פאליטישע קרישקעלעך - (פה סח II)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

פאליטישע קרישקעלעך - (פה סח II)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]הקדמה[/center]
דאס יאר, די וואלען פארמעסט פאר'ן אמעריקאנער פרעזידענט אמט איז עפעס אויסנאמליך פון אלע אנדערע אזעלכע פארמעסטען. נייע מושגים האבען זיך ערוועקט און אומבאראכטענע הצלחות און מפלות האבען פאסירט. פיהל אנאליזער רעדען פון דעם און פראבירען ארויסצוהאבען וואס מ'מעג זיך אפלערנען דערפון.
וגם אני אענה חלקי.
[center]בכלליות[/center]
ס'איז אנגענומען פון זיך אליינס אז אמעריקא דארף א גרויסע טויש. אבאמא האט איינגעפיהרט כמה שינויים, מאנכע לטובה, אבער נישט קיין גרויסע שינויים און נישט גע'ענדערט די ריכטונג פונ'ם לאנד. ער איז למעשה א מילד-רעכטע, און נאר ווען די אנדערע צד איז די פארטיי פון טיי אויסגיסען קען ער הייסען א לינקע. די לינקע זייט פון די מעגליכע אפציע'ס פון פיהרען א לאנד איז נאך קיינמאל נישט אין לעצטע יארען פראבירט, אלע מוזען ציען רעכט אלע מוזען פלוידערען וועגען די גדלות פון אמעריקא, אלע מוזען זיך פארטרעטען אלס די וואס גייען אין די פיסטריט פון פריערדיגע, און רעדען פון פראגרעס און פארגעשריטענקייט האט א שלעכטע נאמען.

ביז יעצט. אלע פארצייטישע פונדיט'ן זענען זיכער געווען אז טראמפ מיט סאנדער'ס האבען קיין שום טשענ"ס נישט ערגעץ אנצוקומען. דאס נאמען סאציאליסט און מאוועריק זענען אזוי פארהאסט ביים עולם, טראכטען זיי, אז נאר מיט'ן ארויפקלעבען די נעמען וועט מען שוין פטור ווערען פון די נודניקע'ס. והנה און נון. דער עולם מאכט זיך ווייניג צו טוהן מיט די פונדיט'ן און שטערען זייער'ס, מ'פרעגט זיי ווייניג וואס מ'דארף טראכטען, און מ'קימערט זיך גארנישט מיט זייער פארשריפטען. דער עולם וויל עפעס אנדעריש, און דער כוואליע פארט ארום, מיטשלעפענדיג ריזיגע סומע'ס געלט און מענטשען וואס פאדערען א טויש.

דער אמעריקאנע פרילינג איז אנגעקומען.

זאל דער אלטער דור מוחל זיין און שטייען אין די זייט, עטץ האבען גענוג געזייגט פון אונזער קראן, און זיך רייך געמאכט מיט אייערע זעלבסט דינענדיגע עקסטרעם קאפיטאליסטישע מיינונג, און דער וועלט שיער צוגרונד געלייגט. מיר 'עלען איבערנעמען די לייצע'ס ווי מיר פארשטייען און מ'גייט זיך שוין נישט לאזען פארפיהרט ווערען פון ענקער הויכגעשעצטע רעליגיע פון קאנסערוואטיזם, וואס מ'האט אלס פארוואנדעלט אין א שיטה נישט קיין פראקטישקייט, דער איז גערעכט דער איז נישט גערעכט, אן אקסי"ס פון שלעכט'ס, כאילו דאס בארעכטיגט הרגנ'ן אמעריקאנער און אויסלאנדישע זעלנער, און נאך אזעלכע שגיונות. היינט וויל מען שוין זיך נישט פאראינטרעסירען אין די אלע זאכען. דער עולם איז נישט אינטרעסירט אין מיטל מזרח צו זייער שלאכטען, קיינער קימערט זיך נישט מיט איזרעלי-פאלעסטינע פאליטיק, נישט פון די זייט און נישט פון די אנדערע זייט, און מ'וויל נישט הערען פון רוסלאנד צו וואס. פאררעכט אמעריקא און לאז דער וועלט צו זיך, שרייט מען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל דא אויסרעדען א פאר זאכען וועגען די הויפטען פון די נייע רעוואלוציע.

