אידישע גראמאטיק — ווער זענען די עקספערטן? (פה סח II)
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2016 12:00 pm
אידישע גראמאטיק — ווער זענען די עקספערטן?
פון לאשיצער
פה סח II —תשע"ו
(זז' 154-153)
פון פאך בין איך א לינגוויסט. וואס באדייט דאס? וועל איך אייך זאגן. א גאנצן טאג זיץ איך און לערן — נישט אין כולל, נאר להבדיל אין אוניווערזיטעט. איך טראכט פון פראזעס, פון זאצן און פרואוו אויספלאנטערן זייערע טיפע סטרוקטורן. מיין ספעציאליטעט איז די אידישע שפראך און מיין ציל איז אנצואווייזן אויף די ענליכקייטן און חילוקים צווישן אידיש און אנדערע לשונות. די שפראך-געשיכטע אינטערעסירט מיך אויך גאר שטארק, די שינויים וואס האבן זיך אנגעזאמלט אין משך פון די פארלאפענע יארהונדערטער, וואס האבן דערפירט צו דעם היינטיגן אידיש. יעדן טאג מאך איך עקספערימענטן, איך רעד מיט מענטשן און ליין אידישע ביכער און אנדערע פובליקאציעס — קאווע-שטיבל בתוכם.
שמועסנדיג מיט געבוירענע אידיש-רעדערס האב איך גאנץ אפט געהערט ווי איינער זאגט וועגן זיינע אייגענע שפראך-ידיעות: "אוי, פארוואס ווילסטו רעדן דווקא מיט מיר? גראמאטיק איז נישט מיין זאך. איך האב מיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט די כללים פון אידיש. איך קען זיי נישט געהעריג".
חברה, זייטס וויסן: אלע וואס קענען אידיש פון דער היים קענען זייער גוט די גראמאטיק! אנישט וואלט מען זיך נישט געקענט פארשטענדיגן ביים רעדן מיט א צווייטן. די גראמאטיק דארף מען זיך נישט אויסלערנען — די כללים זאפט מען איין מיט דער מאמעס מילעך. אמת, די סטאנדארדן פון "שרייבן שיין", "לייטיש" אדער "קארעקט" דארף מען יא איינ'חזר'ן. אבער די עצם "גראמאטיק", וואס איז חל סיי אויף דער גערעדטער שפראך סיי אויף דער געשריבענער, קענט איר שוין פון קינדווייז אן.
איך וועל אייך געבן א דוגמא פון זייער א סובטילן גראמאטישן כלל וואס אלע ווייסן, אפילו אז קיינער האט עס אייך נישט בפירוש אויסגעלערנט. אין אידיש (און אין רוב לשונות) קען מען צוגעבן פאר א סובסטאנטיוו (א זאך-ווארט, א "נאון" אויף ענגליש) וויפל אדיעקטיוון מע וויל: אן אלטער הארציגער בעלזער ניגון. א ביליגער רויטער ענגלישער קאר. איך שטעל מיך פאר אז דאס איז נאך נישט קיין חידוש...
די גראמאטיק פאדערט אבער א געוויסן סדר פון אדיעקטיוון. און אז מע ניצט אן אנדער סדר, באקומט מען דאס געפיל אז עפעס שטימט נישט, אז די פראזע קלינגט נישט אזוי נאטירליך. באמערקט: אין אידיש קען מען זאגן "דער יונגער אמעריקאנער פרעזידענט", אבער "דער אמעריקאנער יונגער פרעזידענט" טויג נישט. "די אינטערעסאנטע אידישע צייטונג" איז בסדר לכל הדעות, אבער "די אידישע אינטערעסאנטע צייטונג" קלינגט נישט נארמאל.
