בלאט 1 פון 2
העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:26 pm
דורך טמיר
יעדער איד וואס זיין זעהל איז נאכנישט אינגאנצן איינגערעפט אין סטעיק מיט פיצא האט א תשוקה צו ביאת המשיח - א בעסערע וועלט ברחניות. עפטער אלל די נשמה גארט זיך ארויסצוזעהן פון די שטותים אין וואס מיר לעבן, לעקסוס קארס, טשענדעלעירס, מעטשינג קאלארס וכו'. די זעהל וויל זעהן די ריינע אמת מיט א קלארקייט, אוועקנעמען אלע ספיקות אין צעמישענישן וואס בוזשעוועט אין מח, אין שמחה כהתרת הספיקות.
מיין פראבלעם איז נאר, איך האב נישט קיין תשוקה צום ביהמ"ק מיט די קרבנות. אין מיין דמיון וואלט איך געוואלט די ביהמ"ק זאל אויסזעהן בערך אזוי. איין אפטיילונג זאל זיין א מעאוזים מיט די לוחות מיט די שטעקן פון יציאת מצרים מיט גרויסע סקרינס וואו מ'קען זעהן די מלאכים זאגן שירה. נאכדעם זאל זיין א ביהמ"ד וואס גייט דארט א קול תורה ביז אשקלון מיט א ריזיגע אוצר הספרים גרעסער ווי די לייברערי אין וושינגטון. ווייטער שיעור צימערן ווי משה רבנו לערנט פאר תורה, בעש"ט חסידות, רמב"ם פיליזאפיע. ווייטער א קוויטל שטוב ווי מען קוויטעלט זיך מיט אהרן. א ריזיגע טונקעלע טיש זאל ווי דוד המלך מיט זיין קאפעליע פירן א באטע, ווי ס'גיסט זיך נעימות מיט התעוררות אויסגעמישט מיט טייכן טרערן. וואס נאך?
די לעצטע זאך וואס איך וויל איז בארוועסע כהנים וואס קוילען בהמות אין ריקן שטיקער בשר צלי מיט ברויטען! דערווייל איז דאס די עיקר וואס מען דערמאנט ווען עס קומט צו בעטן אויף די גאולה שלימה!!
עני העלפ??!!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:35 pm
דורך קאווע טרינקער
נו, לויטן רמב"ם וועט נישט זיין קרבנות לעתיד לבוא.
טראכט פונעם מקדש לעתיד ווי די העכסטע אידישע גריכט הויז, ווי כוהנים פסק'ענען שאלות און חברי כנסת זענען קובע חוקים לטובת הכלל, א פלאץ ווי אלע קעניגען און פרעזידענטס איבער דער גארער וועלט קומען זיך צו טרעפן מיטן אידישען קעניג, ברענגען מתנות און פרעגן אן עצות, א מרכז וואס ברענגט שטאלץ פאר די אידישע פאלק.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:39 pm
דורך קל וחומר
דו קוקסט עס אן לויט דיינע מושגים.
צו ווייסטו אז יעדע איד וואס איז אריין אין ביהמ"ק האט געקענט מנבא זיין בשעת'ן זיין דארט?
די העכערקייט וואס האט דארט געהערשט שטייגט איבער אלע התרוממות געפיהלן וואס דו קענסטעך נאר אמאל פארשטעלן.
א הערליכע קאפעליע פון די לוים בדוכנם האבן מעורר געווען דעם מענטש צו תשובה מאהבה, ניגונים פון יענע וועלט, ניגונים פון באלד דריי טויזענט יאר צוריק, מיט אלע סארטן כלי זמר וואס איז נאר פארהאן.
וויפול מחשבה ליגט אין אזא קרבן ווען מ'טראכט אריין אז בעצם וואלט מען מיך זעלבסט געדארפט שחט'ן לפי מיינע מעשים ע"פ דין מורד במלכות, נאר מיר האבן א טאטע א רחום וחנון וואס גיבט אונז נאך א געלעגנהייט כי לא יחפוץ במות המת.
