בלאט 1 פון 5

שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 9:23 pm
דורך שמעקעדיג
אונז האב מיר שוין דא אין מאחורי הפרגוד פונעם שטיבל א שלל מיט ארטיקלען און אשכולות אויף כמעט כל מיני פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן צווישן מאן און ווייב. עצות, איידיעס און טיפס על כל צרה שלא תבא, ווי אסאך חברים האבן מעיד געווען אז ליינענדיג די שורות דא אין מאחורי האט זיי אסאך געהאלפן אין לעבן, און זייער שלום בית האט זיך פארבעסערט.

ועל של עתה באתי, איבער א פענאמען וואס מאכט זיך לעצטנס ליידער אפטער ווי אמאל, אז א שלום בית גייט פייפן נישט ווייל איינער איז שלעכט אדער האט מדות מושחתות, נאר ווייל איינער פון די צוויי (ע"פ רוב די מאן, נאו דיסקרימינעישאן אינטענדעד) הייבט אן גליטשן בארג אראפ, און הייבט אן משנה זיין קודם מיט קלענערע זאכן און דערנאך מיט מער גרעסערע און ערנסטע ענינים, ביז די פרוי שפירט אז מער קען מען זיך נישט צוזאמענלעבן אזוי בשלום ובשלוה, עס קלאפט נישט סיי מיט די ווייב און זיכער נישט מיט די קינדער, און דאן... אדער לויפט מען זוכן הילף, אדער איז מען אליינס מחליט אז עס איז מער נישט קיין תכלית, און לעטס גאו...

איך האב דא אפגעשריבן א לענגערע אשכול אז א פרוי איז נישט קיין מורה דרך פאר א מאן, און אודאי נישט קיין מוסר זאגער. אבער עס פארשטייט יעדער בר דעת אז דאס איז נישט קיין כלל פאר גאר עקסטרעמע פעלער, ס'איז נישט פשט אז דער מאן קען זאגן בשרירות לבי אלך, איך העל האקן א טאג און די פרוי וועט אים ווי א שעפעלע מכבד זיין און רעספעקטירן אויף א גאלדענעם טאץ. דאס זעלבע פארקערט, אויב א ערליכער מאן קוקט צו מיט שאק ווי זיין פרוי זינקט צי מיט אירע סאציאלע חבר'טעס אנליין צי אומאיידעלע פרענדס ביי די ארבעט און פארלירט דערביי יעדן פונק פון ערנסטקייט און ווארעמקייט פון א אידישע מאמע, איז שווער צו האלטן דאס מויל פארמאכט און אנגיין מיטן לעבן מלא צער און זארג.

אודאי זאל מען נישט מוסר'ן איינער דעם צווייטן, און געוויס נישט שרייען און האבן טענות, דאס גיסט נאר אויל און צינדט אן דעם פייער נאך גרעסער; מען קען אסאך גרינגער מתקן זיין זאכן ווען עס הערשט נאך הארמאניע און אהבה אין שטוב, און מען פרובירט צו רעספעקטירן איינער דעם צווייטן אויף וועלכע זאכן מען קען יא; און בכלל מוסר'ן און פסקים וועט ווייניג-וואס העלפן צום מצב, קיין איין פארשטענדליכער ערוואקסענער וועט זיך נישט טוישן לכבוד א פסק אדער קולות וברקים, אויב עפעס קען מען נאר ערגער מאכן. איז ממילא וויכטיג צו געדענקען נישט צו גיין דעם דירעקציע.

די שאלה איז נאר, וואס יא? אויב מען האלט נאך ביים אנהייב, און מען קען נאך צוזאמענשטעלן די שטוב, איז דאך אודאי גוט. מען שלעפט אביסל ארויף פון איין זייט, און מען ברייטערט אויס דעם קוק-ווינקל פון די צווייטע זייט, און מען פרובירט דאס בעסטע אז דער לעבן זאל זיך סעטלען בעז"ה. אבער טאמער כאפט מען די זאך צו שפעט, איז געווענליך נישטא צופיל עצות, און רוב מאל קומט מען אן פריער אדער שפעטער צו א גט. עס איז גאר ווייטאגליך, ווייל אסאך מאל הערשט באמת א ליבשאפט צווישן דעם פארפאלק, אבער די תורה איז פארט העכער אלעם און בפחי נפש מוז מען זיך אפטיילן.

ווי געשריבן אויבן, מאכן זיך אזעלכע פעלער מער אפט לעצטנס, צוליב פארשידענע סיבות, און בדרך הטבע וועט די צוקונפט נישט ווערן בעסער, אויב נעמט מען נישט אן מיטלען דאס צוריקצוהאלטן.

איך ווייס אויך נישט די עצה דערצו. איך וויל נאר אויסשמועסן געוויסע פרטים, און בעיקר וויל איך הערן פון די חברים אויב האט איר שוין אליינס געהאט, אדער מיטגעהאלטן ביי א צווייטן, אזעלכע געשיכטעס, וואס איז אייער עקספיריענס, עצות צו מאכן זאכן בעסער, וועלכע טעותים קען מען זיך לערנען מען זאל נישט איבערטון ביי א צווייטן קעיס, און די בעסטע פון אלעם, פרעווענשאן. עצות ווי אזוי מען קען מונע זיין דעם פראבלעם אינעם צוקונפט.

אלע טאטעס פון קינדער – אינגלעך צי מיידלעך – אין היינטיגן דור לעבן מיטן פחד מה יוולד יום. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי אונזערע קינדער וועלן אויסוואקסן מארגן. וואס קענען עלטערן טון צו מאכן די קינדער געזונטער בכלליות, און וואס קען מען טון אויב האלט מען שוין ליידער אין אזעלכע מצבים?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 9:25 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס האב איך עס געלייגט אין מאחורי? כ'ווייס נישט. מען קען עס אפשר יא ארויסרוקן.
אפשר נישט? עס האט דאך א מעלה אז מען קען שרייבן אנאנים, אפשר וועט עס ברענגען בעסערע רעזולטאטן?

@הוגה זעה איך איז יעצט אנבאורד, אפשר ווארפסטו אריין עפעס א גוטע עצה כדרכך, בעפאר דו ווערסט פארשוואונדן ביז די נעקסטע סייקל...

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm
דורך הוגה
ש'כח שמעקעדיג פאר די פערזענליכע אטענטשאן. :oops: איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל אויף דער נושא סיי מלפני הפרגוד און סיי מאחורי. איך בין אבער נישט גוט מיט די סירטש אפציעס. יעצט בין איך אוועילעביל פאר קורצע תגובות, אפשר שפעטער אדער אן אנדערע טאג וועט מען שרייבן דא באריכות אויב ס'וועט נאך אויספעלן.

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 10:02 pm
דורך mevakesh
עס איז זייער א שווערע און פארצווייגטע נושא און איין פאל איז נישט גלייך צום צווייטען
אבער באופן כללי דארף זיין שטארק געבויעט דער רעספעקט צווישען פאר פאלק און סיי דער וואס איז משנה זאל פארשטיין און רעפעקטירן ווי וויכטיג די מנהגים און פרומקייטן איז פאר דעם אנדערן (אפילו ווען מען האלט אליין אז דאס איז שטותים) און סיי דער פרומער דארף פארשטיין אז יענער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש
ווען עס איז קלאר אויסגעבויעט דער יסוד איז דא וואס צו ארבעטן אויב נישט איז א שאד די צייט

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:41 am
דורך נולד מאוחר
פון וואסערע דיפרענצן רעדט מען דא, אויב איז דו מאן נישט מזלזל און עיקרי יסודות, וועט קיין שום נארמאלע רב טערפיסט הייסן זוך גטן. אויב איז דער מאן א קל וואס תורה ומצות מיינט גארנישט ביי עם, פארוואס זאלן בכלל וועלן בלייבן ציזאמען? איז דען מעגליך צי האבן א געהעריגע ליבליכע שלו' בית.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:42 am
דורך שמעקעדיג
עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס...

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:47 am
דורך נולד מאוחר
די פראבלעם קומט ווייל מווערט אויפגעצויגן אז זאכן זענען ווייס און שווארץ. אדער בעסער שווארץ און שווארץ

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:04 am
דורך ידען
פאר וואס גלייבט מיך נישט מיין ווייב אז איך קען אויכעט הלכות?

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:35 am
דורך הקטן
mevakesh האט געשריבן:עס איז זייער א שווערע און פארצווייגטע נושא און איין פאל איז נישט גלייך צום צווייטען
אבער באופן כללי דארף זיין שטארק געבויעט דער רעספעקט צווישען פאר פאלק און סיי דער וואס איז משנה זאל פארשטיין און רעפעקטירן ווי וויכטיג די מנהגים און פרומקייטן איז פאר דעם אנדערן (אפילו ווען מען האלט אליין אז דאס איז שטותים) און סיי דער פרומער דארף פארשטיין אז יענער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש
ווען עס איז קלאר אויסגעבויעט דער יסוד איז דא וואס צו ארבעטן אויב נישט איז א שאד די צייט


קיינער דארף נישט פארשטיין!
אבער איינער פארשטייט פארשטייט ער, אויב איינער פארשטייט פארקערט פארשטייט ער פארקערט.
ווער פארשטייט?

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:20 am
דורך mevakesh
טאקע גערעכט נישט פארשטיין נאר וויסן צו רעספעקטירן יענעםס געברויכען און מיינונגען אפילו מען פארשטייט נישט

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:26 am
דורך שמעקעדיג
אויפן פארלאנג פון כמה ניקס, נעם איך ארויס דעם אשכול פון מאחורי.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:28 am
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:פאר וואס גלייבט מיך נישט מיין ווייב אז איך קען אויכעט הלכות?

פרוביר איינמאל מחמיר צו זיין, נישט נאר מקיל זיין, עס וועט ארבעטן וואונדערליך...

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:43 am
דורך געוואלדיג
איך האב כמה פעמים געהאט ווען איך האב מקיל געווען פאר מיין ב"ב און זי האט חושש געווען צו איך ווייס טאקע וואס איך רעד אדער בין סתם א מקיל, האב איך בפניה כמה פעמים אנגערופן א רב פרעגן די שאלה און נאך וואס זי האט געזעהן אז דער רב זאגט ווי מיר האט זי זיך בארוהיגט משם ואילך.

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:49 am
דורך ירא שמים
מדארף טרעפן א גוטע רב…

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:53 am
דורך געוואלדיג
סייווי

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:30 pm
דורך הוגה
מיין קאפ ווירבעלט מיט כל מיני מחשבות און געדאנקן, עס איז מיר שווער זיך צוזאמצונעמען און שרייבן מיט א סדר אזויווי אין די אמאליגע צייטן. אבער אז "אזא יונגערמאן" ווי @שמעקעדיג בעט קען מען נישט אפזאגן. בעצם האט שוין שמעקעדיג געשריבן וואס עס איז שייך צו שרייבן בכלליות, נאר כיהודה ועוד וועל איך שרייבן וואס עס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האף אז עס וועלן ארויסקומען עטוואס coherent זאצן. ווי געזאגט איז דאס אלע נאר בכלליות, אויב מ'וועט פרעגן מער ספעציפיש וועט זיין מעגליך צו שרייבן מער.

קודם אפאר הקדמות:

ווי שוין דערמאנט אויבן איז דער נושא אן issue ביי ביידע ג'ענדערן, אמאל איז עס די מאן וואס ווערט קעלטער צו אידישקייט ענינים און אמאל איז עס די פרוי (געווענטליך בעניני לבוש און מעיקאפ).

