סארא חומרות טוט איר פסח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

סארא חומרות טוט איר פסח

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

יעדער זאל דא ברענגן די חומרות ער האט צו געזעהן ביי זיך אין שטוב אין ערקלערן די סיבה.
מיר אינטרעסאנט צו הערען סארא מנהגים סאיז אלץ דא.

ביי מיר אין שטוב שעפט מען אן וואגאנען מיט וואסער איידער פסח קומט אריין.
סיבה איז פשוט, די וואסער וואס קומט אריין פונעם סינק האט לכאורה א משהו חמץ ווייל יעדער דזאנק קען אריין ווארפן אין נילוס חמץ,
חמץ ווערט נישט בטל אפי במשהו אויפ פסח, אבער טאמער איז עס שוין ביי אייך אין די היים איידער פסח איז עס שוין באל געווארן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז מען לייגט ארויף אויפ'ן קראן א שמאטע (וואס איז נישט קיין שמאטע..) קומט נישט אריין קיין ברעקל חמץ.
וירח ה' את ריח הניחוח
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

די הייליגע ווערטער פון רבינו הגדול היעב''ץ זצ''ל זענען נר לרגלי, יעדער ווייסט דאך די באקאנטע תשובה פונם הייליגען יעב''ץ בשם אביו מרן החכם צבי זצ''ל דלא היה ניחא ליה החומרות שנוהגין בפסח כגון חומרת קטניות או חומרת שרויה כיון שממעט משמחת יו''ט וכן מצינו בש''ס שחז''ל הקילו בכמה הלכות משום שמחת יו''ט (כגון חותכין על גבי עלי משום שמחת יו''ט ועוד)

וממילא אין אני נוהג שום חומרות בפסח, וכעין זה היה דעתו של רבינו נחמן מברסלב זצ''ל שאין להחמיר בחומרות אפילו בפסח

ועתה אעתיק לשון קדשו של הגאון היעב״ץ בספרו מו״ק סימן תנ״ג לא"ח וז״ל
ובשה"ד יש להתיר כל מיני קטניות באכילה, שהרי אפילו הטור שהיה אשכנזי (בפרנקפורט דמיין), ובימיו כבר התחיל המנהג של חומרא זו לא השגיח בה וכתב וחומרא יתירה היא ולא נהגו בה, מכלל שלא קבלו אבותינו האשכנזים בימיו (לכן מה שכתב ונרשם בהגהת רמ״א על מוציא דין זה הטור משובשת היא) ולא נתפשטה ביניהם וכמה פוסקים חושבים אותה לשטות ומנהג טעות שאין צריך אפילו חרטה והתרה, וכן מוכח מגמרא דפסחים קי״ד ש״מ לית דחש לדרי"ב ורבא דהדר אסילקא וארוזא, וכל חומרא דקטניות צמחו מאורז ועל פי דעת רבי יוחנן בן נורי וכיון דנעקר השורש ממילא יבשו הצמחים מאליהם, ומעידני על אבא מורי הגאון זלה״ה (החכם צבי) כמה נצטער אותו צדיק על זאת, כל חג המצות היה מתרעם ואומר אי איישר חילי אבטלינהו למנהג גרוע הלז שהיא חומרא דאתי לידי קולא ונפק מיניה חורבא ומכשול (תחת אשר חשבו להתרחק ממנו מרחק רב) באיסור חמץ גמור, כי מתוך שאין מיני קטניות מצויות להמון עם לאכול ולשבוע צריכים לאפות לחם מצה הרבה, בפרטות העניים ומי שבני ביתו מרובים ולא יספיק להם תבשילין הרבה לשבר רעבונם מוכרחים להספיק להם מצה די לחמם לביתם ומתוך כך אינם נזהרים בעיסה כראוי, וחובה עושים אותו גדול ועבה ושוהים הרבה עליהם וקרוב הדבר שנכשלים באיסור כרת רחמנא ליצלן, גם המצות עומדים להם ביוקר ואין יד כל אדם משגת לעשותם די הצורך לבני ביתו ולא ימצא להם די שבעם אף בלחם חמץ כל השנה, וקטניות נמצאים בלי טורח ובהיתר ואתי לאימנועי משמחת יום טוב בסיבת חומרא זו שאין לה טעם וריח ,לכן אשרי שיאחז צדיק דרכו יתן אוכל למכביר ונפוץ את עוללי החומרות הזרות האלה אל הסלע. ואם היה נראה מדעת אאמ״ו ז״ל שלא ערב לבו להתיר בלי הסכמת רבים משום דברים המותרים כו׳ איברא דודאי ליתא דאוקמי בכותאי א״נ בבני מדה״י דדמו להו או היכא דשכיחי עבדי אשכחן דהיו אמוראי מחמירין אף במילי דהיתרא מדינא משום פריצותא דעבדי דמסרכי מלתא, מאי דלא שייך האידנא לגמרי גבן בני אשכנזים דלית לן עבדי וכולן בני תורה נינהו ישראל קדושים הן ומחמירין על עצמן ביותר וכל דבריהם על פי תלמידי חכמים עושין. אלא דנראה דהיה חש (החכם צבי) להמון דיבת עם שלא תלעג עליו מדינה למקרי ליה בית דין שריה, אבל כשיסכימו חכמי אשכנז על ככה להפקיע חבל חומרא זו פשיטא לית דין צריך בושש ואין כאן חשש לא משום דברים המותרים שנהגו אפילו לסייג ולא משום אין ב״ד יוכל לבטל דברי בית דין חבירו, דבמילתא דנפק חורבא מיניה ליתא להאי כללא ממשנה ערוכה דריש פ"ה דמה שכתב שם תמצא דברים נכונים בעניין הזה בספרי לחם שמים על כן אני אומר בטח המבטל מנהג זה של מניעת אכילת קטניות והדומה לו ממנהגי גרועים כאלה יהא חלקי עמו הלואי יסכימו עמדי גדולי ישראל במחוז הלז הנני להיות נטפל לדבר מצוה זו וכל ימי הייתי עומד ומצפה מתי יבוא לידי ואפרסם דעת אדוני אבי מ״ו זצ"ל להפקיע חבל חומרות כאלה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם לקיים ותגזור אומר ויקם, ואקבענה בדפוס ואעשנה כיון להביאנה לידי מעשה לתקוע בה מסמורת לקבעה להלכה לדורות לזכות בה את הרבים ולהסיר מכשול מדרך עמינו בודאי למצוה יחשב, עכ"ל



