בשורה טובה פאר דער אינטערנעטלאזע וועלט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1777
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

בשורה טובה פאר דער אינטערנעטלאזע וועלט

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]בשורה טובה ומרנינה פאר די אידן וואס באנוצן זיך נישט מיט די טריפה'נע אינטערנעט, און ווילן געניסן פון אלע באקוועמע זאכן וואס דער אינטערנעט שטעלט צו. האבן מיר מיט די צוזאמענארבעט פון עסקנים ואישי הציבור צוגעשטעלט א ליסטע פון זאכן וואס דער אינטערנעט שטעלט צו אויף א כשר'ע אופן. גלייכצייטיג ווילן מיר מודיע זיין אז מיר וועלן געבן ספעצילע הנחות, פאר די וואס גייען זיך באנוצען דערמיט. מיר גייען געבן די פראמא קאודס אידישע נעמען, כדי איינער וואס קען נישט אידיש זאל דאס נישט קענען נוצן.

קאר סערוויס – ווי באקאנט האט שוין די טריפה'נע אובער פירמע צוגעפירט אז א סך זאל זיך באנוצן מיט דער אינטערנעט, און ליידער קארסירן א סך אובער קארס צווישן די היימישע גאסן. דעריבער האבן מיר צוגעשטעלט א וועג וויאזוי צו קענען סערווירן די עולם וואס פארמאגן נישט קיין אינטערנעט. די פירמע הייסט "ברוקלין קאר סערוויס" און איז עוועילעבל אין אלע היימישע געגענטער. מען קען רופן די ספעציעלע האטליין צו הערן די נומערס פון אלע כשר'ע פירמעס. א ספעציעלע הנחה גייט אראפגעלאזט ווערן אויב גייט איר געבן די פראמא קאוד #ארבעס.

ווי באוויסט זיך האט זיך לעצטענס געעפענט א טריפה'נע פירמע מיטן נאמען Car2Go וואס ווערט געפירט דורך רופן א קאר פון דער אינטערנעט. אבער מיר טוען מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור, אז מען קען אריינרופן די פירמע דורך א ספעצילע נומער, און דורך דריקן באטענס אויף די דיילפעד, טרעפט מען נאך א שנעלע 10 מינוט די פונקטליכער אדרעסע וואו דער קאר איז, און מען וועט קענען עפענען די קאר דורך א קארטל, און מען וועט זיך נישט דארפן באנוצן מיט דער טריפה'נע אינטערנעט פון די פאון צו עפענען די קאר. מיר ארבעטן אויף א ביליגערע אלטערנעטיוו אנצוקמען פון איין פלאץ צו דער צווייטער. דער פירמע הייסט "סיטי בייק", וואו מען קען אויך פארן גרינג און שנעל פון איין פלאץ צו די אנדערע. און עס ווערט געפירט אנע גאזאלין. ליידער ווערט דאס אויך געפירט דורך דער אינטערנעט, און מיר ארבעטן אויס עפעס א וועג מיט די שטאט אז מען זאל קענען אריינרופן אן דער אינטערנעט.

עמעזאן - ליידער באנוצן זיך א סך דערמיט צו קענען מפרנס זיין די משפחה, אבער פאר די וואס נוצן דאס צו קויפן זאכן, האט דאס שוין צוגעברענגט א סך מכשולות, הן דורך זיך צו באנוצן מיט דער אינטערנעט, און הן דורך נישט שטיצן היימישע אידן. דעריבער טוען מיר מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור, אז מיר האבן צוגעשטעלט סטארס אין אלע היימישע געגענטער וואו מען וועט אלעס קענען קויפן פאר כמעט די זעלבע פרייז. א ספעציעלע הנחה גייט אראפגעלאזט ווערן אויב גייט איר געבן די פראמא קאוד #בונדלעך

באצאלן בילס - ווי באוויסט האבן שוין א סך בענק פירמעס צוגעפירט אז א סך זאל זיך באנוצן מיט דער אינטערנעט, ליידער גייט מען ארויף אויף דער אינטערנעט און מען באצאלן די יוטיליטיס אדער קרעדיט קארטס, היה לא תהיה! דעריבער טוען מיר מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור אז מיט די צוזאמען ארבעט פון די פירמע 'מאני ארדער', גייט מען פון היינט און ווייטער קענען באצאלן דורך די פירמע אן זיך דארפן באנוצן מיט דער אינטערנעט. איר דארף נישט מער ווי אריבער גיין צו דעם אנגעגעבענע סטאר און באצאלן די ביל פון פאראויס, און זיי וועלן אייך דערלאנגן א צעטל פאר א מינימאלע אפצאל, וואס איר קענט דערנאך אפשיקן מיט די פאסט פאר א קליינע אפצאל פון בלויז די סטעמפ. א ספעציעלע הנחה גייט אראפגעלאזט ווערן אויב גייט איר געבן די פראמא קאוד #האלעפטסעס

דזשי פי עס - ווי באקאנט ווייסט יעדער איינער, אז די לעצטער יצר הרע היינטיגער צייטן הייסט דזשי פי עס. דער טרויעריג באקאנטע פירמע 'גוגל' האט שוין צוגעפירט טויזענטער זיך צו באנוצן מיט דער טריפה'נע אינטערנעט און דערמיט טוט מען נעוויגעטן דורך די ראודס פון איין פלאץ צו דער אנדערע. דעריבער טוען מיר מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור אז מיט די צוזאמען ארבעט פון די צוויי פירמעס 'טאמטאם' און 'גארמין', גייען זיי צושטעלן א מאשין וואס גייט קענען פונקציאנירן פונקט ווי גוגל מעפס. א ספעציעלע הנחה גייט אראפגעלאזט ווערן אויב גייט איר געבן די פראמא קאוד #חאריף

וועטער - עס איז איבריג מאריך צו זיין אז דער לעצטער אבן נגף שקם במחנינו איז דער וועטער ביורא. טויזענטער זענען שוין ליידער נכשל געווארן מיטן ארויפגיין אויף דער טריפה'נע אינטערנעט און קוקן וואס די לעצטע וועטער האט צו פארציילן. דעריבער טוען מיר מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור אז מיר האבן צוגעשטעלט א ספעציעלע נומער וואו מען וועט קענען אריינרופן צו הערן די וועטער. די נומער איז 1800-555 וועטער.

אימעיל - ליידער אין בית אשר אין שם אימעיל, טויזענטער טויזענטער אידן האבן זיך שוין ליידער באנוצט מיט דעם אינטערנעט, און שיקן מעסעדזשס איינער דעם צווייטן. דעריבער טוען מיר מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור אז מיט די צוזאמען ארבעט פון די לעגענדארע פירמע "פאקס" גייט מען קענען שיקן דאקומענטס איינער דעם צווייטן. די פעקס פראגרעם גייט זיין געצליך אינטערנעטלאז. מען דארף נאר קויפן די מאשין, און באצאלן א מינאמום אפצאל יעדן חודש. א ספעציעלע הנחה גייט אראפגעלאזט ווערן אויב גייט איר געבן די פראמא קאוד #בארשט

נייעס - אזוי ווי מענטשן באנוצן זיך מיט דער אינטערנעט צו ליינען נייעס, אפגערעדט אז די נייעס איז אנגעפילט מיט מינות וכפירות וציונית. דעריבער טוען מיר מיט צופרידענהייט מעלדן דעם ציבור אז אונזערע היימישע צייטונגען "דער איד" "דער בלאט", און "דער צייטונג", האבן זיך אינטערגענומען צו שרייבן מער נייעס אז מען זאל נישט דארפן צוקומען צו דער טריפה'נע אינטערנעט. דאסמאל פעלט נישט אויס צו שרייבן א פראמא קאוד, ווייל קיין איין גוי קויפט נישט היימישער צייטונג. אעפ"כ גייען מיר געבן אן הנחה פאר די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט, די פראמא קאוד איז #געפילטע פיש

חפץ ה' בידינו יצליח, ויה"ר שירבו זכויותינו כרימון[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר