בלאט 1 פון 1
דארף מען זיך שעמען ???
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 5:28 pm
דורך ווייל אזוי
י' ניסן 12:30 ביינאכט
מושי! איך מיין זיי זענען שוין דא, ברענג ארויף די באקסעס נאך פאר די שכנים זעען.
אקעי מאמי, האט מושי געזאגט אויפ'ן וועג אראפ פון די שטיגן צו ארויפברענגען די נאר וואס דעליווערטע "קמחא דפסחא" ארדער.
די אויבענדערמאנטע מעשה שפילט זיך אפ אין אזאך הייזער פאר יעדע יו"ט און שבת, איז יעצט די שאלה ווייל מ'דארף צוקומען צו יענעם דארף מען זיך שעמען, איז דא אויף וואס זיך צו שעמען ?
אין פרק ערבי פסחים זאגט די גמרא אז יעדער דארף האבן וויין פאר ד' כוסות אפילו מן התמחי, זעהט מען אז דעמאלטס איז שוין אויך געווען "תומכי שבת", אין א צווייטע פלאץ זאגט די גמרא אז ס'וועט אייביג זיין ארימעלייט ביי כלל ישראל.
אלזא האט נישט קיין פשט צו ווארטן צוועלעווע ביינאכט און ארויסקוקן פון די ווינדא שעידס ווען זיי קומען אן, און עס שנעל אריינברענגען אין שטוב, און זיך שעמען.
טעיק איט איזי ס'איז היינט א נארמאלע זאך (כמעט אזוי ווי א גט) אז מ'דארף צוקומען צו אנדערע, די נדבנים געבן עס בלב שלום און האט'ס א שמחת יו"ט.
און דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אלע האבן פרנסה בריווח.
בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל.
חג כשר ושמח ושמחת יו"ט.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 5:45 pm
דורך זבולון
ניין. מ׳דארף זיך נישט שעמען. שעמען דארף זיך דער וואס האט נישט צו לעבן, און לעבט א לעבן פון א שוואוילטאג, בארגט זיך אן מיט געלט, און באצאלט קיינמאל.
דארף מען זיך שעמען ???
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 6:10 pm
דורך קאסטנער
זבולון האט געשריבן:
בד״וו, עס איז אבוויעיעס אז איהר וואוינט אין גוט צו וויסן.
וואס פעלט עס אויס?
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 6:49 pm
דורך זבולון
אויסגעמעקט.
גארנישט געמיינט פערזענליך
Re: דארף מען זיך שעמען ???
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:13 pm
דורך מפוזרי
יא, מ'דארף זיך יא שעמען. ס'שוין געווען אַ בושה בזמן הגמ' און אַזױ בכל משך הדורות ביז לעצטנס, ס'תמיד געווען א בושה צו זיין א מצטרך לבריות. ס'איז אַ חלק פון די קראנקהייט פון אונזער סיסטעם אַז ס'געווארן א לכתחילה. צו נעמען ביי יענעם.
אוודאי טאר מען נישט פארשעמען דעם נעמער, אבער ער זעלבסט איז נאָרמאַל און מענטשליך, זיך שלעכט צו פילן מיט דעם.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
געפיהלן איז נישט א זאך וואס מ'קען זאגן זיך צו פירן א געוויסע וועג. איינער שעמט זיך, דער צווייטער נישט. קיין איינס איז קיין ציווי אדער א עולה.
די פאקט אז איינער שעמט זיך אדער נישט, איז נישט מעלה אדער מוריד. דארף ער הילף, זאל ער נעמען אפילו ער שעמט זיך, דארף ער נישט הילף, זאל ער נישט נעמען אפילו ער שעמט זיך נישט.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:26 pm
דורך יהושע חיים
און בעסטע פאל איז עס קיין כבוד זיכער נישט
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
כרויטע. וואס מעסט מען דא צו מען האט זיך שוין געשעמט בזמן הגמ' צו נישט? וואס איז דאס קובע צו בזמן הגמ' האט דער אידל מיטן פעקל פונעם ארטיגן רב לויפער געהאט א רויטע נאז אדער נישט?!
איינער שעמט זיך יא און א צווייטער נישט, ס'איז תלוי אין יעדען באזונדער. אז איר ברויכט נעמען נעמט לויט וויפיל איר דארפט, ברויכט איר נישט דאן נעמט נישט קיין איינציג בוריקע אומזיסט.
Re: דארף מען זיך שעמען ???
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:31 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ב"ה די אלע קמחא דפיסחא ווערן געטיילט אויף א הויכע סטענדארד בדרך כבוד.
אין די יעצטיגע ערב פסח טעג איז דא דעליוועריס פין אלע גראסעריס שפעט ביינאכט איז אויף דעם דארף מען זיך נישט שעמען.
