בלאט 1 פון 1

ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:44 pm
דורך חקרן
ווי באקאנט פארמאגט דער בעלזער רב שליט"א א סענס אף הומער, ער קען אריינפליקן פאר יענעם מיט אזא גלייך-ווערטל, אויף אן אופן וואס ציעט ארויף א שמייכל אויף די לעפצן פון אלע וואס זעען דאס. דער רב שליט"א זאגט סתם אזוי פארשידענע ווערטלעך דא און דארט, ווי אויך האט ער ליב צו מאכן פארשידענע שטיק פארן עולם.

איך גרינד דא אן אשכול, וואס זאל זיין געווידמעט אויף די ווערטלעך פונעם רב, אמאל און היינט. איך וועל אנהויבן מיט איין ווערטל, והמוסיף יוסיפו.

ווען דער רב שליט"א איז אמאל אריינגעקומען אין טשעבינער ישיבה אין ירושלים, דארט איז פאראן אן ארון-קודש מיט א פרוכת וואס קומט נישט אן ביזן ערד, נאר ביז נאך די טירן פון די ארון-קודש, און אונטער דעם איז פאראן א שאפע. ווען דער רב האט דאס געזען, האט ער זיך אנגערופן "אום ווינטער לייגט מען א לאנגע פרוכת?" ודפח"ח.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
מ'קען דא נאר לייגן ווערטלעך, אדער תורות אויך?

Re: ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען דער ירושלימ'ער רב זי"ע איז אוועק אום כ"ו אב, האט דער בעלזער זיך אויסגעדרוקט "אוי! יעצט איז גאנץ ירושלים געפאלען אויף מיין פלייצע'ס"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:04 am
דורך סמבטיון
ערנסט גערעדט, גראדע האט ער אויך געזאגט דעמאלטס אז די וועלט האט פארלוירן א טשנדעליר.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 3:40 am
דורך מענטשאלע
און פאר הגרי"י רוטה לרפו"ש האט ער געזאגט אז ער איז אים שולדיג הכרת הטוב ווייל זיין פאטער רבי אייזיק איז געווען א שניידער און האט עם געמאכט די ערשטע בעקישע.
מקען זיך פארשטעלן ווי רבי חצקל האט אויסגעזען נאכן הערן דעם שכויח, נאך ווען מהאט אויף אים ארויף געפרעסט זיך צו טרעפן מיט'ן בעלזער.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:02 am
דורך סמבטיון
שקר. סעדא א ריקארדינג פון די שמועס.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:22 pm
דורך שמעון וואלף
[tag]סמבטיון[/tag], פאסט נישט פאר א ק"ש שרייבער צו זיין אזוי נאיוו. ווייסט באמת נישט אז ס'איז מעגליך צו דארטארן א רעקארדיג?
איך ווייס נישט צו דער בעלז'ר האט עס יא געזאגט אדער נישט, אבער די רעקארדיג איז נישט מכריח

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:53 am
דורך shem-tov
דער רב שליטא האט אמאל חוה"מ פסח געזאגט אז אינדערהיים זענען די בעלזא געווען די גרעסטע קנאים. כע כע כע ע"כ