וכן כתב בשאילת יעב''ץ ח''ב ס''ה וז''ל
אשר גם הוא (ר' אברהם מקידאן) היה מונע לשתותו אפילו קישטן צוקר עד שגער בו אדמ״ו הה״ג נר״ו וסוף דבריו שמפני חשש רחוק כי האי אין למנוע שמחת יו״ט, והביא ראיה ע״ד מצה שרויה שהמתחסדים פורשים מהם והוא ז״ל סתר כל דברי המחמירין, וסוף דבריו עולה כה״ג, ואמר לנו אדמ״ו הה''ג נר״ו שהוט צוקר הנקח מגוי הדר בשכונתו הוא כשר יותר מכל מצות שלנו והלואי שכזית אפיקומן שאכלנו יהיה כל כך בהכשר ע״כ דברי פי חכם חן. ובאמת אין הדעת סובלת כל החומרות המתחדשים בכל יום, ועכשיו באה שערוריה ששמן זית אינו מן המובחר לאכלו בפסח ומימי לא שמעתי ולא ראיתי שנזהרין בכך אך לקחו תמיד מחבית מלאה ותו לא מידי ....
גם יש מורים שוטים מאבדים ממון ישראל בחנם אבל בקישטן צוקר כבר פשט ההיתר ע"פ אמה״ג זצ״ל:


ומביאו השערי תשובה לגבי שרויה סי תס ס"ק י וז''ל
אך רבים ושלימים שאוכלים ממצה שרויה ומבושלת אע"פ שאינה כתושה וטחונה, וע"כ דטעמייהו כמש"ל דלא מחזקינן איסורא שמא יש קמח בעין שנשאר בשעת לישה רק היכא שהוסיף מיא והוסיף קמחא באמצע הלישה אבל בסתמא לא חיישינן ויש להם שיסמוכו על עמוד העולם הגאון חכם צבי ז"ל כאשר העיד עליו בנו הגאון ז"ל בשאילת יעב"ץ ח"ב סי' ס"ה שכתב על דבר אחד שהחמיר שלא לשתות אפי' עם קוסטין צוקיר וגער בו שמפני חשש רחוק כי האי אין למנוע משמחת יו"ט והביא לו ראיה מדברי אביו ז"ל ע"ד מצה שרויה שהמחמירים פורשים מהם והוא ז"ל סתר כל דבריהם וסוף דבריו עול' כה"ג כו' (ר"ל שג"כ אמר שאין למנוע משום שמחת י"ט) עכ"ל וכן כתב הגאון ז"ל בספר מור וקציעה סי' זה דפאנדי"ש היינו מוליית"א כפשטידא שעושין מקמח ואפילו לשה במי פירות אבל העשויה ממצה טחונה ודאי שריא אפילו נילוש במים אע"ג דיש מחמירין לית דחש להא וראינו מחסידי עולם שאכלוהו עכ"ל