עס טרעפט זיך כמעט נישט אז עס זאל זיך אנטוויקלען ערנסטע שלום בית פראבלעמען אדער גיטין נאר צוליב די מאנ'ס אדער פרוי'ס נישט זיין גענוג פרום. עס איז אלעמאל דא אנדערע סיבות וואס זענען גורם די פראבלעמען און די פרומקייט לעוועל איז נאר א תירוץ. צומאל האט די ווייב פשוט נישט ליב די מאן. צומאל איז ער אן עגאואיסט אדער ער רעספעקטירט איר נישט. צומאל איז זי פארדארבן אין מידות.

צומאל מאכט זיך א יונגערמאן שפילט פרומע יונגערמאן פאר לאנגע יארן, ער גייט די שמונה בגדים, שטייט אויף פארטאגס (צו שמועסן אין מקוה/קאווע שטיבל), ער איז אויף ליל שישי (וואטשן מאוויס מיט זיינע פריינד), לאזט נישט זיין ווייב גיין מיט שרייעדיגע בגדים, פארלאנגט אז די קינדער'ס פיאות זאלן נישט געמאכט ווערן מיט דזשעל (ווייל זיין משפחה וועט אים אנקוקן קרום) וכו'. איין טאג איז אים א "גוטע" חבר מייעץ אז עס איז נישט דא עפעס בעסערס פאר די שלום בית ווי צו זיין פולקאם אפן מיט די ווייב. ער קומט אהיים און ער זעצט זיך אוועק מיט זיין ליבלינג און פארציילט איר אלע זיינע מצוות ועבירות עקספעקט'נדיג אז זי וועט אזוי שטארק הנאה האבן פון זיין אפנקייט און זי וועט מיטגיין מיט אים. פארשטייט זיך אז ער וועט האבן ערנסטע שלום בית פראבלעמען, אבער נישט צוליב זיין נישט זיין פרום נאר צוליב זיין נישט האבן שכל!

מענטשן וואס מאכן דאס מיט און ליידן צוליב דעם וואס זייערע ווייבער האלטן אז זיי זענען נישט פרום גענוג, וועלן זיין מלא טענות אויף מיר אז איך באשולדיג זיי אין נישט זיין גוטע מענער/מענטשן. אבער די אמת מוז געזאגט ווערן. אויב ווילסטו מאכן פראגרעס מוזטו הערן די אמת אזוי ווי זי איז. אויב ווילסטו זיין גערעכט קען איך דיר נישט העלפן. אויב האסטו ערנסטע שלום בית פראבלעמען צוליב דיינע פרומקייטן דאן איז דא עפעס אנדערש וואס מוז געפיקסד ווערן, עפעס יסודות'דיג.

אויב האנדלט זיך אבער פון א "נארמאלע" מאן און א "נארמאלע" פרוי, וואס רעספעקטירן זיך איינער דעם אנדערן, דער מאן העלפט ארויס אין דערהיים, נישט ווייל ער מוז, נאר ווייל ס'איז זיין הויז פונקט ווי זיין ווייב'ס, ער לאזט זיין ווייב האבן אינדיפענדענס און א גלייכע דעה אין אלע הנהגות הבית והחינוך פונקט ווי אים, ער באהאנדלט נישט זיין ווייב ווי 'א שטיקל ברויט אין א קארב על כל קישוי שלא תבוא' נאר ווי א מענטש - א יומען ביאינג, און פונקט ווי אלע מענטשן וועט ער זיך טוישן מיט די צייט, ווערן מער קאלט און באלעבאטיש, אריינלייגן די ציצית, אויפשטיין שפעט שבת, טרונקען קאקא קאלע, וואטשען א מאווי פון צייט צו צייט וכדומה, וועט עס זיין ווייב רעספעקטירן און מקבל זיין.

איך זאג נישט אז די אויפברענגונג וואס זיי באקומען אין די בתי חינוך איז נישט קיין פראבלעם בכלל. עס איז יא און עס פארלאנגט א באהאנדלונג וויאזוי זיך צו באגיין מיט דעם און פארגרינגערן די דורכגאנג. אויב אבער איז דא א טיפערע אינערליכע פראבלעם וועט גארנישט העלפן אויסער אויב איר זענט גרייט זיך צו טוישן.