ס'איז באמת נישט מעגליך עכט משיג צו זיין וואס דארט איז פארגעגאנגען ספיריטואלי, אבער קענסט זיין זיכער אז דער בוכ"ע וואס האט באשאפן דעם מענטש מיט אלע זיינע צרכים האט אויך זיכער געמאכט אז דארט זאל זיין די הויכפונקט פון תענוג, התרוממות הנפש, תשוקה, וכו'.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:43 pm
דורך mevakesh
המלוכה והממשלה האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, לויטן רמב"ם וועט נישט זיין קרבנות לעתיד לבוא.
הרב קוק ז"ל האט אויך אזוי אנגענימען
ווי איז דער רמבם?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:53 pm
דורך נהורא נפישא
שטייט נישט אין רמב"ם במפורש, נאר לויטן טעם פון רמב"ם אויף קרבנות איז נישט מסתבר אז לעתיד ווען ס' וועט זיין מלאה הארץ דעה וועט זיך אויספעלן הקרבת קרבנות. הגם בפשטות שטייט יא אין די פסוקים אז מ'וועט מקריב זיין מן הבקר והצאן.
הרב קוק זצ"ל ברענגט די געדאנק אז לעתיד לבא וועט מען מקריב זיין מן הצומח, זיין תלמיד דער נזיר האט אפגעשריבן דעם חזון הצמחונות והשלום.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 4:57 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא מצוה אז א איד דארף האפן האבן א תשוקה צו בנין בית המקדש?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
דורך נהורא נפישא
וואס הייסט א מצוה?
מ'זאגט ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים ושם נעבדך
וואס איז מיט צפית לישועה ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:08 pm
דורך נולד מאוחר
דאס איז א תפלה פאר איינער וואס האט א תשוקה.
אבער אז איינער האט נישט, וואס איז שייך "העלפ".
און די תפלה איז מחייב צי האפן פאר אלע פרטים פונעם בית המקדש?
למשל איך האב נישט ליב קיין מוזיק, אבער גלייך וויאזוי משחט בהמות און שפריצט בליט. איז וואס איז מיין תשוקה צי דו זאכן.
סאיז דא געניג עקשין און דערהויבנקייט און בית המקדש, אז יעדער קען טרעפן וואס רעדט צי זיין נשמה.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:12 pm
דורך קל וחומר
נהורא נפישא האט געשריבן:שטייט נישט אין רמב"ם במפורש, נאר לויטן טעם פון רמב"ם אויף קרבנות איז נישט מסתבר אז לעתיד ווען ס' וועט זיין מלאה הארץ דעה וועט זיך אויספעלן הקרבת קרבנות. הגם בפשטות שטייט יא אין די פסוקים אז מ'וועט מקריב זיין מן הבקר והצאן.
הרב קוק זצ"ל ברענגט די געדאנק אז לעתיד לבא וועט מען מקריב זיין מן הצומח, זיין תלמיד דער נזיר האט אפגעשריבן דעם חזון הצמחונות והשלום.
כ'ווייס נישט פון קיין רמב"ם און נישט פון קיין רב קוק, כ'ווייס פון די גמרא 'לכשיבנה ביהמ"ק אביא חטאת שמנה'.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:14 pm
דורך נהורא נפישא
און וואס איז אז איינער גרוילט זיך פון אזא זאך אז מ'קוילעט אויס בעלי חיים, בפרט אין אזעלכע גרויסע מספרים אזא איינער וויל במפורש נישט אזא בית המקדש.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:16 pm
דורך נהורא נפישא
קל וחומר דארפסט נישט ברענגן קיין גמרות ס'איז מפורשע פסוקים, גאנצע קאפיטלן אין יחזקאל. אויף אלעס קען מען זאגן אז ס'איז נאר על דרך המליצה אבער באמת וועט דאס זיין מן הצומח.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:17 pm
דורך קאווע טרינקער
קל וחומר האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:שטייט נישט אין רמב"ם במפורש, נאר לויטן טעם פון רמב"ם אויף קרבנות איז נישט מסתבר אז לעתיד ווען ס' וועט זיין מלאה הארץ דעה וועט זיך אויספעלן הקרבת קרבנות. הגם בפשטות שטייט יא אין די פסוקים אז מ'וועט מקריב זיין מן הבקר והצאן.