די איינציגע חומרא וואס איך בין דוקא יא מקפיד בקפידה גדולה איז נישט צו קויפן קיין סאכדעס זאלץ/צוקער ווייל זיי ראטען אויפן ציבור מיט רעבעזכרונולעברכה צעטלעך און האבען נאך די חוצפה צו טשארזשען טאפעלט און טריפעלט
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין שטארק מחמיר אויפ'ן צאנזער חומרא זיך אויף צו רעגען און אנצושרייען אויף די משפחה ערב פסח נאכמיטאג.
פארוואס טו איך אזוי? נאך יארען פון טעראפי 'על איך געוואויר ווערען, און בל"נ דעמאלס מיטטיילען דער עולם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מור וקציעה א דאנק פאר די אינפא.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען לייגט ארויף אויפ'ן קראן א שמאטע (וואס איז נישט קיין שמאטע..) קומט נישט אריין קיין ברעקל חמץ.

אונז טוען דער חומרה אויך, אבער סאיז מיר א חידוש, די פשט פון די שמאטע איז אז חמץ זאל נישט אדורך קומען, נו טאמער איז מען חושש אויפ חמץ אין מלייגט א שמאטע, בלייבט די חמץ איז די שמאטע גאנץ פסח קומט אויס אלע פרישע וואסער גייט אדורך די שטיקעל חמץ, אנשטאט עס זאל תיכף אריין פאלן אין סינק אין נאר ניכשל ווערן איין מאל. אבער מנהג אבותינו בידינו......
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייל די עיקר איז וואס ס'גייט אריין אין מויל און נישט וואס ליגט סתם אין שטוב. דו"ק
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

איך האב אמאהל געהערט פון א איד פון בני ברק וואס ביי איהם איז צובראכען געווארען דער טוילעט, ערב פסח. ער רופט איין פלאמבער נאכען אנדערע און קיינער וויל נישט עס גיין פארעכטען ערב יום טוב. ביז איינער זאגט איהם אז אויב ער גייט קויפען אלע כלי מלכה אליינס וועט ער אריבער קומען און דאס פארעכטען.
דער איד לויפט ארום זוכען א פלאמבינג סאפליי סטאר וואס איז נאך אפען און ענדליך נאך אפאר שעה טרעפט ער... ער לופט שנעל אהיים שלעפענדיג דעם טוילעט און באגעגנט א בני ברק'ר ליטוואק, און יענער רופט זיך אן...

אההה! פון אזא חומרא האב איך נאך נישט געטראכט!
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ביי מיר קומט נישט אריין הגדה קוכן נאר אובערלענדערס, אזויווי איך האב געזען ביי מיין טאטע
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליפא האט געשריבן:ביי מיר קומט נישט אריין הגדה קוכן נאר אובערלענדערס, אזויווי איך האב געזען ביי מיין טאטע


שוין געהערט אזאנע אויסדריקן בעפאר אבער כ׳פארשטיי עס נישט.
דיינע קינדער אדער דיין ווייב וויל דווקא הגדה און די זאגסט לא מיטאן נאלעף ווייל מיין טאטע האט נאר געגעסן אבערלענדערס, איז דאס יושר?
די ביזט א מחמיר אויף זייער חשבון?
די ווילסט נישט עסן פארשטיי איך, די זעלביגע אויב ווילסטו אויסלערנען די קינדער מיט ווערטער אז ס׳דא א ענין מחמיר צו זיין, אבער נישט אריינעמען אין שטוב גרעניצט זיך שוין מיט דזשיהאדיסטישע עקסטרעמיזם. #לדעתי-לדעתי.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען לייגט ארויף אויפ'ן קראן א שמאטע (וואס איז נישט קיין שמאטע..) קומט נישט אריין קיין ברעקל חמץ.