איידער מיר גייען אריין אין די פראקטישע עצות והדרכות דארף מען קודם אראפשרייבן די יסודות הדברים:

1) א מאן און ווייב האבן נישט חתונה צו טוישן איינער דעם אנדערן, נישט צו היטן און באשיצן איינער דעם אנדערן, און אויך נישט צו באפרידיגן איינער דעם אנדערן אדער זייערע עלטערן. א מאן און ווייב האבן חתונה צו בויען א שטוב בשותפות. אלע כללים פון שותפות זענען וואס זענען גילטיג אין ביזנעס זענען גילטיג אין מערידזש.

2) אידישקייט דיפערענצן זענען פונקט ווי עני אנדערע דיפערענצן, מ'דילט נישט דערמיט אנדערש ווי ווען מען געפינט אויס אז די מאן איז מער קארג אדער א גרעסערע שפענדער ווי אייך. "נארמאלע" מענטשן ארבעטן אויס א מהלך אז די דיפערענצן זאלן נישט שטערן די שלום ושלוה אין שטוב. איז ער א קלענערע ירא שמים אדער גרעסערע ירא שמים, So what? מענטשן זענען אלעמאל אנדערש, מ'פיגערט אויס א וועג צו לעבן צוזאמען מיט די דיפערענצן.

א מענטש איז איינגעגאנגען אויף א שותפות מיט זיין חבר און ווי נאר זיי האבן אנגעהויבן די ביזנעס האט ער אויסגעפונען אז זיין חבר איז א דייעבעטיק וואס גייט צוויי מאל א וואך פאר דייאלעסיס. ער מאכט זיך א שנעלע חשבון אז ער קען נישט ארבעטן מיט א שותף וואס וועט נישט זיין אוועילעביל צוויי טעג פון די וואך. ער זעצט זיך אוועק מיט זיין שותף און ארבייט אויס א מהלך אז מ'זאל זיך צוטיילן ווייל נישט אויף דעם איז מען איינגעגאנגען. וואס געשעהט אבער אויב ער געפונט אויס איבער די דיאליסיס ערשט אפאר יאר אין די ביזנעס, ווען דער שותף האט שוין אריינגעלייגט שווערע כוחות צוזאמען מיט דיר, אינטעגראלע חלקים פון די ביזנעס זענען געוואנדן אין זיינע קשרים, ער איז די רוח החיים פון די ביזנעס, זיינע קינדער פירן שוין אן עטליכע דעפארטמענטס, וכ"ש אויב ער האט באקומען די דייעביטיס שוין זייענדיג אין די ביזנעס? אויף אזא פאל וועט אים ניטאמאל איינפאלן צו דיסקוסירן זיך אפטיילן. אדרבא, ער וועט טון וואס ער קען ארויסצוהעלפן זיין שותף. ער וועט אים צושטעלן א פערזענליכע דרייווער מיט א שיינע SUV, מיט א קאמפיוטער אין די בעק, כדי אז ער זאל קענען ווייטער אנפירן די ביזנעס פארנדיג און צוריק-קומענדיג פון דייאליסיס. דאס איז אלעס – פארשטייט זיך – אויב דער שותף איז נישט א שלאק וועם ער האט סייווי פיינט. אויב איז ער אבער א שלאק וועט ער נוצן דער דייאליסיס פראבלעם אלץ א תירוץ צו פארלאנגען א טיילונג. והנמשל מובן מאליו.

אויב א מאן און ווייב האבן חתונה און זיי געפינען אויס באלד אין אנהייב אז איינער איז פרומער ווי די אנדערע מיט גאר שטארקע דיפערענצן וואלט איך מייעץ געווען אז מ'זאל זיך באלד טיילן און זיך איינשפארן א לעבן פון עגמת נפש. עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו פרובירן צו טוישן און צופאסן איינער צום צווייטן. זאלן זיי זיך טיילן און טרעפן א בן זוג מער צוגעפאסט. פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט ווען זי האט פראבלעמען מיט נארישקייטן און משוגעת'ן, נאר ווען זיי זענען באמת אנדערש.