לינגוויסטן טענה'ן אז דער סדר פון אדיעקטיוון איז אוניווערסאל, ד"ה, מער-ווייניגער דער זעלביגער אין אלע שפראכן פון דער וועלט. קודם כל, נאך דעם ארטיקל (א/דער/די/דאס) אדער פאסעסיוון פראנאם (מיין/דיין/זיין...) קומט דער ציפער, וויפל זאכן זענען פאראן. "מיינע דריי אידישע קינדער" קלינגט פיל בעסער ווי "מיינע אידישע דריי קינדער". דערנאכדעם קומען די אדיעקטיוון אין דעם פאלגנדן סדר: איכות-אדיעקטיוון (גוט, שיין, מיאוס, פעאיג...), געאמעטרישע פארמען (קייליכדיג, גלייך, פלאך...), קאלירן (רויט, בלא, גרין...) און אפשטאם (אידישע, רוסישע, קאנאדער, מעקסיקאנער...). דעם סדר האט מען פארמולירט אויפן סמך פון ענגליש, איטאליעניש, כינעזיש און אנדערע, אבער מיר זעען אז ער גילט אין אידיש אויך:
"די פינעף שיינע רונדע גאלדענע שוועדישע מטבעות" - פיין
"די גאלדענע שיינע פינעף שוועדישע רונדע מטבעות" - פע!
(איר קענט אליין אויספרואוון די אנדערע מעגליכע סדרים.)
פארוואס דווקא דער סדר און נישט קיין אנדערער? די לינגוויסטן האבן באמערקט אז די אדיעקטיוון וואס דארפן שטיין נאענט צום סובסטאנטיוו (למשל: "שוועדישע") באשרייבן אנגייענדיגע (צי פערמאנענטע) שטריכן פון דער זאך, בשעת די אדיעקטיוון וואס שטייען ווייטער פונעם סובסטאנטיוו (למשל: "שיינע") באשרייבן סוביעקטיווע אדער בלויז דערווייליגע שטריכן, וואס קענען זיך גרינגער טוישן.
פאראן אויסנאמען. למשל, אויף אידיש זאגט מען "די אלטע גוטע צייטן" אבער אויף ענגליש "the good old days". "גוט" און "אלט" געהערן ביידע צו דער זעלבער קאטעגאריע (איכות/קוואליטעט) און דערפאר קען די שפראך-סיסטעם טאלערירן אביסל וואריאציע. אבער אזא סדר ווי "אידישע געזונטע מאכלים" (אן א ספעציעלן דגש אויף "אידישע" אדער אויף "געזונטע") האט מען נאך נישט אנגעטראפן אין קיין שום שפראך.
נישט אין אלע שפראכן קומען אבער די אדיעקטיוון פארן סובסטאנטיוו. אין פראנצויזיש קומען טייל אדיעקטיוון פארן סובסטאנטיוו, טייל נאך אים. און אין לשון קודש קומען דאך אלע אדיעקטיוון נאכן סובסטאנטיוו (למשל: הימים הנוראים). דער אויבן דערמאנטער סדר איז חל אין לשון קודש אויך, אבער אין פונקט דער פארקערטער ריכטונג! אין ישראל וועט מען זאגן "המכונית האמריקנית האדומה" (ד"ה, סובסטאנטיוו - אפשטאם - קאליר) און קיין אנדער סדר וועט מען נישט הערן.
__________
אין די קינדער-יארן הערט מען ווי עס רעדן טאטע-מאמע, זיידע-באבע, ברידער און שוועסטער, און בלויז אויפן סמך פון דער (באגרעניצטער) צאל פראזעס און זאצן קריסטאליזירט זיך אויס, אין מוח פונעם קליינעם קינד, א פולע רייכע שפראך. די גראמאטיק איז א גאנצקייט, א קאמפליצירטע סיסטעם פון וואקאבולאר, קלאנגען און כללים. ליינען, שרייבן, זאגן טיפע דרשות דארף מען זיך אויסלערנען. אבער "קענען די גראמאטיק" פאדערט נישט קיין ספעציעלן טאלאנט אדער טרענירונג. איך האף אז דורך דער קליינער דוגמא (און איך קען זיך ב"ה דערטראכטן צו אסאך אזעלכע דוגמאות) האב איך אייך איבערגעצייגט, אז אלס געבוירענע אידיש-רעדערס קענט איר זייער גוט (אפילו אונטערבאוואוסטזיניג!) די כללים פון דער אידישער שפראך. איר זענט אלע עקספערטן, עכטע בעלי-דקדוק!