:56 pm
דורך נהורא נפישא
יעצט דארף מען מאכן א ליסט פון שארפע מימרות פונעם אינטערנעט אקעגן גדולי ישראל (גדולים לאפוקי שאינם קטנים)
פאפער רב, נישט נאר האט געפעטנט, איך מיין אז ער דעקט שוין צו אויך

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 11:46 pm
דורך שמעון וואלף
אדמו"ר מסקולען
ווער ס'קוקט אינטערנעט איז אזוי ווי א בהמה וואס גייט מיט'ן קאפ אויף אראפ

אב"ד וויען
אינטערנעט אן א פילטער איז אסור ביחוד

Re: שארפע מימרות פון גדולי ישראל איבער אינטערנעט און סמארטפא

נשלח: מוצ"ש אפריל 09, 2016 11:52 pm
דורך קל וחומר
איסור יחוד איז פון הרב וואזנער ז"ל

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:02 am
דורך שמעון וואלף
קען זיין, שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד. אבער אז די ווייסט יא, שרייב.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:14 am
דורך רויטע וואנצעס
רבי חיים קניבסקי

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:15 am
דורך רויטע וואנצעס
רב אלישיב זצ"ל:

“מיום בריאת העולם לא קם כלי משחית שהורס את נשמות עם ישראל יותר מהאינטרנט“.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 12:49 am
דורך מור וקציעה
הרב קנייבסקי :

"כל מי שיש לו אייפון, אינטרנט פרוץ וכדומה פסול לעדות קידושין וגירושין, אם הנ"ל היה עד, אפילו בדיעבד, צריך לקדש אותו או לתת גט עוד פעם"

בילד
ווען הג''ר נטע גרינבלט שליט''א זאל ווען ניצן דעם נימוק פאר זיין הפקעת קידושין וואלט ער ווען כאטש געהאט האלב פון ב''ב אויף זיין זייט

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 1:06 am
דורך אדונינו
הרב אדונינו:
מאז ומקדם לא היה כזה פירצה שביטל תורה לכל הרבנים והגאונים כמו האינטרנט...

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 1:37 am
דורך פרייוויליג
אפשר לאמיר אריינגיין בעובי ההלכה, פארוואס איז א מחזיק כלי פרוץ פסול לקידושין?

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 1:52 am
דורך יחיאל יעקבזון
בעל שבט הלוי
מ'טאר זיך נישט משדך זיין מיט איינער וואס האט אינטערנעט אין שטוב
איך זאג
מ׳טאר זיך נישט משדך זיין מיט רבנים אויב מ׳וויל האבן א געזונטע שטוב

אדמו"ר מפאפא
א סמארטפאון וואלט מען געדארפט צודעקן אזוי ווי מ'פלעגט טון ווען ס'געווען א טעלאווישן אין האטעל צימער
איך זאג
וויבאלד ס׳איז אסור להסתכל בפני רשע זאל מען צודעקן די פנימ׳ער פון די וואס זענען שולדיג אין כלל ישראל׳ס נידערלאגע

אדמו"ר מגאלאנטא
90% גיטין איז צו פארדאנקן אינטערנעט
איך זאג
ֿֿֿֿנו, ברוך השם אז די וואס זענען נישט צופרידן האבן היינט זיך נישט מורא צו גט׳ן. הלואי די איבעריגע 10% זאלן אויך זיך גט׳ן און נישט פייניגן זיך, און די איבעריגע פאמיליע מיטגלידער.

הרב ראבינאוויטש
מהר"א מסאטמר קען ענדערש באשטיין מ'זאל חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי ווי מ'זאל זיך דרייען מיט א סמארטפאון
איך זאג
און וואס קען ענדערש רז״ל באשטיין?

הרב ז"ל פילאפ
הכי קרא שמו 'אינטערנעט' ווייל ס'איז א נעץ צו אינטערברענגן אידישקייט
איך זאג
הכי קרא שמם ״רב״ כי מחרחרי ריב הם! זייערע פינסטערע שטיק ברענגן ליידער אונטער כלל ישראל. אמר רב פפא אי בטלי יהירי בטלי אמגושי אי בטלי דייני בטלי גזירפטי (סנהדרין צח.)