אבער ווי נישט ווי א פילינג פין א מענטש בלייבט קיינער וויל נישט לכתחילה זיין פין די מקבלים זייט
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
און פארוואס ביים ווייזען די פוד סטעמפ קארטל פארשטייסטו אז דו בלייבסט יא א בעל בתיש יונגערמאן?
גלייב מיר די בעל צדקה גיט נאך אזוי גירן ווי די גאווערמענט און פארלאנגט ניטאמאל זאלסט ליגענט זאגן
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 7:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
דאס יא, אז מ'דארף נישט און מ'נעמט, דאן מעג מען זיך גוט שעמען.
ס'איז געווארן א מין חזיר'שקייט פון כאפן וויפיל ס'לאזט זיך. מיינס א קרוב עסט נאך סוויט פאטעטא שבועות פון די פסח כאפעריי. א צווייטער טרינקט קמחא דפיסחא גרעיפ זשוס ביז זאת חנוכה.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:36 am
דורך [NAMELESS]
הייסט עס אויב דארף ער עס אויף שבועות טאר ער שוין נישט נעמען? קמחא דפסחא מיינט אז שבועות דארף ער הונגערן?
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:02 pm
דורך שמעקעדיג
ניין, עס מיינט אז תשעה באב דארף מען פאסטן.
סיריעסלי, ווייסט וואס איז טייטש די אראמישע ווארט "דפסחא"?
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:04 pm
דורך געוואלדיג
אבער דער נצרך איז נישט קיין פאפער און שקרן ווען עס קלעקט איהם ביז שבועות.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:13 pm
דורך קל וחומר
אז מ'רעדט וועגן זיך שעמען בזמן התלמוד צו נעמען ביי א צווייטן, איז דאך דא די באקאנטע גמ' אין כתובות סז: מיט מר עוקבא.
ועיי"ע יו"ד סימן רמט שמונה מעלות בצדקה שלא ידע העני ממי מקבל.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ניין, עס מיינט אז תשעה באב דארף מען פאסטן.
סיריעסלי, ווייסט וואס איז טייטש די אראמישע ווארט "דפסחא"?
גרעיפ דזשוס און סוויט פאטעיטא זענען אויך נישט קמחא. ס'איז לאו דוקא קמחא און לאו דוקא פסחא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:58 pm
דורך מור וקציעה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דאס יא, אז מ'דארף נישט און מ'נעמט, דאן מעג מען זיך גוט שעמען.
ס'איז געווארן א מין חזיר'שקייט פון כאפן וויפיל ס'לאזט זיך. מיינס א קרוב עסט נאך סוויט פאטעטא שבועות פון די פסח כאפעריי. א צווייטער טרינקט קמחא דפיסחא גרעיפ זשוס ביז זאת חנוכה.
משוך בגזר: האם תושבי וילאמסבורג אכלו בפסח 'טבל' וספיחי שמיטה?
אחד מהארגונים הגדולים בשכונת וילאמסבורג חילק ב'קמחא דפסחא' שקי גזר שיובא מישראל, ללא השגחה ובלי הפרשת תרומות ומעשרות • הסוד התגלה על ידי משגיח במסעדהנתן פרל ד' אייר התשע"ו / 12.05.2016 22:14
UJO, אחד מהארגונים הגדולים בשכונת וילאמסבורג שבברוקלין, חילק לפני חג הפסח 'קמחא דפסחא' לנצרכים בניו יורק.
אלא שהשבוע התברר כי שקי הגזר שחולקו בחבילת הסיוע היה גזר מיובא מישראל – ללא השגחה על שמיטה, ובלי הפרשת תרומות ומעשרות.
בחו"ל, שם אין חיוב של תרומות ומעשרות וכן אין איסור שמיטה, נוהגים התושבים לרכוש פירות וירקות ללא תעודת כשרות – וגם בחנויות בבעלות של גוים.
אלא שהשנה גילה משגיח מהכשרות של הגאון רבי נפתלי מאיר באבד, אבד"ק טארנפול פלטבוש, שקי גזר במסעדה שתחת השגחתו – והבחין כי הגזר הגיע מישראל.
לשאלת המשגיח "מאיפה יש לו את השק" – הסביר בעל המסעדה כי הוא קיבל אותו ב'קמחא דפסחא' של ארגון UJO בעיר, ומה שנשאר לו מהחג הביא למסעדה.רבני השכונה, ששמעו על המקרה, דנים בימים אלו האם לחשוש ששקי הגזר הם משנת השמיטה ולכן חייבים לנהוג בהם קדושה, או שאין לחשוש אלא רק על אי הפרשת תרומות ומעשרות.
Re: דארף מען זיך שעמען ???
נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 10:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אם הם משנת השמיטה (איך מחזיקים אותם מאז ר"ה, ירק כשעת לקיטתו), יש עליהם איסור משומר ונעבד, ולא רק קדושת שמיטה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk