בלאט 1 פון 1
תורה על רגל אחת
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:36 pm
דורך גראף
אזוי ווי דער יו''ט פסח איז אט דא העט דאך זיין בושות אז מען געדענקט נישט כמעט פון אמאל עפעס נאך צו זאגן און כ'האב קוים געהאט צייט אריין צו קוקן אין די מ''ב. מען גייט דאך גיין פאר א סעודה אדער צוויי צום 'טאטע/שווער דארף איך דאך עפעס וויסן און אפילו סתם אזוי דארף מען צוגיין מיט אביסל תורה.
וויל איך בעטן די כלי קודש דא אויב זיי באוויליגען ארויף צו שטעלן לינקס צו א שיעור אין הלכה דרש א גוטע שמועס וכו. די עיקר אויף ארויס צו קומען מיט ידיעות.
תודה רבה.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 1:10 pm
דורך שמעון וואלף
די קונץ איז צו קענען משלב זיין מענין לענין שלא באותו ענין. קענסט עפעס א תורה אויף פרשת חיי שרה? ווארף עס אריין ווען מ'רעדט פון אברהם אבינו א.א.וו.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 1:52 pm
דורך זבולון
עס איז באקאנט אז עס איז דא שלש רגלים, פסח שבועות און סוכות. די ערשטע רגל איז פסח.
כל התורה כולה על רגל אחת - די גאנצע תורה ליגט אין דעם ערשטן רגל וואס איז פסח.
Re: תורה על רגל אחת
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 1:59 pm
דורך קל וחומר
פסח=אמונה
בא חבקוק והעמידן על אחת.
Re: תורה על רגל אחת
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 2:14 pm
דורך גראף
איך מיין נישט תורה'ליך אויף דעם איז דא גענוג ווי אריינצי בליקן. איך רעד פון א שיעור למשל וואס רעדט פון גמרא הלכה און אחרונים ארויס צו קומען מיט די ביגער פוקטשער.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:47 pm
דורך וואלווי
ליקוטי בתר ליקוטי - א לינק צו לינקס ושם תמצא נחת פרד"ס אויף וועלעכע ספיד איר דארפט.
http://ladaat.info/gilyonot.aspxפרינטס ארויס און האלט אונטערען טיש בליק אריין שנעל ווען די שווער פארגלייזט זיך די אויגען....