נישט נאר חמץ בעין איז א פראבלעם. כבוש אין בליעות איז אויך א פראבלעם, וואס די שמאטע העלפט פאר דעם גארנישט.

דער חומרא איז נאך פון די איינציגסטע חומרות וואס האט נאך באמת צו טוהן מיט הלכות פסח. רוב פון די אנדערע חומרות האבן גארנישט מיט הלכות פסח נאר (אפשר) מיט "אל תטוש"
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין שטארק מחמיר אויפ'ן צאנזער חומרא זיך אויף צו רעגען און אנצושרייען אויף די משפחה ערב פסח נאכמיטאג.
פארוואס טו איך אזוי? נאך יארען פון טעראפי 'על איך געוואויר ווערען, און בל"נ דעמאלס מיטטיילען דער עולם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk



ליטוואק רירט אן א זייער וויכטיגע נקודה דהיינו אז ביי אסאך משפחות ברענגען די חומרות צו א אנגעצויגענקייט אין שטוב סיי פאר יו''ט אין די ער''פ טעג און סיי יו''ט גופא ר''ל, ווען די באשעפער הייסט מזאל זיין יו''ט בשמחה כמבואר בתורת משה ובש''ס בכמה דוכתי

איך האב יעצט נעבן מיר א שו''ע הרב וועל איך מעתיק זיין לשון קדשו בסימן תקכ"ט דיני שמחת יום טוב סעיף ו'
כל שבעת ימי הפסח ושמונת ימי החג וכן ביו"ט של עצרת חייב אדם להיות שמח וטוב לב הוא ובניו ואשתו ובני ביתו וכל הנלוים אליו ושמחה זו היא מצות עשה מן התורה שנאמר ושמחת בחגך אתה ובנך ובתך וגו'

ובדידי הוה עובדא אשתקד בליל פסח כד הוינה עוסקין בסיפור יציאת מצרים בבית מו"ח כשאצל בתי הקטנה נפל כף אחת ארצה, ולבו הרגיש בכל השנה התפוצץ מכעס (אגב, זהו החמץ האמיתי כמבואר בזהר) וזעק מנהמת לבו, ושוב כאשר נפל פירור של מצה בתוך המרק של בני הבן חמש, כמעט ופרחה נשמתו, הלזאת שמחת יו''ט יקרא?
ונמצא יצא שכרו בהפסדו, ובפרט פסח ווען מלייגט א שטארקע דגוש אויף חינוך דארף מען מחנך זיין אז די מצות זענען נישט געקומען צו פארביטערען דאס לעבן, אדרבה עס ברענגט אהבת השם

ודי בהערה זו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מור וקציעה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז מיר אייביג מאדנע ווען איך דארף אויסלערנען חסידות פאר'ן עולם. קוק נאך די מעשה מיט'ן צאנזער רב און גארליצער רב

איך האב פארציילט פאר מיין בני בית וואס איך האב געשריבען, האט זי געזאגט אז זי לאזט עס נישט צו. איך געדענק נישט אז איך ווער אזוי אנגעצויגען, זיכער נישט פאר חומרות. ביי מיר לייגט מען מצה לכתחלה אין די זופ, אבער זי האט מורא....

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

ליטוואק אויפן צאנזער חומרא פון עסען נאר האנד מצה גאנץ פסח ביסטו יא מקפיד?
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק דו מישט אויס די ענין פונעם צאנזער זיך צו בייזערען איז געווען דעם צווייטן טאג סוכות אושפיזא דיצחק וואס איז מדת גבורה, ומי יבא בסוד קדושים
איך שטעל זיך פאר אז בריסקער רב, פלעגט זיך בייזערן יעדן יו"ט, און איך מיין אז טאג טעגליך אויך.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מור וקציעה האט געשריבן:ליטוואק רירט אן א זייער וויכטיגע נקודה דהיינו אז ביי אסאך משפחות ברענגען די חומרות צו א אנגעצויגענקייט אין שטוב סיי פאר יו''ט אין די ער''פ טעג און סיי יו''ט גופא ר''ל, ווען די באשעפער הייסט מזאל זיין יו''ט בשמחה כמבואר בתורת משה ובש''ס בכמה דוכתי

