בלאט 1 פון 6
מאמישע געפילן
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:11 pm
דורך בת קול
א שטיפ,
א ריר-
עס רוקט זיך
טיף אין מיר.
א שטויס,
א פלי-
מיין אטעם
איילט זיך צו.
עס באדערט,
אומבאקוועם-
עס קוועטשט מיר
די געדערים.
עס אטעמט!
ס'לוינט די מיען,
דאס קינד אין מיר
טוט בליען.
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:19 pm
דורך כוכב
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
#מאחורי_אלערט
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין ציהל און שטרעבן
צו ברענגן א לעבן
מיט ליבע זייגן
א קינד, מיין אייגן
איר וואשן ווי א דיימאנט
איר האלטן אין די האנט
געוויין נאך חצות
ליבע געבן ביז'ן עלות
קינד דו גיבסט מיר לעבן
מיט דעם וואס איך קען געבן
איך פיל אזוי נאנט צו דיר
א וואלקן פון נאנטקייט איך שפיר
ווי מיר פארברענגן צוזאם
אזא האניג זיסער טעם.
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:14 pm
דורך בת קול
פחד און פרייד
נעמען מיר ארום
וואג און לייכטקייט
באגלייטן אומעטים
א לייכטע הארץ, ווייטאג אין פיס
ווייזט מיר א וויזיע א קלארע
נישט גרינג, אבער זיס
א געפיל וואס האט קיין הסברה
דערשראקן אבער באגליקט
ס'קומט צייטן פרעמד און ניי
שטארק פאראויס איך קוק
ווייל ווערן א מאמע איך גיי!
Re: מאמישע געפילן
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:14 pm
דורך טאמבל סאס
כוכב האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
#מאחורי_אלערט
בת קול איז לכאורה נאר נופל על נקבה אבער צו וועסטו זאגען דען אז נאר ווען עס קומט פון די שכינה הייסט עס א בת קול? מעתה, וואס טוטצעך אויב איז עס די אייגענע פרוי?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:31 pm
דורך קל וחומר
יעצט הייב איך אן פארשטיין,
וויפול די עלטערן טוהן אין פייער גיין,
צו קענען הערן דעם קליינטשיגס געוויין,
וויפול מיה און פלאג,
טאג נאך טאג,
א שטיקל השגה כ'פארמאג,
ווי מער מ'איז אינעם קינד משקיע,
אלס מער ליעבשאפט, א זכיה,
אן אייביגער בונד קניפט זיך ברתת וזיע.
מיט געדולד פון אייזן,
קען מען אלס באווייזן,
בייקומען אלע גרייזן.
קינד מיינער, מיין טאג טוסטו באשיינען,
צו מיט געלעכטער צו מיט וויינען,
איך ליעב דיין הארץ דעם ריינען.
וואקס אויף און שפראץ,
בלייב נישט קיין קלאץ,
אויב יא, ווערט מען א פאץ.
דיינע עלטערן זאלן זיין דיין שטאלץ,
זיי זענען נישט געמאכט פון האלץ,
געב זיי ליעבע, ס'הארץ צושמאלץ.
Re: מאמישע געפילן
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 5:01 pm
דורך מפוזרי
@בת קול, שרייבסט די אייגענע געפילן?
די אנדערע שרייבן ווי טאטעס, אבער דיינס סאונדס ריעל. [emoji108]
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 5:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
נא, אל תרבה שיחה עם ניקה.
Re: מאמישע געפילן
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 9:34 pm
דורך מפוזרי
צ"ל אל תרבה שיחה עם מניקה.
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 10:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 4:11 pm
דורך בת קול
פארפעלט
א קלאפ
מיין אטעם
פארכאפט
די טרערן
זיי גליטשן
קיין כח
זיי אפווישן
פון בעט ארויס
איך שלעפ
וואנדער אראפ
די טרעפ
פאק צאם
מיינע געפעק
דער מאן
איך וועק
מען איילט זיך
זאפארט
צום אויסגעווארטענע
דעליווערי אָרט
וואקעלדיג
אבער גליקלעך
די פעין איך צייל
מינוטלעך
דערשראקן
גארטל איך מוט
לאז זיך שטעכן
מיטן דראט
די געפילן
זיי שטיקן
קיין ענערגיע
זיך צו ריקן.
און אט
עס איז שוין צייט
צו שטיפן
איך בין גרייט
איך זאמל איין
מיין גאנץ גבורה
און שטיפ ארויס
דעם ליכטיגן צורה!
Re: מאמישע געפילן
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 4:13 pm
דורך קל וחומר
מזל טוב!
אסאך נחת ביז הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט!
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 4:18 pm
דורך בת קול
שכוח!
אי"ה ביי אייך אלע אויף שמחות!
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 4:32 pm
דורך יודישע שרייבער
מזל טוב, אסאך יודיש נחת!
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 5:32 pm
דורך סמבטיון
מזל טוב. הרבה הרבה נחת!
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 5:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב און א פרייליכן מאמע טאג!
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 5:56 pm
דורך כוכב
מזל טוב
#וויפיל_וועגט_די_בעיבי?
נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 6:35 pm
דורך יודישע שרייבער
כוכב האט געשריבן:מזל טוב
#וויפיל_וועגט_די_בעיבי?
#ווי_וועם_קוקט_ס׳אויס?

נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 6:49 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב! לתורה לעבודה ולחסידות ולחופה ומעשים טובים ונאמר אמן
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 11:29 am
דורך בת קול
געפילן קלעמען
מ'דארף נעמען
צום בעיבי סיטער
דאס קינד ווידער
איבערלאזן זאפארט
מיט פילע קינדער דארט
וועט ער באקומען גענוג
די אטענשען און ליבשאפט ווי איך גיב?
איך האלז און קיש
א טרער איך וויש
א ווארעמע געזעגן
זאלסט פיין פארברענגען
ארויס איך שפאן
די געדאנקען אויפן פיצל מיין
און מיט שוועריקייט ווענד
זיך צוריק צום ארבעט...
Re: מאמישע געפילן
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 12:48 pm
דורך קל וחומר
ליבער מאמי,
כ'דארף א האמי.
ווער איז עס,
דעי נייע מיסעס?
דיין מילך,
וויל איך.
ווען וועסטו זיך אומקערן,
דיין ליבע שטימע וויל איך הערן.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 1:32 pm
דורך בת קול
על או על
מאמי וועט קומען
יעדע 3 שעה
פיטערן און זעהן
וואס עס טוהט זיך דא.
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 4:47 pm
דורך בת קול
טינקל שפעט ביינאכט,
כ'וועק זיך, און איך טראכט,
דאס קינד! איז עס לעבעדיג?
שנעל איך הייב ארויס פון וויג...
א נאנטע בליק אין פנים,
צו הער איך דעם טיפן אטעם?
כ'פיל דאס הערצעלע, געב א קיצל
עס וועקט זיך שנעל מיין פיצל...
עס נעמט מיר ווידער ארום א רואיגקייט
אבער נישט לאנג עס בלייבט פארשפרייט
איך בלייב אויף מיט די לבנה שיין
ווייל דאס קינד זיך ערוועקט מיט גרויס געוויין...