אדמו"ר מסקולען
ווער ס'קוקט אינטערנעט איז אזוי ווי א בהמה וואס גייט מיט'ן קאפ אויף אראפ
איך זאג
ווער ס׳קוקט נישט איז אזוי ווי א בהמה אהן א קאפ

אב"ד וויען/שבט הלוי
אינטערנעט אן א פילטער איז אסור ביחוד
איך זאג
באיסורי יחוד זענען פאראן כללים ווען ס׳איז מותר...
אויף א טהייל פון די אוסרים, וואלט איך געזאגט אז מ׳טאהר זיך נישט מיט ׳זיי׳ מיחד זיין, וד״ל.

רב אלישיב זצ"ל
מיום בריאת העולם לא קם כלי משחית שהורס את נשמות עם ישראל יותר מהאינטרנט.
איך זאג
כ׳האנישט געוואוסט אז אינטערנעט איז א ״כלי״. ווייזט וויפיהל טהייל פון די אוסרים פארשטייען פון וואס ס׳האנדעלט זיך.

הרב קנייבסקי
כל מי שיש לו אייפון, אינטרנט פרוץ וכדומה פסול לעדות קידושין וגירושין, אם הנ"ל היה עד, אפילו בדיעבד, צריך לקדש אותו או לתת גט עוד פעם
איך זאג
כל ת״ח שאין בו דעת וכו׳

געדענק אז אינטערנעט איז נישט מער ווי א רוח מצוי׳. א בנין וואס קען זיך נישט האלטן ברוח מצוי׳, איז קיין בנין. התעמק כראוי והבן.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 1:58 am
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:אפשר לאמיר אריינגיין בעובי ההלכה, פארוואס איז א מחזיק כלי פרוץ פסול לקידושין?

ע"פ סברא דארף צו זיין פארקערט. ווייל דער וואס האט א סינון אויף זיין פאון איז פשט אז ער איז דאך מודה אז ער איז עובר אן איסור, ווייל פארוואס דען לייגט ער א פילטער. נאר די סינון איז פשוט להמעיט האיסור (כדוגמת בוחר הרע במיעוטו אבער נאכאלס בוחר הרע ר"ל). משא"כ דער וואס האט א טלפון פרוץ נעמט ער דאך אן אז ס'נישט קיין פראבלעם און ער איז גארנישט עובר און ער איז אן איש כשר ונאמן פאר עדות.

Re: שארפע מימרות פון גדולי ישראל איבער אינטערנעט און סמארטפא

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:00 am
דורך שטילע אינגערמאן
ווער איז דער איך זאג? ער הערט זיך ווי א גרויסע צולייגער? (אולי גם שוטה)

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:14 am
דורך פרייוויליג
בן אדם האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:אפשר לאמיר אריינגיין בעובי ההלכה, פארוואס איז א מחזיק כלי פרוץ פסול לקידושין?

ע"פ סברא דארף צו זיין פארקערט. ווייל דער וואס האט א סינון אויף זיין פאון איז פשט אז ער איז דאך מודה אז ער איז עובר אן איסור, ווייל פארוואס דען לייגט ער א פילטער. נאר די סינון איז פשוט להמעיט האיסור (כדוגמת בוחר הרע במיעוטו אבער נאכאלס בוחר הרע ר"ל). משא"כ דער וואס האט א טלפון פרוץ נעמט ער דאך אן אז ס'נישט קיין פראבלעם און ער איז גארנישט עובר און ער איז אן איש כשר ונאמן פאר עדות.

סא די פראבלעם פון די עדות אז ער טוט מעגליך איסורים? דו ווייסט נישט זיכער, עס איז א שמא! נו מיט וואס איז ער מער שמא ווי דער רב אדער כולל איד, אדער ראש הישיבה? דאס איז א זאך בין אדם לקונו.