איך האב יעצט נעבן מיר א שו''ע הרב וועל איך מעתיק זיין לשון קדשו בסימן תקכ"ט דיני שמחת יום טוב סעיף ו'
כל שבעת ימי הפסח ושמונת ימי החג וכן ביו"ט של עצרת חייב אדם להיות שמח וטוב לב הוא ובניו ואשתו ובני ביתו וכל הנלוים אליו ושמחה זו היא מצות עשה מן התורה שנאמר ושמחת בחגך אתה ובנך ובתך וגו'



חברינו [tag]הוגה[/tag] האט אמאל באשריבן א הערליכן ארטיקל אויף דעם ענין. און כאטש ער האט עס געשריבן אויף סוכות "זמן שמחתינו", איז עס פונקט אזוי שייך אויף יעדן יו"ט.
בתוך דבריו שרייבט ער ווי פאלגענד:
די ערגסטע איז פארשטייט זיך מיט פסח, סיי די הכנות און סיי די עצם יום טוב


viewtopic.php?f=24&t=4753
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מור וקציעה האט געשריבן:ליטוואק אויפן צאנזער חומרא פון עסען נאר האנד מצה גאנץ פסח ביסטו יא מקפיד?

איך בין נישט אזא מחמיר..... עפעס דארף מען נאכגעבען.....
איינער קען אפיר ברענגען דער מקור צו די צאנזער רעגונג ער"פ? אויף מיין פאון איז מיר שווער.
דער בריסקער רב איז געווען נערוועז, אבער נישט גערעגט און זיכער נישט געמאכט קיין עבודה דערפון, ופשוט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דער צאנזער איז אויך נישט געווען גערעגט (כעס) נאר האט זיך געבייזערט ( הקפיד) הייסן הייסט עס אז ער האט געהאט אן עבודה דערביי, אבער חלילה צו זאגן אז ער איז געווען א אנגעצויגענער מענטש, צדיקים זענען איייביג נכון לבם בטוח בשם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חלילה אהין, חלילה אהער. ער האט אן ענין געהאט אזוי צוטוהן, וכן אני נוהג. עכ"פ פארציילען די מעשה פיהר איך.
איך זעי אז שש האט אנגעהויבען, גע'עפענט דאס מויל און מקיים געווען דער בולם פיו....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין שטארק מחמיר אויפ'ן צאנזער חומרא זיך אויף צו רעגען און אנצושרייען אויף די משפחה ערב פסח נאכמיטאג.
פארוואס טו איך אזוי? נאך יארען פון טעראפי 'על איך געוואויר ווערען, און בל"נ דעמאלס מיטטיילען דער עולם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: איך בין סתם נייגעריג צו וויסן אויב ר' חיים מ'בריסק, אדער ר' וועלוול בריסקער זצ"ל האבן זיך קיינמאל נישט געבייזערט ערב פסח נאכמיטאג...? אדער סתם א גרינעם מיטוואך נאכמיטאג...? פאר מגילה ליינען,למשל. ווען די מגילה איז נישט געווען געקנייטשט פונקטליך ווי אן איגרת...?!
נ.ב.: לכאורה, מייניך אז פורים קען קיינמאל נישט געפאללן אין א מיטוואך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סארא חומרות טוט איר פסח

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער האט צו פארציילען אז ר' חיים בריסקער האט זיך אמאל גערעגט אויף איינעם וועגען סיי וואס? ס'דוכט זיך אז זיין שטוב איז געווען ווי א באן סטאנציע, אפען פאר יעדעם, און קיין ווינקעל אין שטוב איז נישט געווען באשטימט פאר איהם פערזענליך. קיין גבר קפדנא איז ער נישט געווען.
דער בריסקער רב איז שוין יא געווען א נערוועזער, אבער מ'הערט נישט קיין מעשה'ס פון קפידות אויף אנדערע. עכ"פ איך האב נישט געהערט.
אינטרעסאנט, דער חת"ס האט געהייסען א גבר קפדנא, אבער די מעשה'ס אויף איהם זענען וויאזוי ער האט זיך איינגעהאלטען......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ריכטיג ר' חיים איז געווען א צוגעלאזענער און גוטמוטיגער מענטש, ר'וועלוול איז געווען זייער אן אנגעצויגענער, וכן נוהגים אחריו בניו הרבנים, וכל הבריסקערס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פארשפארט