בלאט 1 פון 2
וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 8:18 pm
דורך ישמעאל הכהן
יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.
עס ווערט ערווארטעט היי יאר א פה-סח מאגאזין מעשה ידי להתפאר חברי דורשי ק''ש, בהנהלת הרב כוכב.
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 8:19 pm
דורך ישמעאל הכהן
משפחה
IMG_20160413_201840.jpg
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 10:42 pm
דורך אבי גערעדט
ישמעאל הכהן האט געשריבן:משפחה
IMG_20160413_201840.jpg
דאס איז נאכנישט די פסח אויסגאבע
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:48 am
דורך אבי גערעדט
קינדליין 1
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:49 am
דורך אבי גערעדט
קינדליין 2
קינדליין 3
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:29 pm
דורך קל וחומר
לצים, משה 'היה' רועה...
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:00 pm
דורך ווייל אזוי
סיי יעצט און אויך פאריגע יו"ט אויסגאבע פון מאמענט איז מיר עפעס נישט געפאלן.
סיי וואס זיי האבן געשריבן און סיי וויאזוי, ס'געווען זייער שוואך פאר א יו"ט אויסגאבע.
(למשל די "משה היה רועה" קעפיל איז נאר געמאכט אז ס'זאל זיין שרייעדיג)
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:12 pm
דורך קאצקע ציקער
הערליכע אויסגאבע. קיקט אויס זיי האבן אריינגעלייגט אסאך ארבעט. איך בין עקסייטעד!
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:26 pm
דורך שמעקעדיג
הויכפונקטן פונעם פסח'דיגן מעגא "מאמענט", ערשיינט מארגן צופרי אין די געשעפטן:
• הויפט קאווער סטארי: אן ערשטמאליגער הערליכער פראפייל אויף דעם זקן ראשי הישיבות וראש מלחמות ה' הגאון הגדול רבי משה גרין, ראש ישיבה ד'מאנסי, און אן אויסשליסליכער שמועס וואס די מאמענט שטאב, אין שפיץ פון הרב יואל אשר לאבין און הרב וועלוול שמעלצער האבן געהאט אין שטוב פון ראש הישיבה, וועלכער טיילט מיט זיינע זכרונות פונעם אמאל, און הדרכה פאר'ן היינט ביסודות הדת.
• דער אויסגערופענער מחנך און "ספעשל עד" פראפעסיאנאל, הרב שאול קליין, וועלכער האלט געשפאנט טויזנטער ליינער פאר די לעצטע 20 יאר מיט זיין לעגענדארן "טאג בוך פון א מחנך" עפענט אויף זיין רייכע געשיכטע וואס ער טיילט מיט צום ערשטן מאל.
• לכבוד פסח קומט זינגען א הלל-געזאנג מיט מוישי קרויס פון קרית יואל. הרב אליעזר ראזען זעצט זיך צום טיש מיט מוישי'ן וועלכער דערציילט זיין מוזיק-רייזע פון פּראוויזארישן סטודיא אין טאהש ביז'ן אויסוואקסן א מוזיק ריז וועלכער דינט אלס אויסשליסליכער פראדוצירער פאר יאסי גרין און דער מוח אונטער די קריעיטיוו און אויער-פארכאפנדע קונצליכע 'קול מבשר' עדס.
• און ווער איז דער כאניאקישער געשטעל און קלארינעט פראפעסיאנאל וואס ווערט געזען יעדע נאכט ביי חתונות און גרעסערע געשעענישן? הרב יונתן יאזשעף איבער זיין "עבודת השיר", די מירונ'ער אינספיראציע, און אלעס ארום "קלעזמער".
• יחצאל, מיכצל, מה-יעשה'ניק, כוזרי, דימיטרי – דער אויסגערופענער אקטיאר ר' אהרן מינץ קומט ארויף די פלאטפארמע מיט פארשידענע מאסקעס אויף איין פנים.