אינטערסאנטע זאך געשען ביי אינטערנעט, אלעס איז וועגן אינטערנעט, די גאנצע התנהגות פון א מענטש בלעימסטו גראד די אינטערנעט, איך שטיי און איך קוק צוריק וואס מען האט געטון פאר צען יאר צוריק, מיט וואס האט מען געבלעימט מענטשן?

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:16 am
דורך יחיאל יעקבזון
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ווער איז דער איך זאג? ער הערט זיך ווי א גרויסע צולייגער? (אולי גם שוטה)

יא יא, מעגליך גערעכט. אבער וואס איז פונקט אזוי וואהר איז אז מאנכע (אויב נישט אלע) פון די אוסרים זענען אויך גרויסע צולייגערס (אולי גם שוטים און נאך ערגער).

ווען א כלל ישראל מוטשעט זיך מיט חינוך הבנים, פרנסה, וואוינונג, זיווגים, טשיילד אביוז, פארשידענע קרענק ל"ע, טעראר אא"וו, קומען צוגיין די א.ג. מנהיגים און האקן אונז אין קאפ איבער אן אינטערנעט וכדו'.
לויפט ארום א צעדרייטע ראבינאוויטש און ליארעמט "קינדער אדער סמארטפאונס?!" תמיהני אויפ'ן אז"ג נארמאלע מענטשהייט, אז מ'טראגט נישט ארויס דעם וואנזיניגן בשן ועין.

אז דו ווילסט לעבן בעולם הדמיון און מיר רופן דעם צולייגער און מעגליכער שוטה, און זיי די חכמים, גאו אהעד, לעב ווייטער ווי אן אומוויסנדער שעפעלע.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 2:51 am
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:אפשר לאמיר אריינגיין בעובי ההלכה, פארוואס איז א מחזיק כלי פרוץ פסול לקידושין?

ע"פ סברא דארף צו זיין פארקערט. ווייל דער וואס האט א סינון אויף זיין פאון איז פשט אז ער איז דאך מודה אז ער איז עובר אן איסור, ווייל פארוואס דען לייגט ער א פילטער. נאר די סינון איז פשוט להמעיט האיסור (כדוגמת בוחר הרע במיעוטו אבער נאכאלס בוחר הרע ר"ל). משא"כ דער וואס האט א טלפון פרוץ נעמט ער דאך אן אז ס'נישט קיין פראבלעם און ער איז גארנישט עובר און ער איז אן איש כשר ונאמן פאר עדות.

סא די פראבלעם פון די עדות אז ער טוט מעגליך איסורים? דו ווייסט נישט זיכער, עס איז א שמא! נו מיט וואס איז ער מער שמא ווי דער רב אדער כולל איד, אדער ראש הישיבה? דאס איז א זאך בין אדם לקונו.

אינטערסאנטע זאך געשען ביי אינטערנעט, אלעס איז וועגן אינטערנעט, די גאנצע התנהגות פון א מענטש בלעימסטו גראד די אינטערנעט, איך שטיי און איך קוק צוריק וואס מען האט געטון פאר צען יאר צוריק, מיט וואס האט מען געבלעימט מענטשן?

דו האסט נישט פארשטאנען

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 3:30 am
דורך קאצקע ציקער
וכלים מכלים שונים ( בניגון איכה)
לייג אוועק די כלי
דער וואס נעמט ארויס די כלי אין בית מדרש..

איינער ווייסט וועם איז בייגעפאלען די איידוע פון רופן סמארט פאנ'ס א כלי?!

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 7:54 am
דורך זבולון
לאמיר זיך נישט נארן, אינטערנעט איז טאקע א סכנה פאר אזא סארט אידישקייט.

Re: שארפע מימרות פון גדולי ישראל איבער אינטערנעט און סמארטפא

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 7:57 pm
דורך קל וחומר
איינער זאגט מיר בשם ש"י רבינוביץ, 'בעסער זיך הונדערט מאל מייחד זיין מיט א פרוי ווי איידער איין מאל זיך מייחד זיין מיט א סמארטפאון' ודפח"ח, ושני נביאים נתנבאו בסגנון אחד.