בלאט 1 פון 3

יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
היינט צוטאגס ווערט אפגעצייכנט א גרויסע יארצייט, דער יארצייט פונעם לעצטן גדול וואס קען ווירקליך באצייכנט ווערן אלס 'רבן של ישראל'.

א רבן של ישראל מיינט נישט דווקא איינער וואס האט די מערסטע חסידים, אדער אפילו די גרעסטע צדיק [הגם דאס איז אויך אמת], נאר א רבן של ישראל מיינט איינער וואס האט געהאט אן איבערמונדליכן השפעה אויף גאנץ כלל ישראל. און דער רבי זי"ע איז ווירקליך געווען א רבן של ישראל, און לויט אלע סימנים - די לעצטע רבן של ישראל [כ'דריק זיך דווקא נישט אויס רשכבה"ג וואס מיינט נאר 'של בני הגולה'], עכ"פ ביז משיח וועט קומען.

אין אזא צייט דארף מען אביסל אריינקלערן אינעם גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע, וואס איז - טראץ אלע פראבלעמען מבית ומבחוץ - געשטאנען על המשמר, גדר גדר ועמד בפרץ, אז לא ירעו ולא ישחיתו בנחלת עם ישראל. הגם ער איז נישט געווען אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזוי אנגענומען ווי זיין פארגייער, רבינו הקוה"ט זי"ע, איז ער פארט געווען א גענעראל פארן כלל, זייענדיג דער געניטער קאפיטאן וואס האט געפירט זיין שיף איבער ברויזנדע ימ'ען.


ווי באקאנט, האבן די זקני הדור - וואס האבן עכט מיטגעהאלטן די הנהגה פונעם פארגייער - רביה"ק זי"ע, געהאט א שטיקל פראבלעם צו אנערקענען אז ס'איז א בחינה פון ובא השמש וזרח השמש, אבער ענדגילטיג האבן אלע אנערקענט אז דאס איז געווען דער איינציגסטער, און פאסיגסטער אויסוואל. ס'איז געווען ממש ווי מיר ווייסן אז 'פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני הלבנה'. נאכדערצו, ווען ס'איז באקאנט זיין צוגאנג צום הנהגת כלל ישראל, אז ער האט עס אנגענומען פשוט ווי א פקדון, כדי נישט צו לאזן פאלן די גרויסע עדה הקדושה וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעהויבן גלייך נאכן מלחמה. [און ע"פ קבלה איז באוואוסט אז די לבנה איז 'לית לה מגרמה כלום', און אלעס איז אן אפשפיגלונג פונעם זון, אזוי אויך דא איז אלעס געווען בכוחו של אותו זקן, אפילו אין די אויגן פונעם בעל ההילולא].

כאטש ער איז געווען א מופלג בענוה, אויף א משונה'דיגן פארנעם, ווי יעדער ווייסט זיין התבטלות צום פארגייער רביה"ק זי"ע, און שפעטער אויך זיין פשטות און אבנארמאלע ענווה, דאך האט זיך אנגעזען זיין הייליגע עבודה אויף א מורא'דיגן פארנעם, א זאך וואס האט באנומען גאנץ כלל ישראל. אזוי אויך, כאטש ער האט אנגענומען די גאנצע הנהגה ממש בעל כרחו, האט ער דאך באוויזן אוועקצושטעלן דאס הייפעלע ערליכע אידן אויף א געוואלדיגע פארנעם, בויענדיג מוסדות בנינים און פארשפרייטנדיג דאס חסידות בארבע כנפות הארץ, אזוי אז יעדער האט געזען קלאר אז ער איז געווען דער אויסגעליבענער בהשגחה, כדי צו קענען אוועקשטעלן די מוסדות הקדושים באופן מבוסס.

ליידער זענען געווען מאנכע, מבית ומבחוץ, וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו פאלגן דעתו הק', און דער רבי האט געוואוסט אז אזוי קען מען נישט פירן קיין עדה, און טראץ זיין הפלא'דיגע ענווה האט ער געפירט א מלחמת חרמה און אפילו זיך באנוצט מיט גאר שארפע מיטלן אנטקעגן די משחיתים. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט די עזות פנימ'ער, און נאר אזוי האט מען געקענט ווייטער פירן די עדה על מי מנוחות, און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט. אזוי אויך האט ער געדארפט פירן נאך אסאך מלחמות, אבער בעזרת השי"ת האט ער אלעמען באזיגט, וזכות רבוה"ק מסייעתו אז ער האט גאר באוויזן צו פארגרעסערן און פארשטארקערן די עדה, יחד שבטי ישראל.


למותר להאריך איבערן פערזענליכן לעבן פונעם רבי'ן זי"ע, וואס איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן און האט אוודאי גע'פועל'ט אויבן אין הימל, און אזוי אויך האט ער נאך פיל מקבל געווען [בפשטות די מערסטע פון אלע אנדערע חשוב'ע תלמידים] פונעם הייליגן מייסד העדה, רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס האט סומך געווען אויף אים שתי ידיו אלס צוקונפטיגער מנהיג ישראל, ווי עס זענען דא פילע עדות'ער אויף דעם.

כאטש וואס זיין פארגייער - רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה - איז געווען רבי ומנהיג פאר איבער פערציג יאר!, און ער זעלבסט נישט געווען דער מנהיג אזויפיל יארן נאך אים, איז פארט זיין השפעה אויפן כלל געווען ווייטגרייכנד. אין זיין צייט האט כלל ישראל געהאט גענצליך אן אנדערע פנים, שטייגנדיג סיי ברוחניות און אוודאי בגשמיות. ליידער מיט זיין הסתלקות האט מען קלאר געזען, אז פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, און כלל ישראל פארמאגט נישט קיין רועה נאמן, נאר איז צוטיילט און מ'זעט קלאר ירידת הדורות און א הסתר פנים אויף א שרעקליכן אופן. פון דעם זעען מיר - נאר מיט א בליק אויף צוריק, ווי שטארק דער השפעה פונעם בעל ההילולא זי"ע איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך אין א געוויסע הינזיכט געווען בגדר 'דור דעה'.