[center]דאנאלד טראמפ[/center]
דער דאנאלד איז ברייט באקאנט, אלע האבען געלאכט אויף איהם, ביז מ'האט איינגעזען אז ס'איז ערנסט און מ'האט אנגעהויבען שלאגען און שימפען און פראבירען אפצושטעלען, אבער דער גולם קם על יוצרו און ער האלט אין איין זיגען און שפרינגען פאראויס, און ס'איז גאר מעגליך אז צום סוף וועט ער זיין די רעבוליקאנער קאנדידאט פאר'ן פרעזידענט פון אמעריקא.

זיין משוגעת'ן און טפשות דארף מען נישט אויסרעדען, הלא הם כתובים על ספר מלכי עכו"ם בכל מדינות מלכותו, ווי ער שלאגט זיך מיט מענטשען על לא דבר, ווי ער שטעלט פאר נערישע עצות און ער טשעפעט זיך מיט געגענער זיינער אויף א נידריגע אופן. די אלע זאכען, כולל זיין מלחמה אויף פרויען און זיין מענטשענ'ס פיזישע קעמפעריי מיט זייער געגענער'ס, זענען 'רויטע הערינג'ס', זאכען וואס מאכען נישט אויס לגבי זיין גרייטשאפט צו ווערען פרעזידענט און נישט לגבי וואס וועט זיין פון אונז און איהם. אז מ'קוקט איהם אן בלויז צו ער קען ווערען פרעזידענט, קומט ארויס גאר אן אנדערע בליק.

קודם כל, זיין שטיצער'ס זאגען אז ער האט דער כח אפצומאכען געשעפטען מיט אנדערע און אויסצופיהרען וואס מ'דארף צווישען פארשידענע מיינונגען און פאדערונגען. דער סבה פארוואס זיי זאגען אזוי איז ווייל ער האט א בוך וואס הייסט 'דער קונץ פון אן אפמאך', (אויף ענגליש The Art of the Deal). דאס ווערט אנגעקוקט ביי אנדערע כאילו ער וועט נישט האבען די פראבלעם וואס בוש און אבאמא האבען געהאט, אז זיי האבען נישט געטראפען קיין וועג אז די סענאטורען פון די אנדערע פארטיי זאלען מיט ארבעטען אויף זייערע פלענער, און מ'האט אוטאמאטיש אפגעשלאגען אלס וואס ער האט פארגעשלאגען, בלויז ווייל ער איז געווען דער וואס האט עס געמאלדען. טראמפ, זאגען זיי, וועט טרעפען א וועג צו לעזען די פראבלעם, און די רעדער וועלען ווידער פארען אין וואשינגטאן צו מאכען ריכטיגע געזעצען און פיהרען די לאנד על מי מנוחות.

לדעתי איז דאס א האלבע בליק אויף די זאך. יא, ער קען אויפטוהן (עכ"פ נניח אזוי). אבער וואס וועט ער אויפטוהן? וואס פאר א זאכען וועט ער דורכפיהרען? וואס פאר א חידושים האט ער אין פלאן פאר'ן לאנד? סתם דורכפיהרען געזעצען אן צו וויסען וועלכע געזעצען זיי וועלען זיין, איז נישט קיין תכלית. און דער אמת איז גאר פארקערט, אפשר ווילען מיר ענדעריש אז ער זאל נישט מצליח זיין אויסצופיהרען וואס ער וויל. די אלע נערישקייטען וואס ער שלאגט פאר ווערען פאר'ענטפערט דורך זיין שטיצער'ס אלס אומוויכטיג, וויבאלד ער וועט סייווי נישט קענען דורכפיהרען, אבער ס'איז גוט פאר'ן געזעלשאפט אנצוהיבען דער שמועס אויף די נושאים, אזוי ווי מוזלעמענער אימיגראנטען און אומלעגאלע היספאנישע ארבעטארער'ס. דאס איז אנגעכאפט די שטירק פון ביידע עקען, טאמער ער איז טאקע אזוי געלונגען, ווער ווייסט וואס ער קען אויספיהרען?

ועוד אויף די טעמע. ווען ער האט אזוי מצליח געווען מיט זיין אפמאכען אין געשעפט, האט ער עס געטוהן אין אן אופן פון געבען פאר ביידע זייטען וואס זיי האבען געוואלט? האט ער געטראפען א מיטל וועג פאר יעדער פראבלעם? אדער האט ער עס געטוהן כדרכו בקודש, זאגענדיג אז 'איך בין דער גביר און דו ביסט נישט, אלזא זיץ איינגעלייגט'? ווייל אזוי קען ער פארגעסען פון עפעס אויפטוהן אינ'ם אינטערנאציאנאלער פעלד, און אפילו אין אמעריקא איז נישט קיין גוטע זאך. א גרויסע פארצווייגטע לאנד מוז האבען פארשידענע געברויכען, און מ'וויל נישט אז דער הויפט פאליטישער בא'אמטע זאל זיין א געלונגענע בול"י וואס וועט דורכפיהרען ככל העולה על רוחו.

