[justify]קודם כל וויל איך אויסדרוקן מיין מיטלייד און מיטגעפיל אויף די שאדן און פארלוסט וואס די אינטערנעט האט דיר געברענגט. איך האב אויך דער פילינג פון צייט צו צייט און איך ווייס פון עקספיריענס ווי פיינפול עס קען זיין. המקום ינחומך בכפליים.
ס'הערשט דא אביסל א דור הפלגה'דיגע מצב. יעדער צווייטער ניק רעדט פון עפעס אנדערש. עס וואלט געווען conducive צום שמועס אויב יאיר וואלט אביסל מער פראקטיש מסביר געווען זיין שאלה/דילעמא. פארשטייט זיך אז עס איז דא די מעגליכקייט אז ער האט שוין פארלאזט די אינטערנעט לעלם ולעולמי עלמיא וואס אויב איז דאס די קעיס וואונטש איך אים גליק און פרידן כל ימי חייך.
יעצט לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות – אן קיין סדר – וואס קענען מעגליך אביסל אויסקלארן דעם ענין און ברענגן נענטער צו תשובות, אויב עס זענען בכלל פארהאן.
אפשר קענסטו זיך מצייר זיין און מיטטיילן וואו אזוי דיין לעבן וואלט היינט אויסגעזעהן אויב דו וואלסט קיינמאל צוגערירט צום אינטערנעט והמסתעף? דערמאן דיך פון דיין ערשטע צוטריט צום אינטערנעט, דריי צוריק די זייגער און האלט דיך איין, פשוט ווייל די רבנים האבן געזאגט אז מ'טאר נישט, פאלג זיי בלינדערהייט. איך רעד אין א פאל אז אלעס אנדערש ארום דיר איז די זעלבע ווי עס איז היינט למעשה, אויסער דער איין זאך, דיין צוטריט צום אינטערנעט. דיין שוועסטער און דיין שכן אין שול האלטן ווייטער די נייסטע סמארטפאון. די סיטי באסעס האבן די זעלבע רעקלאמעס. דו וואלסט האבן געליינט די זעלבע ספרים אין בוכער און געשמועסט די זעלבע שמועסן וואס דו שמועסט יעצט. געכאפט די זעלבע פעטש און מאלעסטאציעס (בכלל אין לעבן, בפרנסה, שלום בית, צרכי רפואה וכדומה). די ארטיסטן וואוינען אין וויליאמסבורג, מאנסי ווערט פאפולעיטעד ווי אין די ווארשעווער געטא, און קרית יואל שלאגט זיך א מלחמת חרמה מיט די אלייענס. די לעגאליטעט פון געי מערידזש (און אלעס ארום דעם) וואלט ווייטער אריין אין קראפט אין 2015. נ. וו. וואלט ווייטער באקומען פופציג יאר טורמע און סאטמאר רבי וואלט ווייטער אנגערופן מרת ק. א זונה. בערלאנד איז אונטער אויספארשונג פאר רעיפ, מוטה פראנק און הרב קלוגער פארקויפן ווייטער פיל-גוד אידישקייט. מיכאל שניצלער און ליפא זינגן ניגונים אקעגן די סיסטעם. די עולם גולם ווערן ווייטער די גרעסטע מבינים אויף די טייערסטע רינעדיגע געבראטענס און די טייערסטע וויינען. באגעבו איז די אפיציעלע קערידזש פאר די היימישע און א שטריימל קרוין אונטער דריי אינטשעס איז בל ימצא. חתונה מאכן קאסט זעכציג טויזנט דאלער פער קינד (פון 12 קינדער), ביליג גערעדט.
איך קען ווייטער אנגיין מיט נאך דוגמאות אבער די נקודה איז אז עס זענען דא א געוואלד מיט פאקטארן וואס מאכן מענטשן צופרידן און אומצופרידן. דער מענטש'ס צופרידנקייט, אטענטשאן ספען, געזונט און פרנסה זענען געוואנדן אין אסאך פאקטארן. די שאלה איז אויב מען נעמט ארויס דער איין פאקטאר, ווי גרויס זי זאל נאר זיין, אויב עס וואלט אלעס געטוישט אדער נישט. און דאס איז מיט די הנחה אז מ'האט בכלל געהאט א בחירה און אז עס איז געווען אונזער טשויס צו אריינגיין אינעם אינטערנעט אריין, וואס איך בין בכלל נישט איבערגעוויזן אז ס'איז אמת.
די וועלט טוישט זיך. מען קען אפילו זאגן אין א געוויסע זין אז די וועלט איז יורד מטה מטה אבער עס איז נישט דא קיין סאך וואס מיר קענען טון זיך צו באשוצן דערפון. יא, דיין און מיין טאטע האבן אין זייער לעבן נישט צוגערירט צום אינטערנעט און גראדע זענען האבן זיי אויך (לאמיר זאגן פאר ארגומענט סעיק) א צופרידענע לעבן. דאס מיינט נישט אז דיין לעבן וואלט געווען מער צופרידן ווען נישט די אינטערנעט. עס איז מעגליך אז יא, אבער דו דארפסט עס בודק זיין אבדזשעקטיוולי פאר דו קומסט צו דער מסקנא.
נאך א שאלה. וואס וואלט געווען אויב די רבנים וואלטן אנגענומען א פארקערטע מערכה? אויב וואלטן די רבנים גלייך אין די ניינציגער יארן אמברעיסד די אינטערנעט און עס אריינגעברענגט נאטירליך אינעם חרדי'שע וועלט. מען וואלט אויסגעשטעלט אז אלע מוסדות החינוך, חסידות'ער, אידישע ביזנעס, שומרים, הצלה, פודסטעמפס און וואוטשערס, גמ"חים, חסד ארגעניזאציעס, וכו' זאלן זיין אנגעהאנגן אין די אינטערנעט און טעכנעלאגיע. אלע ספרים און אויסגאבעס וואלטן געווען אנליין. מ'וואלט מחנך געווען די קינדער און בחורים נאטירליך אזוי מיט די אינטערנעט. וואלט עס געברענגט אן אנדערע פועל יוצא? (איך וויל נישט אריינגיין אין א לאנגע דיסקוסיע אויף דער ספעציפישע נקודה ווייל עס איז ארוכה מיני ים. אולי אין די קומענדיגע פה-סח.) דו פרעגסט אויב די רבנים זענען גערעכט מיט זייער מערכה און דו האסט נאך נישט בודק געווען אויב זיי זענען אפשר גאר די וואס זענען שולדיג.
און אז מען איז בודק צו די רבנים זענען גערעכט דארף מען בודק זיין זייערע מאטיוון אויך. זיי פירן א מערכה אקעגן די אינטערנעט צו פארזיכערן דיין און מיין "גוטע לעבן"? זייט ווען זארגן זיי זיך פאר אונזער לעבן? איז דא נאך ערגעץ וואו זיי זארגן זיך פאר אונזער לעבן? איז די אופן וויאזוי מען ברענגט אויף גאנצע קהילות אן קיין חשבון פון וואו זיי וועלן לעבן און וואו זיי וועלן וואוינען אויך צוליב זייער זארג פאר אונזער וואוילזיין? די אופן ווי מ'פירט טויזנטע בחורים א יאר צום חופה אן קיין חשבן אויב זיי ווייסען בכלל ווי אזוי דער בריאה וואס רופט זיך פרוי זעהט אויס פיזיש, אפגערעדט גייסטיש, איז אויך צוליב אונזערע וואוילזיין? דאס דערמאנט מיר אז איינער האט געשריבן בנוגע די רבנים וואס האלטן פייערדיגע דרשות אז די אינטערנעט מאכט חרוב שלום בית. פלוצלינג זארגן זיי זיך פאר אונזער שלום בית. האט איינער פון זיי אמאל געהאלטן א דרשה אז מ'דארף זיין שיין צו די פרוי/מאן? אז מ'דארף אמאל ארויסגיין שפאצירן צוזאמען? אז מ'דארף פארשטיין זייערע פערספעקטיוו? ניין. אבער פלוצלינג ביי אינטערנעט איז עס נאר ווייל זיי זארגן זיך פאר אונזער שלום בית. עפעס שטימט נישט.
