בלאט 1 פון 2

ווער האט ג'הרגעט דעם שנארער?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:11 pm
דורך בן תמליון
עס איז אין די נייעס איבער א אידישער בעטלער אדער שנארער וואס מען האט געפונען טויט אין גאוואנעס קאנאל. דער פארשוין האט פארמאגט א זאמלונג פון TV בילדער ווערט מיליאנען נא דער קרענקליכער שונא ישראל שמריה ראזענבערג אויף פעילד מעסייע באשולדיקט מתעסקים מיט אלע רבנים פאר זיין טויט און מאכן א קאווער-אפ. נא מילא וואס איז אבער שאקירענד איז וואס איז נייעס וואס מיר אלע גלייכן ברענגט אראפ פון א שותף פונעם בעטלער אז דער בעטלער האט געוואוסט צופיל איבער סאטמאר און האט צופיל גערעדט און זיי האבן מעגליך איהם אפגעראמט פון וועג. שטוינענד ווי אזא סייט זאל אפילו נאכזאגן אזאנע דמיונות. איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:21 pm
דורך שמעלקא
וואס איז נייעס ברענגט נישט קיין אייגענע באריכט, ער קאפיט א באריכט פון פיקס 11 ווי אינדערצווישן זאגט זיינס א חבר איבער סאטמאר.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:27 pm
דורך בן תמליון
שמעלקא האט געשריבן:וואס איז נייעס ברענגט נישט קיין אייגענע באריכט, ער קאפיט א באריכט פון פיקס 11 ווי אינדערצווישן זאגט זיינס א חבר איבער סאטמאר.


יא אבער וואס איז נייעס צענזורירט יעדן באריכט זייערע. איך מיין עס איז א שאנדע ער'ט אראפגעברענגט אזא לעכערליכן בלבול פון א חסר דעה אן קאמענטירן.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:28 pm
דורך שמעלקא
קיינמאל נישט באמערקט ביז היינט אז זיי צענזורירן באריכטן אפשר דארף איך צולייגן מער קאפ.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:33 pm
דורך בן תמליון
אגב פיקס 11 האט זיך שוין ערווארבן א שיינעם רעקארד צו אויפפיקן יעדען קראנקן חצי זכר האט צו באשמוצן חסידים פאר גוט געלט. דערלעבן מיר אז אויך היימישע זאגן נאך קדוש קדוש.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:34 pm
דורך בן תמליון
שמעלקא האט געשריבן:קיינמאל נישט באמערקט ביז היינט אז זיי צענזורירן באריכטן אפשר דארף איך צולייגן מער קאפ.


יא צולייגן קאפ איז אלץ א ראטזאמע זאך.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 1:59 pm
דורך נפתלי
בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 3:19 pm
דורך בן תמליון
נפתלי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!


מיין טעאריע איז אזוי ווי דער בעטלער האט געזאמלט אלטע בילדער האט ער מעגליך אין באזיץ בילדער גאר שעדליך פאר שושלת בית סאטמאר מ'האט איהם געמוזט אפראמען פון וועג. איך האב אין געדאנק פארשידנס. נא קאנספיראציע קאסט נישט קיין געלט.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 3:25 pm
דורך משה געציל
מסתמא האט ער געהאט אין באזיס בילדער וואס דעקן אויף א גרויסע סודות, נעמליך אז די צוויי רבי׳ס זענען גאר געשוואוירענע פריינט און לאכען צוזאמען פון זייער טויזענטער נאכפאלגערס וואס פירען א ציל לאזע קאמפ...

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 4:12 pm
דורך outspoken
אוי וויי איך ווייס דאך אויך אסאך סודות פון סאטמאר וואס טיט מען (סוכ''ס בין איך דאך א פערד און זייער שטאל...)

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 5:07 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך ראט פאר אלע קאווע שטיבל באזוכער וואס ווייסן עפעס איבער דעם אינערליכן שטרייט אין סאטמאר, זאלן מהיום והלאה נאר פארן אויבן אויפן געוואנעס עקספרעסוועי. בשום אופן נישט ריזיקירן צו פארן אונטן אויף 3 עוועניו. חוץ אויב איר מוטשעט זיך געפערליך מיט די דאגה פון חתונה מאכן קינדער, דאן שרייבט אייך איין אין ערבים, און דרייט אייך ווי מער נעבן דעם געוואנעס קאנאל.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 5:15 pm
דורך געפילטע פיש
די גאנצע מעשה איז זייער מאדנע, ווער ווייסט וויפיל אנדערע שנארערס זענען בלוטיגע מיליאנערן נאר זענען צו פארדומט עס צו ניצן?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 9:10 pm
דורך רעבעל
בן תמליון,
איך מיין אז די ביזט נישט גערעכט דא, די באשילדונג אז ער האט געוויסט צופיל פון סאטמאר קומט פון דעם מענטש וואס דער שנארער איז געקומען די אכציג טויזענט דאלער און נאטורליך דעם וואס מען איז חושד. די מידיע האט א פליכט נישט צו פילטערן די נייעס נאר עס אראפ צולייגן אזוי ווי עס איז, און אדרבה מיט מאכן אזעלכע נארישע באשולדיגען בין איך אים יעצט אפילו מער חושד.