---
איך רעד פונעם הייליגן בעל ההילולא, דער רבן של ישראל, יהושע בן נון.
פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה...

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 3:35 pm
דורך טאמבל סאס
כהאף אז די לייענער וועלן אנקומען ביז דער ענדע. #בלאטאלק

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 3:36 pm
דורך ירח בן יומו
פאר סאם ריזען, ליינענדיג דעם ארטיקל האט מיין בלוט געקאכט. ביז דעם פאנטש ליין.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 3:42 pm
דורך ליפא
ירח בן יומו האט געשריבן:פאר סאם ריזען, ליינענדיג דעם ארטיקל האט מיין בלוט געקאכט. ביז דעם פאנטש ליין.

ס'גוט צו קוקן קודם אין וועלכע פארום ס'ליגט

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 3:49 pm
דורך ליפא
מיר האט געווינדערט ווען איך האב געזען אין גראסערי דעם קינדליין דעקל ''דער סאטמארער רבי זי''ע'', העכער א בילד פון זיין נעפיו דעם ברך משה ז''ל.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
קריעטיוו.

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 4:36 pm
דורך ביליג
שש דו האסט אונז נישט פארלאזט, ביסט נאר געווארן concentrate
טאקע ווייניגער אבער אסאך שטערקער

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 4:37 pm
דורך נהורא נפישא
כאטש רביה"ק איז ווי באוויסט געווען זייער דערקעגן פון נעמען א מדינה פאר די צייט ( מעפילים) האט אבער זיין ממשיך דרכו די רבי זצ"ל געווען געכאפט אינעם רעיון פון שלימות הארץ.

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 4:42 pm
דורך קל וחומר
שש, אן ארטיקל געבויעט מיט עמודי שש, אריינגע'משזר'ט מבית ומבחוץ!

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 8:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און די מופתים פון די שומר הפקדון זענען גארנישט?! והכה ארץ בשבט פיו, אראפגעהאקט ווענט מיט זיין שופר בלאזען אום שבת, מסדר געווען צענדליגער מושלים אינאיינעם, און געפיהרט מיט א געמיינדע פון סרבנים און דרייקעפ.
און גאר א שוואכען הספד געהאט, וואס איז געווארען פארהאקט פון א טומול פון געש עליהם ההר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 8:21 pm
דורך אהרן
דער ארטיקעל האט מיר געמאכט סיריעס קאפוויי, נאך יעדע דריי ווערטער האב איך פרובירט צו טרעפן קאודס, ליינען צוריקצווועגס, א"ת ב"ש... שזירים שזורות.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 10:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
אייזן שטארק! :)

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 10:41 pm
דורך פרייוויליג
דו ביסט נישט נארמאל :lol:

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 10:58 pm
דורך ליפא
איינער האט ארויפגעשטעלט דעם ארטיקל אויף אייוועלט

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:37 pm
דורך ליפא
שוין פארמעקט דארט

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:40 pm
דורך ליפא
IMG_20160504_233908.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע ניק האט עס ארויפגעשטעלט?

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:47 pm
דורך ליפא
ארטסקרול

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 12:09 am
דורך פליקער
עינדלעך ווערט פארציילט פון קלויזענבורגער רבי ז"ל וואס איז געווען באוויסט פאר זיין איבריגע ליבע צי דעם סאטמער רבי זצ"ל, האט ער איינמאל נאכגעזאגט א ווארט פונעם הייליגען סאטמערן רב דער קדוש עליון, דער גואל הדור, דער גאון הגאונים אא"וו, דער הייליגער בעל קרן לדוד, און די ברעמען פון אלע אויגנער האבן זיך באריאיגט.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 1:41 pm
דורך היסטאריקער
שש זייער גיט, כאטש עס האט מיר וויי געטון למען כבודו פון מו"ר זצ"ל

דרך אגב לויטן בעל הטורים האט יהושע בן נון געפירט די יודן כ"ו שנה,

פונקט אזוי איז געווען ביי רבינו זצ״ל

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:00 pm
דורך outspoken
(מ'וועט נאך זאגען) רוח הקודש הופיע בבית מדרשו, ווען ער האט געוויינט ביי זיין הכתרה "פני משה כפני חמה פני יהושע כפני לבנה"

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 4:07 pm
דורך היסטאריקער
outspoken האט געשריבן:(מ'וועט נאך זאגען) רוח הקודש הופיע בבית מדרשו, ווען ער האט געוויינט ביי זיין הכתרה "פני משה כפני חמה פני יהושע כפני לבנה"



אמת, אויף איינעם פון וועם די האלסט וואלסטו עס געזאגט

בד"וו, איך בין אמאל געשטאנען לעבן אים, ער האט עפעס געזען און מיך מיט נאך אפאר מענטשן געפרעגט אויף עפעס פארוואס מ' טוט נישט עפעס דערמיט, צוויי וואכן שפעטער האט מען עס געטון
ולא ארחיב מפני הלצים

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 5:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט שוין ענדליכע מופתים אויף דער ברך משה ווי אויף יהושע בן נון.
קומט'ס אריבער ישמעאל הכהן מיט זר זהב, נאר,,פרייליך און נאך. מ'האט שוין אראפגעקלאפט די ווענט פון יריחו אין מאנרא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk