בלאט 1 פון 1

סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
בי בי סי באריכטעט אז א סאטמארער איד, פנחס יוסף פרידמאן, 23 יאר אלט, האט געווינען איבער 34 מיליאן פונט פון די יורא מיליאנס לאטערי!
http://www.swiftwr.com/first-hassidic-j ... ackpot.htm

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:19 pm
דורך דבילה
ר' חיים שיע האט גוט געדאווינט...

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:22 pm
דורך געפילטע פיש
דבילה האט געשריבן:ר' חיים שיע האט גוט געדאווינט...

לויטן נייעס באריכט באקומט ער מעשר, 5.6 מיליאן טאלער!

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:26 pm
דורך דבילה
איי איי, מעשר נאר פון וואס בלייבט איבער נאך שטייער

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:40 pm
דורך kitov
Its baloney, its not BBC its a fake news

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:57 pm
דורך מומחה
ס'איז פאלש דורכאויס קוקט אויפן דאמעין נאמען און דאן קוקט ביי http://whois.domaintools.co/swiftwr.com

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:07 am
דורך געפילטע פיש
מומחה האט געשריבן:ס'איז פאלש דורכאויס קוקט אויפן דאמעין נאמען און דאן קוקט ביי http://whois.domaintools.co/swiftwr.com

די סייט איז גערעדז'יסטערט צו איינעם א בען וועבערמאן.
Registrant Info: (FAST-16691162)
Ben Webermam
Ben Webermam
53 Lampald grove
London, NA N16 6XA
United Kingdom
Phone: +1.7847848989
Fax..:
Email: beniweb@gmail.com
Last modified: 2011-11-19 23:18:22 GMT

זעט אויס איינער האט געוואלט אפטוהן דעם פריעדמאן.

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:36 am
דורך דבילה
וואו!!! טאקע א קנאקעדיקס! און דער וואס די סייט איז רעגיסטרירט אויף זיין נאמען איז יא אקוראט?

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:19 am
דורך געפילטע פיש
דבילה האט געשריבן:וואו!!! טאקע א קנאקעדיקס! און דער וואס די סייט איז רעגיסטרירט אויף זיין נאמען איז יא אקוראט?

לאו דוקא.

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:25 am
דורך מומחה
אויב ס'איז יא זיין ריכטיגע נאמען שטייט ער אויס קלאגעס

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:39 am
דורך רואיק

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:40 am
דורך רואיק
מומחה האט געשריבן:אויב ס'איז יא זיין ריכטיגע נאמען שטייט ער אויס קלאגעס (גערעדט צו א דעטעקטיוו)


א דעטעקטיוו אין ענגלאנד?

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:53 am
דורך מומחה
אין אמעריקע

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:02 am
דורך רואיק
מומחה האט געשריבן:אין אמעריקע


וויאזוי ווערט מען פרענדס מיט א דיטעקטיוו? איך וויל אויך.

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:03 am
דורך מומחה
שיק מיר אין אישי

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:21 am
דורך רואיק
מומחה האט געשריבן:שיק מיר אין אישי


פארוואס? זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 10:09 am
דורך געפילטע פיש
swiftwr.com האט געשריבן:A Freilichen Purim

You've missed it

This page was intended to be a joke between some friends.

and was not expected to go round the world so fast.

but anyway we all had a good laugh.

A Freilichen Purim to all of you.

Re: סאטמארער חסיד געווינט לאטערי!!! [Hoax]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:27 am
דורך יאפטשיק
די צוויי אינגעלייט וואס האבן אים מסדר געווען דעם אומאנגענעמען דזשאוק. זענען פון זיינע גאר נאנטע חברים . ווי זאגט מען? 'מיט אזוינע פריינד ווער דארף נאך פיינט!
כ'קען נישט דערהייבן, וואו חברים זאלן קענען טאהן אזאנס אהן פארשטיין וואו ווייט עס קען זיך דערקייקלען און די שאדן דאס קען ברענגען. כ'בין זיכער אז פרד"מ וואלט שוין גערן פארציכטעט אויף די פובליסיטי וואס ס'האט אים געברענגט נאכוואס זיין פאטער האט צונ'עם גערעדט און געמיטשעט א שעה צייט אינמיטן נאכט . און פרובירט צו דערגיין צו ס'איז יא אמת אדער נישט. מיינענדיג אז דאס איז א קאנספיראציע וויבאלד ער וויל אויסמיידן די אומגינסטיגע פובליסטי און פרעשור וואס געווינען א לאטערי קען ברענגען. כידוע

ער האט נעבעך שוין נישט געוואלט צוריקציעהן פונעם געשמאקן חלום אז זיין זונד'ל האט געוואונען א פארטשען וואס וועט אים רייך מאכן אויף אייביג. דאס איז שוין חוץ דעם פאקט אז זיין סעלפאון האט אומאויפהערליך געקלונגען . און איז פארפלייצט געווארן מיט מעסידזשעס. די לעצטע 48 שטונדן . פון אלע ערליי ברכות. קללות. בקשות. צדקות. חקירות. דרישות. אינוועסטיגאציעס. און חנופה'דיגע חנד'לערייען פון כל צרוע וכל זב. יעדער איז פלוצים געווארן זיין בעסטן חבר וואס איז גרייט אים צו קושן פון הינטן אבי צו באקומען עטוואס פונעם געווינס... ה"י

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
בחדרי חרדים זאגט אז א יונגערמאן פון קרית יואל האט געווינען פינעף מיליאן דאללער.
אויך א זשאוק??...
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50285

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 3:06 pm
דורך בדחן
יא עס איז אמת, מיין שוואגערס נעפיו ערשטע קאזין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 3:29 pm
דורך פארוואס נישט
בדחן האט געשריבן:יא עס איז אמת, מיין שוואגערס נעפיו ערשטע קאזין.

בדחן, איר זענט אביסל צו ווייט אין די רייע צו באקומען א ביסן דערפון...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 3:36 pm
דורך בדחן
גערעכט, וועגן דעים האב איך היינט געקויפט די לאטערי אין איך גיי אליינד אי״ה געווינען, אזוי וועל איך נישט דארפן צוקימען צו אים. ( איך האב געקויפט די פאערבאול, עס איז אסאך מער ווי בלויז פינף מיליאן דאלער )

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 3:41 pm
דורך פארוואס נישט
און די טשענס איז אויך סאך מער ווי איינס אין פינף מיליאן...