למעשה קומען די דיפערענצן געווענטליך ערשט ארויס ווען עס איז שוין דא א קינד אדער צוויי. ערשטענס, צוליב וואס אין די ערשטע יאר צוויי שפילט מען נאך איינער פארן אנדערע. צווייטענס, ווייל מענטשן טוישן זיך ווען זיי ווערן עלטער. איינער וואס בלייבט די זעלבע איז נישט א געזונטע מענטש. די ווייב ווערט גרעבער, ווייניגער קיוט, מער מעטשור, די מאן ווערט מער ביזי, די קינדערישע התעוררות'ער ווערן ווייניגער אפט, מ'הייבט אן צו פארשטיין וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט אזוי וויכטיג.

דורכאויס די גאנצע לעבן מאכן מענטשן קאמפראמיסן, סיי מיט זיך און סיי מיט יענעם. מען איז מסכים צו ליב האבן א ווייב וואס איז אנגעצויגן ערב פסח טעג ווייל מ'ווייסט אז דאס איז די פרייז פון האבן אזא גוטע ווייב/מאמע. א מאן וועט נישט האבן קיין טענות אויף זיין ווייב פארן נישט מאכן פענסי נאכטמאל אויב זי איז דער וואס ארבייט און ברענגט אריין פרנסה. די זעלבע איז מיט זיך. מען פארשטייט זיך אליינס אז מ'קען נישט פארלאנגען פון זיך בשעת ווען מען איז פאריאגט און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה צו דאווענען אזוי ערליך ווי אלץ בחור ווען מען האט געלעבט אויף קעסט און געהאט א תמימות'דיגע בליק אויף די וועלט. א פארשטענדליכע מענטש פארשטייט דאס און א פארשטענדליכע ווייב וועט נישט האבן קיין טענות אויף די מאן וואס טוישט זיך אין אידישקייט ענינים פון נאך די חתונה. דאס איז אבער נאר ווילאנג עס איז נישט דא קיין אנדערע פראבלעמען, ווילאנג ער דעליווערט פיזיש, עמאציאנאל וכו'. אויב אבער ער איז א שלאק וועט זי נוצן די אידישקייט אלץ א תירוץ אים צו רודפ'ן. איך זאג נישט אז עס וועט איר נישט זיין שווערער זיך צו ספראווען מיט זיין קאלטקייט צו אידישקייט ווי זיך צו ספראווען מיט אנדערע פעלערן, דאך וועט זיך אבער געפונען א וועג זיך צו ספראווען דערמיט ווי אן ערוואקסענע.

וממילא, איז בעצם נישט שייך צו געבן עצות וויאזוי צו באהאנדלען פראבלעמען וואס זענען נובע פון רוחניות דיפערענצן, ווייל די שלום בית פראבלעמען קומען צוליב אנדערע יסודיות'דיגע פראבלעמען. יעצט קען מען שרייבן א גאנצע ארטיקל וויאזוי מען בויט שטארקע קשר צווישן מאן און ווייב, נאך איינס אז מ'דארף ריספעקטן איינער דעם אנדערע, נאך איינס איבער וויאזוי א מערידזש איז געבויט אויף שטארקע יסודות וכו'.

ס"ה קען מען געבן אפאר קליינע טיפס וואס בעצם דער וואס האט א שטארקע מערידזש וועט דאס אליינס וויסן און דארף עס נישט הערן פון מיך. רוב פון זיי קענט איר טרעפן צווישן די דאזיגע שורות.