וועסט דאך אוודאי טענה'ן אז למאי נפקא מינה צו זיי מיינען אונזער גוט אדער נישט. למעשה זעהט מען אידן וואס זענען אינגאנצן אויסגעטון פון די הבלי עולם הזה און זיי לעבן א גליקליכע לעבן. אויב אזוי זאגט דאך די שכל הישר אז מיר זאלן טון די זעלבע ווי זיי כדי אז מיר זאלן אויך קענען האבן א גליקליכע לעבן. איך בין גענצליך מסכים מיט דעם. איך זאג נאר אז מען דארף קודם מאכן זיכער אז מיר נארן זיך נישט מיט נאך א קוויק-פיקס מעטאד וואס וועט דיר גארנישט ברענגן קיין גליק. די מענטשן וואס לעבן באמת א גליקליכע לעבן איז עס
נאר צוליב די אינטערנעט וואס זיי פארמאגן נישט? איז עס בכלל וועגן די אינטערנעט?
משל למה הדבר דומה. טראכט וויאזוי מ'האט געלעבט אין דער היים. א יעדער דערפל האט פארמאגט אפאר אידישע משפחות צווישן גוים, מען האט געהאט א כאטקע פון צוויי שטיבער, מען האט נישט פארלאזט די גלילות ווי לאנג (אדער קורץ) מ'האט געלעבט, געהאקט האלץ פאר הייצונג, געגעסן פארפאלטע טאמאטאוס פאר פרישטיג און מיטאג, געשעפט וואסער ביין עק שטאט, זיך געבאדן איין מאל א חודש, גע'מכינ'ט אין די וואלד און זיך אפגעווישט מיט בלעטער פון די בוים. אבער די לעבן איז געווען געוואלדיג רואיג און מען איז געווען צופרידן, אסאך מער ווי היינט. איך האלט אז עס איז נישט קיין שום שאלה אז די לעבן איז געווען בעסער ווי היינט.
ואשר על כן? זאל איך מיך יעצט ארויסציען וואוינען אין א וואלד אין גוואטעמאלא? דאס וועט מיך מאכן צופרידן? וועט דאס דיר מאכן צופרידן? זיכער אז נישט. דאס מיינט אבער אויך נישט אז דו דארפסט אויפגעבן אויף דיין צופרידנקייט און גליקליכקייט. דאס מיינט נאר אז מיר לעבן היינט אין א וועלט וואו עס איז שווער צו זיין צופרידן, צו עס איז צוליב די פרישקייט פון די טאמאטאוס, די ווייכקייט פון די טוילעט פאפיר, די אינטערנעט וכו' וכו'. פאקט איז אז מיר לעבן אין דער וועלט. דער זעלבע וועלט וואס גיבט אונז די באקוועמליכקייטן פארלאנגט פון אונז שטערקערע עבודה צו זיין צופרידן. טאף לאק. דו קענסט אדער דיעלן דערמיט אדער קלאגן א גאנצע לעבן דערויף. (מיר וועלן זיך מחיה זיין צו ליינען דיינע קלאגערייען.