הרב קוק זצ"ל ברענגט די געדאנק אז לעתיד לבא וועט מען מקריב זיין מן הצומח, זיין תלמיד דער נזיר האט אפגעשריבן דעם חזון הצמחונות והשלום.
כ'ווייס נישט פון קיין רמב"ם און נישט פון קיין רב קוק, כ'ווייס פון די גמרא 'לכשיבנה ביהמ"ק אביא חטאת שמנה'.
די צווייטע בית המקדש!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:19 pm
דורך נהורא נפישא
וואס גייט ארויף אויפן צווייטן ביהמ"ק ?
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:21 pm
דורך קל וחומר
ר' ישמעאל בן אלישע איז געווען א כהן גדול בבית שני.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:23 pm
דורך נהורא נפישא
מאנכע זאגן אז ס'געווען צוויי צוליב פארשידענע סתירות, אבל הפנים דאס איז דאך זיכער אז ר'ישמעאל רעדט דא נאכן חורבן בית שני.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:24 pm
דורך קל וחומר
חוץ מזה עיי' בכורות נג:
דארט האסטע קלאר א גמ' אז ס'גייט יא זיין בהמות.
חוץ טאמער די גמרא איז אויך בדרך משל... דאן איז מיין גאנצע תגובה אויך בדרך משל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:29 pm
דורך נהורא נפישא
בכל אופן טמיר'ס זארג איז אן אומזיסטע, ס'איז א דבר פשוט אז משיח'ס צייטן גייט מען נישט צוריקפאלן פון אלע טעכנעלאגיש פארשריטן, די אלע לשונות הפסוקים איז בוודאי א משל. ווער זאגט אז די ביהמ"ק וועט טאקע נישט אויסזעהן מיט די צורה וואס טמיר לייגט אראפ.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:34 pm
דורך קל וחומר
ס'דא וואס טענה'ן אז די ביהמ"ק של אש גייט זיין אזא מין האלאגראפישע ווירטואל ריעליטי סארט יצירה.
גיי ווייס.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:44 pm
דורך דעת תורה
איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די וועזשעטעריען אינדוסטריע, און איך קען זיך נישט גלייבן אז מ'זאל זיך אזוי איזדיעקעווען אויף די אומשולדיגע שיינע הערליכע געוויקסן וואס דער בורא האט באשאפן צו באשיינען זיין וועלטל.
צו זאגן ווי הרב קוק, אז מ'וועט מקריב זיין צמחים, גייט מיר נישט אין קאפ בשו"א. אלו הצמחים מה חטאו? בפרט היינט נאך הוגה'ס ארטיקל און די גאו גרין עפאכע, איז דאך א מילתא דפשיטא אז מען וועט בוודאי נישט קענען ברענגען קיין צמחים אין ביהמ"ק משום לא תאכל כל תועבה כל שתיעבתי לך, ווייל מ'האט דאך עובר געווען אויף בל תשחית.