• דער בארימטער ר' מרדכי דושינסקיא פון ירושלים גיט אן אינספירירנדן שמועס פון זיין קראנקן שפיטאל-בעט, און דערציילט וויאזוי ער פארלוירן אלעס אין זיין לעבן, אבער נישט זיין שמחה און אמונה, און וויאזוי ער שרייט ווייטער אויס דעם "כל דכפין ייתי וייכול", און פירט אן זיינע חסד אפאראטן טראץ וואס ער ליגט אין ריהעב ווי ער ערהוילט זיך פון א סטראוק רח"ל.
• ווען מיר רעדן פון די ארבעה בנים לאמיר אויפוויקלען קאפיטלען היסטאריע און באטראכטן דעם "חכם", הגאון רבי יצחק לאמפרונטי; פאראייביגן צו שאנדע דעם "רשע", טאמאס דע טארקוועמאדא; זיך באקענען מיט דעם "תם", יהושע 'בהמה' און הערן וועגן דאס שאינו-יודע-לשאול פאלק, די כאזארן.
• די דראמאטישע וואנדערוועג פון הרב גוטמאן לאקס, וועלכער האט געזוכט גליקן אין פאַרוואָרפענסטע ווינקלען, פּרובירט די קוריאָזסטע לעבנסשטייגערן, אבער זיין נשמה איז געבליבן לעכצן
• אן אויסשליסליכער און חידושדיגער פראיעקט מיט די צוויי בארימטע פאטאגראפיסטן-ברידער, דוב און שמואל לענטשעווסקי. הערליכע בילדער איינס אין דער וועלט, יעצט גייט הרב אליעזר ראזען לערנען מיט אייך גרינטליך פשט און פערספעקטיוו פון ארטיסטישע פאטאגראפיסטן. איר וועט קוקן און ליינען, ליינען און קוקן, און אנהייבן הערן די "מער ווי טויזנט ווערטער" וואס יעדע בילד טראגט מיט זיך.
• זמן חרותינו, אדער ואת הלחץ זו הדחק? אין א ספעציעלן יום-טוב פראיעקט רעדט 'מאמענט' מיט זיבן העלדן וואס שילדערן זייער החלטה זיך צו אוועקציען פון דער טייערער שטאט צו זיבן אנדערע געגנטער, און די מעלות (און חסרונות) פון זייער פרישן וואוינארט, ויסעו מברוקלין ויחנו ב:לעיקוואד, סטעטן איילענד, מאנסי, דזשערסי סיטי, באלטימאר, קרית יואל, בלומינגבורג.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 9:17 am
דורך על המחיה
בקהלה
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 9:17 am
דורך על המחיה
המבשר
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 9:27 am
דורך על המחיה
משפחה
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 9:32 am
דורך על המחיה
משפחה מוסף מיוחד
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 9:33 am
דורך על המחיה
בתוך המשפחה
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 10:16 am
דורך כוכב
דעקל פון פה סח II אויסגאבע וואס ערשיינט לכבוד פסח. האפנטליך וועט די אויסגאבע זיין צו באקומען אין די קומענדיגע שעות. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 10:22 am
דורך על המחיה
ami
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 2:45 pm
דורך ליפא
אלס קאסט מיט א דאלער מער. עמי, מאמענט, קינדליין.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:38 pm
דורך שמעקעדיג
וועט עס צוריק אראפגיין נאך יו"ט?
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:39 pm
דורך אבי גערעדט
אלע האבן עס געטון פארגאנגענע סוכות און דאן צוריק אראפ
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:40 pm
דורך ליפא
דוכט זיך אז מאמענט טוט עס די ערשטע מאל.
Re: וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • פסח תשע"ו
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:50 pm
דורך נעגעל וואסער
על המחיה האט געשריבן:משפחה
נו... אריין אין "מאחורי הפרגוד" פורום...
ביי דע וועי די חעחברע האבן אויסגעשניטן ר' אהרן'ס שטריימעל גאר נישט פראפעשענעל.
חוץ אז אין מירון איז ער געגאנגען מיט אן איזראעלישע שטריימעל..
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
משפחה האט א אינטערוויוא מיט וויזניצער רבי'ן צום ערשטן מאל? כ'געדענק אז בערך 2 יאר צוריק האט 'דער איד' אויך געהאט אינטערוויאו מיט אים ווי ער האט פארציילט פון די מלחמה.