בלאט 1 פון 5
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:43 am
דורך סאשי פיש
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אויף מייקעל סעוויטש שאו איבער די טעמע פון שלא עשני אשה און איבער אידישקייט צום סוף פרעגט ער אים אויב ער דארף זיין בוך פאר זיינע קינדער ער ענטפערט אז זיינע קינדער דארפען עס זייער שטארק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ljj3q49fYAI[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:15 am
דורך זבולון
דאס איז זייער גוט פאר הענרי פון פאפא.
אבער אמת׳דיג גערעדט, דאס איז טאקע פשט פארוואס מיר מאכן אזא ברכה? אדער איז עס די זעלבע ווי מיר וואשן די הענט צוליב היגיינע? דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דיווארס רעיט ביי אונז איז נאר פיהר פראצענט. (אויך נאך די סמארטפאון׳ס עפאכע?)?
אין יעדעס פאל, מארגן וועל איך זאגן ברכות השחר מער בכוונה.
שקויעך, מייקל און הענרי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:19 am
דורך סאשי פיש
ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:20 am
דורך ליפא
ניין, ערגעץ ארום 40%
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:25 am
דורך גאלד
יא, דאס איז די פשוט'ע פשט פון שלא עשני אשה, אז מ'האט מער מצוות,
און שעשני כרצונו מיינט אז די אשה איז דער תכלית הנרצה וויזוי הקב"ה האט געוואלט דער מענטש זאל זיין, און איז מער שלימות'דיג ממילא ברויך זי נישט אזויפיל מצוות, צום ביישפיל א פרוי הייסט נולד מהול
דאסי נישט קיין פשט'לעך נאר פשוטו כמשמעו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:26 am
דורך ליפא
גאלד, ער האט מסביר געווען סעוויטש פארוואס מענער האבן טאקע מער מצוות איז ווייל פרויען זענען מער פערפעקטעד דארפן זיי נישט קיין מצות. אויף דעם פרעגט לכאורה זבולון צו דאס איז פשוט פשט. ס'מער א חסידישע תורה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:28 am
דורך יהושע חיים
און וואס איז פשט און א ברכה פאר דעם שלא עשני עבד?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:28 am
דורך זבולון
סאשי פיש האט געשריבן:ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?
זוכנדיג אין גוגל פאר די דיווארס רעיט פון די גויים, שטעלט זיך ארויס אז גוגל ווייסט נישט וואס א גוי איז. און בעסער דערצייל איהם נישט, ווייל באלד וועט נאך הענערי זאגן אז גויים ווערן געבוירן קאררעקטעד, דעריבער זאגן מיר שלא עשני גוי.
תכלית געב א קוק
דא, די העכסטע דיווארס רעיט איז אין בעלגיע, ביי 71 פראצענט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:32 am
דורך רויטע וואנצעס
געפעלט מיר די איד פון פאפא. נישט קיין חילוק צו יעדע נקודה זיינע איז ריכטיג צו נישט. די פאקט אז ער איז א מענטש, פארט ארום און שעצט יעדעם איז מיר גענוג. געפעלט מיר ווי ער זאגט אז אין אמעריקא איז נישט דא קיין אנטיסעמיטיזים ווען מ'איז שיין און מ'שמייכעלט צו יעדעם.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:58 am
דורך זבולון
חס ושלום. איך מיין נישט איהם אוועק צו מאכן.
איך האב נאר געפרעגט - צווישן אונז גערעדט - וואס דער אמת׳ע סיבה איז.
אבער אין אמת׳ן אריין, שעץ איך זייער דעם יונגערמאן, ער רעדט זייער שיין, און בעיקר - ער איז זייער ליבלעך און פארשטענדיג.
און איך גלויב אז זיין הסבר אויף שלא-עשני-אשה איז נישט קיין אייגנס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:12 am
דורך יהושע חיים
אמת צו נישט האט ער געדארפט אזוי זאגן און איך געב עהם קרעדיט פאר דער דרייסטקייט פון אריינרופן
אבער למעשה מיין איך אז נישט דאס איז פשוט פשט אין די ברכה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:49 am
דורך קאצקע ציקער
זבולון האט געשריבן:חס ושלום. איך מיין נישט איהם אוועק צו מאכן.
איך האב נאר געפרעגט - צווישן אונז גערעדט - וואס דער אמת׳ע סיבה איז.
אבער אין אמת׳ן אריין, שעץ איך זייער דעם יונגערמאן, ער רעדט זייער שיין, און בעיקר - ער איז זייער ליבלעך און פארשטענדיג.
און איך גלויב אז זיין הסבר אויף שלא-עשני-אשה איז נישט קיין אייגנס.
און מיר געפעלט אויך זיין דרייסקייט פארן זאגן איך בין פאפא און נישט זיך ארויסגעדרייט מיט סאטמאר אדער וואטעווער ....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:00 pm
דורך זבולון
נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:29 pm
דורך ליפא
/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:13 pm
דורך לך לך
רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:47 pm
דורך יואליש
לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד
דו ביסט קלאר נישט prejudice.
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:15 pm
דורך טמיר
יעדע שמועס פון סעוועדש'ן מאכט העדליינס אין די צייטונגען? איך ריף שוין אריין! ווען איז זיין שוי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:18 pm
דורך נהורא נפישא
יואליש האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד
דו ביסט קלאר נישט prejudice.
Say it again.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:55 pm
דורך פרייוויליג
מייקל סעוורעדזש איז שוין אפגעבריהט פון די ליבאוויטשער דמיונות, ענדליך האט ער באקומען עפעס א נארמאלע חרידי צו פירן א שמיעס מיט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:46 pm
דורך וכדומה..
יואליש האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד
דו ביסט קלאר נישט prejudice.
ער איז מער corrected....
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:07 pm
דורך ירא שמים
א חסידישע אינגערמאן רופט זיך הענרי?! רח״ל! וואס איז זיין אידישע נאמען?
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:00 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.
מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:14 pm
דורך ishchusid
זבולון האט געשריבן:נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...
איך האב געווארט ער זאל ממשיך זיין:
האסט א פראבלעם?