)
מענין לענין וועל איך מיטטיילן א קליין חלק פון א לענגערע שמועס וואס איך האב געהאט מיט לעיקוואד דעם פארגאנגענע ערב פסח:
איך האב אים געזאגט די פאלגענדע געדאנק וואס איך האב געהאט. אין ענגליש איז דא ווארט baggage וואס ווערט גענוצט אין א נעגאטיווע זין. וואס מיינט מען ווען מ'זאגט אז איינער האט a lot of baggage? טראכט אריין, ווען איינער וואוינט אין א שיינע גרויסע הויז, מיט פיל צימערן, שטאפיר, מעבל, שיין געפארבט א יעדע צימער אן אנדערע דיזיין וכו'. דער מענטש קען זיך נישט אויפהייבן פון איין טאג צום אנדערע און מופן צו א נייע הויז. ער וועט דארפן לכה"פ אפאר וואכן צו קענען מסדר זיין וואס ער נעמט מיט און וואס נישט, וואס גייט אין די גארבידזש, וואס וועט ער אוועקגעבן פאר זיין ברודער און שוועסטער, וועלכע בעטן פיטען אריין אין די נייע הויז און וועלכע מעבל וועט ער דארפן קויפן נייע. ענדליך נאכן אלעס מסדר זיין דארף ער באשטעלן מופערס און ער מופט אריין אין די נייע הויז . ער וועט נישט קענען אזוי שנעל מופן נאכאמאל. ער האט אריינגעלייגט צופיל כוחות אין דעם יעצטיגע מופן אז ער מוז וואוינען א צייט דא עס צו קענען דזשאסטעפייען. משא"כ דער האומלעס מענטש וואס וואוינט אין די גאסן אין מאנהעטן און פארמאגט גארנישט, ער האט די פרייהייט צו קענען מופן פון איין מינוט צום צווייטע אן טראכטן צוויי מאל. און א טאג דערויף קען ער ווידער מופן. גארנישט האלט אים צוריק.
ויען [tag]לעיקוואד[/tag] ויאמר, "אונזער עבודה איז צו קענען לעבן אין א שיינע הויז מיט אסאך מעבל און שטאפיר, אבער מיט די מאנטאליטעט פון די האומלעס מענטש". יאיר טייערע, הפוך בה והפוך בה דכולה בה. עס זענען דא צופרידענע מענטשן מיט די אינטערנעט און עס זענען דא צופרידענע מענטשן אן די אינטערנעט. עס זענען דא צופרידענע מענטשן אין די דערפל זעקעלטשין אין יארע אכצן הונדערט און עס איז דא צופרידענע מילעניעלס אין די טייערסטע קאנדאוס פון די אפער וועסט סייד. די ריכטיגע וועג איז אנצוקוקן און בודק זיין וואס זענען באמת די זאכן וואס מאכן די לעבן אומגליקלעך און טוישן די זאכן. די סיבה פארוואס נאטירליך פרובירן מיר צו טרעפן א וואן סייז פיקס אלל תירוץ פאר די אומגליקן איז ווייל אונזער שאור שבעיסה האלט נישט ביים ארבייטן שווער.
אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען. לאמיר לדוגמא נעמען דאס אז מען פארברענגט שעות אויף די אינטערנעט אדער סאושעל מידיא און דאס נעמט אוועק צייט פון עיסוק בפרנסה. יא, די אינטערנעט איז א דבר המושך אבער עס מיינט נישט אז אן די אינטערנעט וואלט נישט געווען קיין אנדערע שטערונגען. הונדערטער יונגערלייט שטופן די צייט אין כולל פאר לאנגע יארן, זיי האבן נישט קיין שום צוטריט צום אינטערנעט און דאך ווערן זיין נישט קיין דיינים וראשי ישיבה. וויאזוי קען דאס זיין?
איך האב אנגעהויבן דער תגובה בדעה סתם צו פרעגן אפאר שאלות און עס האט זיך פארצויגן אסאך לענגער ווי געראכטן. איך האב נאך אסאך צו שרייבן אויף דער נושא אבער איך וועל מיך דא אפשטעלן.
נ.ב. איידער איך פארגעס, נאך אפאר וויכטיגע נקודות כמנהג ק"ש.
ביסט אפשר אמאל געווארן מאלעסטעד?
דו גייסט צו טעראפי?
איז דיין ווייב שיין?
איז זי אינטא פעטישעס?
(אויב יא אויף די לעצטע צווי שורות דאן שוק מיר אן אישי אדער אן אנאנימער אימעיל אויף נאויזיבאדי@גימעיל.קאם)
לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.
.[/justify]