שמריה באשולדיג מתעסקים אז וועגן זיי האט מען נישט געמאכט קיין אוטאפסי אן פרעגן זיין ברידער וואס דאס וועט העלפן פארדעקן איינעס שולד, מיט דעם איז ער הונדערט פארצענט גערעכט. עס איז שוין צייט צו סטאפן די משגעת פון נישט צולאזן א אוטאפסי ווען עס איז דא א חשד פון א קריים.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:26 pm
דורך פריינדליך
רעבעל האט געשריבן: עס איז שוין צייט צו סטאפן די משגעת פון נישט צולאזן א אוטאפסי ווען עס איז דא א חשד פון א קריים.


ממה נפשך ביסטו א שותו"צ דאן מאכט דיינע ווערטער נישט קיין סענעס,
ביסטו א פורק עול, דאן וואס גייט דיר אן אז עס איז נאך אידן וואס היטען אידישקייט זיי צופרידען מיט דיין לעבן און לאז יענע אויך לעבן א נערמאל לעבן,
ביסטו סתם אזוי איינער וואס פייניקט זיך אינערליך און טרעפט נישט קיין וועג ארויס, גיי זיך דיר א מורה דרך, עס מעג זיין א אפילו א פשוט'ע ערליכע בעה"ב און הייב אן א נערמאל לעבן,

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:30 pm
דורך Shiala
פשטות וואלט איך געזאגט אז ער האט געוואוסט פרטים איבער די ג'גאנוועטע געלטער אבער ווער בין איך צו זאגן?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:32 pm
דורך נפתלי
Shiala האט געשריבן:פשטות וואלט איך געזאגט אז ער האט געוואוסט פרטים איבער די ג'גאנוועטע געלטער אבער ווער בין איך צו זאגן?

אופס... שיעלע איך זעה עפעס ווייסטו, גיב אבאכט

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:38 pm
דורך Shiala
נפתלי אז מען ווייסט ווייסט מען

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 10:39 pm
דורך זר זהב
נישט איך!

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 12:11 am
דורך ניו יארק
קען זיין אז ער האט געהאט בילדער ווי איינע פון קינדער פון כ"ק האדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זענען געווען - נישט מער געדאכט - ביי א TV Show.....

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:10 am
דורך נפתלי
זר זהב האט געשריבן:נישט איך!

דיין שטארקע לייקענען ברענגט ארויף חשדות

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:25 am
דורך איך אויך
נפתלי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!

רעב נאפטאלע , אפשר האט ער נאך געדענקט די מחלוקת אין קראלי צו אין סאטמאר?

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:51 am
דורך outspoken
אפשר האט ער געוואלט אויסזאגען אז באמת זענען די צוויי ברידערס ערליך און וואלטען געגאנגען צו א די''ת, נאר זיי האבן מורא פון די חסידים (לייען פערדען) אז מ'וועט דארפען עפעס מוותר זיין פארן צווייטען וואס איז נישט די עכטע סאטמאר...

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:57 am
דורך נפתלי
איך אויך האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן א קאנטעסט דא אין שטיבל יעדער זאל פרובירן די בעסטע טעאריע וואס דער שנארער האט געקענט וויסן וועגן סאטמאר אזש זיי האבן איהם געמוזט אנפילן א מויל וואסער בפועל ממש?

ער האט געוואוסט אז די צוויי סאטמארע ברודערס שלאגן זיך ארום און סאטמאר האט מורא געהאט אז עס וועט ארויסרינען אין די גאס...

עפעס אנדערש זעה איך נישט וואס ס'קען זיין!

רעב נאפטאלע , אפשר האט ער נאך געדענקט די מחלוקת אין קראלי צו אין סאטמאר?

אויב געדענקט ער נאך זאכן פון יענע צייטן וואלט ער געהאט אסאך אנדערע וואס וואלטן מורא געהאט