אונטערשטע שורה, כ'האף משיח איז שוין אפדעיטעד אז צמחים איז שוין אויך נישט אזוי אקעי פאר קרבנות אין תש16, מ'ברויך גיין צו דומם. כ'טראכט, אזוי ווי אין די וועלט איז איינגעפירט צו נוצן ראבאטן פאר אלע סכנה'דיגע זאכן, פילייכט זאל מען מקריב זיין ראבאטישע בהמות והכל על מקומו יבוא בשלום.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:46 pm
דורך טאמבל סאס
אויב וועט מען מבטל זיין עסן פלייש בכלל און מוועט גיין וועגיטעריעניזם קען איך נאך פארשטיין די שאלה אויב אבער איז עולם כמנהגו נוהג וואס איז דאס אנדערש ווי עני בוטשער? ווער זאגט דאס אז כלל ישראל וועט מוזן צוקוקן די בלוטיגע חלק. מוועט צוזאמען בראטן, זינגען על הבשר און מקיים זיין דעם ושמחת לפני ה' אלוקיך. כווייס נישט פארוואס טמיר מאכט אזוי אוועק די גופניותדיגע הנאות. די קדשים עסן איז נישט קיין קליינע מצווה. שטעל דיך פאר פון א מעסיוו האטעל מיט הונדערטע לישכאות און רעסטאראנטען, זאלן און לווי'ישע קאנצערטן. נאר דף היומי מעג פארשפרעכן עסן פארן לערנען?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס הייסט א מצוה?
מ'זאגט ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים ושם נעבדך
וואס איז מיט צפית לישועה ?
צפית לישועה מוז נישט מיינען דווקא בנין ביהמ"ק, ס'קען מיינען ביאת משיח, ביטול גלות ושעבוד מלכיות, וכו'.
איי 'אחכה לו בכל יום שיבוא'? קודם כל, ס'גייט אויך נישט ארויף דייקא אויף בנין הבית נאר אויף ביאת משיח, און אפילו אויף דעם זאגט דאך שוין רמ"מ שולזינגער בשם הגרי"ז, אז ס'מיינט נישט קיין השתוקקות אז משיח זאל קומען, און מ'מעג להדיא האבן א רצון ער זאל נישט קומען. ומי שרוצה שאבאר בארוכה, יבקשנו מידי.
נשלח: מוצ"ש אפריל 30, 2016 10:52 pm
דורך נהורא נפישא
שש, ביזט גערעכט מיט צפית לישועה, אבער די נוסח התפילה וואס מ'דאווענט יעדן טאג און בפרט ימים נוראים בעט מען זיך אויף די שנעלע צוריקקער פון די השראת השכינה אין ביהמ"ק און די עבודה, וואס איז איינע פון די דריי זאכן שהעולם עומד עליו, מ'זאגט דעם נוסח למשל, אנא רחום ברחמיך הרבים השב שכינתך לציון וסדר העבודה לירושלים. אלזא איינער וואס איז אים נישט צום הארצן די גאנצע עבודה פון מאכן ריטואלן פון אויסקוילן ציגן אין שעפסן, בעט הילף מיט וואספארא כוונה דארף ער צו זאגן די דאזיגע תפילות.
Re: העלפ! כ'האב נישט קיין תשוקה צו בנין ביהמ"ק
נשלח: מוצ"ש אפריל 30, 2016 11:38 pm
דורך טמיר
אדנירם האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:וואס הייסט א מצוה?
מ'זאגט ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים ושם נעבדך
וואס איז מיט צפית לישועה ?
צפית לישועה מוז נישט מיינען דווקא בנין ביהמ"ק, ס'קען מיינען ביאת משיח, ביטול גלות ושעבוד מלכיות, וכו'.
איי 'אחכה לו בכל יום שיבוא'? קודם כל, ס'גייט אויך נישט ארויף דייקא אויף בנין הבית נאר אויף ביאת משיח, און אפילו אויף דעם זאגט דאך שוין רמ"מ שולזינגער בשם הגרי"ז, אז ס'מיינט נישט קיין השתוקקות אז משיח זאל קומען, און מ'מעג להדיא האבן א רצון ער זאל נישט קומען. ומי שרוצה שאבאר בארוכה, יבקשנו מידי.
בטח שכל מי שיש בו קצת יראת שמים רוצה ומשתוקק ומתאוה לביאור ארוך ושזור ממורינו חכם הרזים אדנירם ס"ט. עמוד עמוד עמוד יעעעמוד
(רק אם כלי פסח כבר מונחים פארפאקט במקומם הראוי)