איך ווייס אז עס זענען דא אזעלכע וואס וועלן זיך קריגן מיט מיר און אויפווייזן מיט פסוקים ומאמרים אז א פרוי איז יא דא צו העלפן די מאן בלייבן ערליך, עס איז יא איר דזשאב אים צו האלטן אויף די רעלסן, זי דארף זיך יא אקעגן שטעלן אויב ער איז משנה פון די הנהגות וואס מ'האט איינגעפירט ביים חתונה וכדומה. הזכות בידכם זיך צו קריגן, ווער עס וויל גיין מיט דער מהלך וואונטש איך אסאך הצלחה אין לעבן. איך זאג אייך קאטעגאריש, עס איז נישט דא קיין שום סיבה וסברא אז מאן און ווייב זענען דא צו מאכן איינער דעם אנדערע זיין ערליכער, בעסער, הייליגער אדער וואס. צווייטענס, עס העלפט נישט און מ'איז גארנישט מרויח. אויב מיינט זי אז דורכ'ן אים פייניגן וועט זי האבן א שטערקערע טשאנס צו האבן גוטע ערליכע קינדער מאכט זי א גרויסע טעות. די בעסטע קינדער שטייגן אויס פון א הויז וואו עס הערשט הארמאניע, נישט געפעלשטע הארמאניע וואו מען האלט די שנאה באהאלטן אונטער די הויט נאר ריכטיגע הארמאניע.

די פרויען אדער מענער וואס גייען ארום אנגעבלאזן אז זייער מאן/ווייב איז נישט גענוג ערליך אדער פרום זאלן וויסן אז זייער אנגעבלאזנקייט צייגט אויף זייער אייגענע שוואכקייט אין אידישקייט און בכלל נישט אויף שטארקע פרומקייט. וואו איז זייער אמונה ובטחון בה'? איך קען אסאך שטיבער וואו עס זענען דא אפגעפארענע קינדער/מענער למחצה לשליש ולרביע, ריכטיגע בעלי אמונה ובטחון רעגן זיך נישט אויף די אפגעפארענע און דזשאדזשן זיי נישט. זיי פארשטייען אז אלעס איז פון באשעפער מיט א חשבון. איך קען אסאך גאר ערליכע אידן וואס לעבן אזוי. די פאלשע פרומאקעס רעדן זיך איין אז זיי זענען אזוי הייליג אז זיי קענען פשוט נישט צוקוקן ווי זייער קינד/מאן טרעט אויף די תורה, לאכט על כל הקדוש לנו וכו'. עס ברענט אין אייך קיין שום קנאת ה' נאר ענדערש א גאווה עצומה אז עס פאסט אייך נישט. אן ערליכע איד ווארפט נישט קיין tantrums, קאפעט נישט מיט די פוס, נאר נעמט אלעס אן מיט א מתינות צוליב זייער "עכטע" אמונה בה'.

שוין, איך זעה אז עס איז טאקע אויסגעקומען אביסל צופארן און נישט מסודר, איך האף אז עפעס וועט מען קענען ארויסנעמען פון דא.

סוף דבר הכל נשמע, פאוקעסן אויף בויען א שטארקע קשר מיט די מאן/ווייב בעיקר דורכ'ן האבן א גוטע שפראך און א שטארקע דיאלאג ווי איר שמועסט זיך אדורך מיט אמת'ע רעספעקט אלעס און אלעמען, פערזענליכע ענינים, ביזנעס, וועלט אנטשויאונגען, פאליטיק וכו' טראץ אייערע מיינונג'ס דיפערענצן. בויען א שטארקע רעספעקט איינער פאר'ן אנדערן, א רעספעקט וואס איז געבויט אויף מענטשליכקייט און נישט אויף עקספעקטעישאנס. געדענקען אז מ'איז גלייכע שותפים און אויב וועט איר גובר זיין אויף איר אדער זי אויף אייך וועט עס צונעמען די ריכטיגע באלאנס פון די שותפות און איר וועט ביידע דערלייגן. טייל איר נישט קיין דעות און זי זאל אייך נישט טיילן קיין דעות. און אויב זענען די זאכן נישט נאטירליך אין אייערע אויגן דאן האט איר אסאך ארבייט צו טון.


.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:39 pm
דורך געוואלדיג
זייער גוט געזאגט ווילאנג מען רעדט פון מנהגים ענינים און נישט פון יסודות הדת

הוגה האט געשריבן:זיין חבר איז א דייבעטיק וואס גייט צוויי מאל א וואך פאר דייאליסעס.
.


להעמיד הדברים על דיוקם, איינער וואס האט דייעביטיס, גייט נישט אויף דיאליסיס, נאר איינער וואס זיינע נירן ארבעטן נישט.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:50 pm
דורך הוגה
געוואלדיג, אדרבא, פרעג א ספעציפישע שאלה, גיב די בעקגראונד און איך וועל פרובירן צו ענטפערן. יישר כח פאר די הערה בנוגע דיאליסיס.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:54 pm
דורך געוואלדיג
למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:58 pm
דורך זבולון
זייער שיין [tag]הוגה[/tag].
אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער, אז עס איז נישט פארהאן קיין דיווארס ריין צוליב רעליגיעזע אישוס. (און ווי הארב די דיפערענצן זענען, איז אויך נישט קיין גרויסע נפ״מ, ווייל ביי א מוח-דחוק קען די מינדעסטע מנהג ווערן באטראכט אלס יסודי הדת. ופשוט).

לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:06 pm
דורך הוגה
געוואלדיג האט געשריבן:למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.
אויב וויל ער מחלל שבת זיין דוקא דורכ'ן וואטשן טעליוויזיע אין די דיינינג-רום אנגעטון אין קורצע הויזן און עסנ'דיג חזיר (די גוזמא איז לשבר...) דארפן זיי זיך גט'ן, אבער דאס איז נישט צוליב רוחניות ענינים נאר צוליב incompatibility ענינים. פונקט ווי ווען איינער וויל וואוינען אין ניו יארק און די אנדערע אין אוסטראליע און ביידע ווילן נישט נאכגעבן וואלט איך מייעץ געווען זיך צו גט'ן, און פונקט ווי צוויי ביזנעס שותפים, איינער זוכט ריעל עסטעיט און דער אנדערער זוכט די סטאק מארקעט וואלט איך מייעץ געווען זיך צו טיילן, אזוי אויך דא.

וואס איז אבער אויב דער יונגערמאן איז געווארן א קל, דארט זעה איך נישט קיין סיבה זיך צו גט'ן ווילאנג עס הערשט רעספעקט.

אבער שמעקעדיג האט לכאורה נישט גערעדט פון אזעלכע עקסטרעמע קעיסעס נאר ענדערש פון מער מעסיג. א יונגע פארפאלק האבן זיך לעצטענס גע'גט. די ווייב טענה'עט אז זי האט חתונה געהאט מיט א פרומע מאן וואס גייט זיין א בן תורה, דערווייל איז ער געגאנגן ארבייטן, ער האט א סמארטפאון, א פעיסבוק אקאונט, ויש אומרים אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת. אויב וואלט דארט געווען גוטע שלום בית, און אויב וואלט די ווייב דארט געווען נענטער מיט די מאן ווי מיט איר טאטע, וואלט קיין גט דארט נישט געווען. היות אבער עס זענען געווען אנדערע פראבלעמען איז די איינציגסטע ברירה (נאכ'ן פרובירן הילף פאר א לאנגע צייט) זיך צו גט'ן.

@זבולון, דו רעדסט פון א ספעציפישע קעיס? ביטע שרייב מער דעטאלן און בעקגראונד.


.

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:07 pm
דורך mevakesh
טהרת המשפחה איז נישט שייך פארן מאן צו זאגן אז ער היט נישט ווייל מען דארף צוויי פאר דעם
לגבי שבת ווען עס איז בפרהסיא אדער די קינדער זעהען איז טאקע א פראבלעם אבער פאר זיך שטילערהייט ?

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:12 pm
דורך mevakesh
זבולון האט געשריבן:זייער שיין [tag]הוגה[/tag].

לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).

יידען פלעגען זיך מוסר נפש זיין פאר די אייגענע יידישקייט נישט פאר יענעם יידישקייט וזה עיקר החילוק