יעצט בנוגע דער צושטעל צו נאציזם וואס מ'האט שוין אסאך גערעדט און געקאכט דערין. איינער פון די הויפט שטעמפלען פון פאשיזם איז א פאליטישע באוועגונע וואס איז נישט געבויט אויף אידיאל'ן אזויפיל ווי די מענטש אונטער דעם. ווען טראמפ'ס מערכה וואלט געווען אז ער גייט דאס טוהן צו יענס, און זיין שטיצער'ס גלויבען אז די זאכען זענען וויכטיג, א שטייגער ווי בערני סאנדער'ס, וואלט מען געקענט דן זיין בלויז אויף די נושאים. אבער דער באווגעונג איז אלס אויף די מענטש, אזש ער האט געבעטען די מיטטיילער'ס ביי זיין רעלל"י אויפצוהויבען א האנט און איהם צוזאגען זייער שטימע אין די וואלען. מ'האט זיך פארלייגט אויף איהם אז דער מהלך ענדעלט אין די נאצי'ס אין די צורת הדברים פון אויפהייבען א האנט, אבער ס'ענדעלט פיהל מער אין די תוכן הדברים. דאס אויפפלאמען מענטשען צו גלויבען אין איהם ביז צו מבטיח זיין זייער שטיצע, איז א טיפישע גאנג פון א קולט אדער אן אנדערע מסוכנ'דיגע באוועגונג.

ס'איז דא א בוך און אן ערשיינונג וואס ס'הייסט 'דער דריטע כוואליע' (אויף ענגליש The Third Wave). דאס האט ערשיינט אין די כ' יארען, ווען א לעהרער אין קאליפארניא האט געוואלט אויסלערנען זיין תלמידים און תלמידות וויאזוי ס'איז מעגליך אז די נאצי'ס האבען אזוי שטארק איבערגענומען די מענטשהייט אין דייטשלאנד, אזש מ'איז אנגעקומען צו די געפערליכע פארברעך פון פראבירען אויסצוהארגענ'ן א גאנצע פאלק. ער האט געגרינדעט אין זיין שולע א באוועגונג, מיט'ן נאמען 'דער כוואליע' און ער האט געמאכט די לאזונג Strength through discipline, strength through community, strength through action, strength through pride, (אויף אידיש 'שטארקקייט דורך דיציפלין, שטארקקייט דורך פארייניגונג, שטארקקייט דורך אקטיוויטעטען, שטארקקייט דורך שטאלץ). אין געציילטע טעג האט ער באוויזען צו טוישען די גאנצע שולע, און געמאכט א גייסט פון דיציפלין און גאוות הכלל, כולל דאס אויסשפייען פון יעדער איינער וואס איז נישט געווען קיין מיטגעליד פון די באוועגונג. די מיטגעלידער זענען טאקע שטערקער געווארען אקאדעמיש, אבער זייער גאווה האט געוואקסען עפעס שרעקליך, און מ'איז געווארען גרייט צו דערדרוקען יעדער איינער וואס גייט נישט אין שפאן. מ'זאל עס אליינס נאכפארשען, ווארום ס'איז א שטארקע נקודה למחשבה וויאזוי צו פארדרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדען צו טוהן זאכען וואס זיי וואלטען אין זייערע לעבען נישט געטוהן מחמת מאראלקייט.

דאס האט דער דייטש איינגעפיהרט אין דייטשלאנד, דורך אויפבויען די פאלקס שטאלץ פון די דייטשע פאלק, דורך איינפיהרען א דיציפלין וואס דאס איז געשטאנען העכער אלע רעכטען און גלויבונגען, און דאס האט פאראורזאכט אז א קלוגע איידעלע פאלק זענען פארוואנדעלט געווארען צו חיות טרף.

איך וואלט שטארק מורא געהאט אז טראמפ מיט זיין נאכפאלגערס שטייען אין די זעלבע מצב. פון אויסשרייען אז ער גייט נאכאמאל גרויס מאכען אמעריקא, פון שפייען אויף יעדער איינער וואס גייט נישט אין שפאן אלס א 'קליינע מענטש', פון דאס שפעטען פערזענליך אין זיין קעגענער און די מארש'ן וואס זיין נאכפאלגער פיהרען, און ארומרעדען נאכאנאנד וועגען די אפשטאם און ראסע פון די וואס ברענגען אונטער די ארבעטספאלק פון אמעריקא, האט ער אויפגעוועקט דער ראסיזם פון די דומע עלעמענט פון אמעריקא. ער האט זיי איינגערעדט אז יעדער פראבלעם זייערע איז דער שולד פון אנדערע פרעמדע אומבאוואוסטע צרות מאכער'ס, און דער איינציגסטע לעזונג איז אויסצוראטען די חברה מן השרש. דאס איז א סכנה עצומה צו די מענטשהייט און צו די גאנצע פאלק.

מ'זאגט ביים דאווענען 'ומפליא לעשות', און דער רמ"א אין שו"ע איז מסביר אז יעדער מענטש האט אין זיך רוחניות און גשמיות. און דער טיפער מיין דערפון איז אז אין יעדער מענטש שטעקט צוויי עקסטרעמ'ן, דאס שפיץ רוחניות וואס מאכט פון א פשוט'ער בשר ודם א צדיק וואס לעבט אין די שויס פון די באשעפער, און נעמט גארנישט פאר זיך, ווי אויך איינער וואס איז גרייט אויף שלעכט'ס אויפ'ן פארנעם פון היטלער און סטאלין אינאיינעם, גרייט אויפצועסן א מענטש לעבעדיגעהייט. יעדער איינער קען זיך אויסדרוקען אויף ביידע וועגען, און די וועלט'ס פיהרער'ס האבען א פליכט אויפצוארבעטען זיין נאכפאלגער'ס אויסצודרוקען די גוטע צד און נישט די פארקערטע.

דער שפראך פון טראמפ טוט דאס פארקערטע. מ'נעמט מענטשען וואס וואלטען אנדעריש געווען מעסיגע וואוילע מענטשען און מ'שלעפט ארויס פון זיי די טונקעלע צד, ואחריתה מי ישורנו. מ'שלעפט אראפ די מענטשהייט פון א גאנצע פאלק, און מ'מאכט זיי פאר בלוטדארשטיגע ראסיסטען.
לגבי זיין וואנט לעבען מעקסיקא מיט זיין דעה אויף מוזלעמענער, דארף איך נישט מאריך זיין. נאר איין נקודה וואס גילט אויף אסאך רעכט גלויביקע אין די לאנד. מ'האט מצליח געווען צו מאכען יעדער נושא אידיאלאגיש, און דער פראקטישע חלק איז בבל יראה ובבל ימצא. דער אומלעגאלע אימיגראנטען ווערען נאר אנגעקוקט אלס אומלעגאלע, קיין שום אנדערע מציאות האבען זיי נישט, זיי זענען שוין נישט קיין טאטע'ס און מאמע'ס פון קינדער, זיי זענען שוין נישט קיין שווערע ארבעטארער'ס, שוין נישט קיין מענטשען וואס זענען דורכגעגאנגען שווערער אומשטענדען ערגעץ אנצוקומען, נאר אומלעגאלע. דער אמת איז אבער, ווען מ'טראכט פראקטישעהייט פון מענטשען וואס האבען מוסר נפש געווען צו מאכען א נייעם לעבען פאר זיך און די משפחה, און זיי ארבעטען שווער אנצוקומען צו זייער ציל, זענען די מענטשען די ערשטע וואס מ'וויל דא אימפארטירען. די חברה פארטרעטען די אמעריקאנער אידיאל דאס מערסטע, פון פערזענליכע איניציאטיוו און שווערע ארבעט. הן אמת זיי האבען נישט געהיטען איין געזעץ, אבער פאר דעם זאל מען אפגעבען די ריזיגע מעלות פון אריינלאזען די מענטשען אין מדינה אריין? דאס איז טאקע די איינציגסטע נקודה צו טראכטען אויף די טעמע?

און לגבי מוזלעמענער זעט מען נאך אמאל די ענין. א פאר מוזלעמענער האבען אטאקירט מענטשען און זיי אויסגעהרג'ט. פאר דעם קומט אלע דריי הונדרעט מיליאן מוזלעמענער אין די וועלט צו שטארבען נישט קענענדיג אנטלויפען פון זייערע דיקטאטור'ן און טעראריסט'ן? און אפילו פראקטישעהייט איז זיין פלאן נעריש. דאהי אין אמעריקא געפונען זיך אנגעפער דריי מיליאן מוזלעמענער. די חברה לעבען צווישען אונז, ארבעטען מיט אונז און האבען כל מיני באציאונגען מיט דער אמעריקאנער פאלק. ווען איינער פון זייער קינדער וועט וועלען גייען הרגנ'ן אין סוריא, צו מאכען אן אויפרייס ערגעץ אין אמעריקא, וועלען זיין משפחה, חברים און עלטערען נישט געבען קיין שטיצע, ווייסענדיג אז זייער חברים וועלען ליידען דערפון. רוב פון די טעראריזם אין די וועלט, קומט פון א קולטור וואס שטיצט עס, א שטייגער ווי אדער די פאלעסטינע וואס אלע האלטען אז ס'קומט זיי עפעס, נאר מאנכע ווילען נישט ווערען שמוציג פון בלוט, לאזען זיי אנדערע דאס טוהן, אדער די רעליגיעזע מוזלעמענער וואס חלומ'ט פון עפעס א משיח און איז צופרידען אז איינער ברענגט איהם נענטער. אפילו דער וואס טוט עס נישט, פארשטייט דער וואס האט עס יא געטוהן (נישט אנדעריש ווי ביי אונז אידען און אונזער עקסטרעיסטען, ודי בזה). דער סבה פארוואס די היגע מוזלעמענער ווילען עכט נישט קיין טעראר איז גאר ווייל זיי פילען זיך ווי א חלק פונ'ם ווערטשאפט. הייסט'ס אונזער באשיצונג איז גאר מיט'ן בלייבען פריינדליך מיט די מוזלעמענער, נישט מיט זיך שלאגען מיט זיי. טאמער מ'טוט ווי טראמפ האט פארגעשטעלט נישט אריינצולאזען קיין מוזלעמענער אין לאנד, 'עט מען מעגליך זיך שיצען פון אלע נייע מוזלעמענער טעראריסט'ן וואס ווילען אריינקומען, אבער וואס איז די פרייז דערפון? מאכען פיינט פון א ריזיגע ציבור פון פריינד. אין א לאנד וואס האט שוין דריי מיליאן מוזלעמענער, איז ער פראקטיש נישט אויסגעהאלטען, ווי אויך מאראליש.

און נאך איין נקודה וואס איז נוגע אונז אלע. דער צוגאנג פון דאנאלד טראמפ, לויט זיין אייגענע הודאה, איז צוצוגייען צו יעדער נושא פון פאליס"י און פירערשאפט, לויט זיין אינסטינקטיע"ן, לויט ווי ס'זעט איהם אויס במושכל ראשון. ער האט א מאראלישע און א פראקטישע אינסטינקט צו וויסען וואס וועט געלונגען און וואס נישט, און וואס איז ריכטיג און וואס נישט, און דער וואס שטימט מיט זיין אינסטינקטען זאל וויילען פאר איהם. אזוי האט ער געטוהן אין ביזנעס און מצליח געווען (מ'עט פארגעסען פון די מציאות אז ער האט דריי מאל באנקראטירט, דהיינו אז אנדערע האבען אויפגעהויבען די צובראכענע שטיקלעך פון זיין גרייזען, א זאך וואס א מדינה קען נישט ערלויבען).

דאס איז א סכנה כפולה ומכופלת, און דער צוגאנג קריכט אריין ביי אונז אין יעדער חכמה און מקצוע. מ'איז גרייט צו פארלאזען אויף א פרוי אין א בעיסמענט אין ב.פ. וואס האט אנטדעקט א נייעם היילונג פאר קענצע"ר און דערמיט ריזיקירען די לעבען פון א חולה, מ'פארלאזט זיך אויף יונגעלייט וואס האבען דורכגעלערנט א פאר ליקוטים אויף הלכה, אנע האבען געהאט גרונטליך דורכגעלערנט די סוגיא מיט די ראשונים, צו פסקנ'ן ענייני כריתות. איינער האט א שיינע שמייכעל און יונגע ענערגיע, איז ער שוין ווערט צו זיין א 'געטרייע עסקן', ועל פיו ישק ויעלה ויבא יעדער ענין אינ'ם חרדיש'ע געזעלשאפט. א יונגערמאן וואס 'פארשטייט צו בחורים' איז דער מ"ד ארויסצוווארפען בחורים פון ישיבה און פון שטוב, איינער וואס פארלייגט זיך אין אן ענין איז שוין דער דאנצע ש"ץ מ"ץ וועלכע פון די עלטערען זאל האבען די קינד בשעת א גט. אלס איז געוואנדען אויף עם הארצות און קליינע וויסענשאפט.

שטעלט ענק פאר וויפיל ערגער איז עס ווען דער פרעזידענט פון אמעריקא איז גרייט צו פיהרען אזא מין ווערטשאפט מיט איהר פילפאכיגע פרטים אויף אזא אומערנסטע אופן. אין די לעצטע אכט יאר האט אבאמא מצליח געווען צו האלטען א קילע קאפ בו בזמן אז דער רעגעדיגע גאס האט געפאדערט בלוט. שטעל זיך פאר ווען ער גייט אריין אין סוריא פון אנהייב צוזאמען מיט די טעראריסטים קעגען אסאד, ווי וואלטען מיר היינט געשטאנען? וויפיל אמעריקאנער זעלנער וואלטען צוריק געקומען ליגעדיגעהייט? יעצט שטעל זיך פאר וואס קען פאסירען ווען א 'שטיר אין א טשיינע געשעפט' דארף האנדלען האקעלע זאכען, און ווי דער מדינה וועט אויסקוקען נאך א פאר יאר פון אזא פירערשאפט. טראמפ איז א סכנה נאר פאר דעם אליינס, אפילו ווען זיין פאליסי"ס וואלטען געווען צום פינטעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]בערני סענדער'ס[/center]
יא, איך שטיץ איהם, איך שפיר דער ברען פון בערני. איך וויל אבער מגדיר זיין וואס האט ער צו פארקויפען און וואס און וויאזוי זענען זיין טשאנס'ן עפעס אויפצוטוהן.

זייט די גרויסע חכמות פון רעיגען, האט דער לאנד געכאפט א קלאפ וואס מ'האט נאך נישט צוריק געדרייט. מ'האט איינגעפיהרט א מהלך אז נאר דאס עשירות איז וויכטיג, נישט פרנסה. וואס איז געווארען? מ'האט געשטעלט דער לאנד אויף אן אופן אז מ'שטיצט מענטשען צו ווערען גבירים, יעדער איינער וואס וויל, זאל ווערען אן עושר. דאס זעט אויס א שיינע זאך, אבער למעשה איז עס א חרבן. רוב מענטשען קענען נישט ווערען קיין גבירים, סיי ווייל ס'איז נישט דא גענוג געלט פאר יעדער איינער צו זיין אן עושר, און אויך ווייל גענוג און נאך מענטשען זענען פשוט'ער פלעינער מענטשען וואס ווילען אויסהאלטען די משפחה, אביסל פרייען מיט די לעבען, און נחת פון די קינדער, ותו לא. דער וועלט לעבט פון מיליאנע אזעלכע מענטשען, מיט א פאר גבירים פון אויבען, און אנדערש קען עס נישט אנגיין.

דאס שטיצען דער גביר'שאפט בראש ובראשון האט פאראורזאכט א בראך צווישען די מיטל קלאסישע מענטשהייט, וואס ווערט נאר ערגער פון יאר צו יאר. אז בי.פי. איז מחליט נישט צו האלטען די געזעץ וויאזוי צו היטען זייער מאשינען אין די גאלף פון מעקסיקא, און אזוי שארען זיי מיליארדער דאללארען, דארף דער ארימאן מיט א קליינע דזשאב כאפען פיש אין לואיזיאנא פארלירען זיין גאנצע פרנסה ווען דער מאשין קראכט און אלע פיש שטארבען פון די אויל פארפלייצונג. דער פשוט'ער מענטש פארלירט זיין הויז ווען די מארק קראכט, און די וואס האבען גורם געווען די קראך באקומען נאך מיליאנען פון די שטייער באצאלער'ס פון די פאראייניגטע שטאטען. מ'האט מצליח געווען צו מאכען דער ציבור די וואס נעמען די ריזיקע'ס בו בזמן וואס די יחיד נעמט די רווחים. א מענטש וויל קויפען בענזין פאר זיין קאר, ווערען די פרייזען נישט געמאסטען לויט'ן פארלאנג פון בענזין און דער מאס בענזין אין די וועלט, נאר דורך א פאר מיליאנערען און ביליאנערען וואס זענען מחליט וויפיל מ'זאל אויסגעבען אנצופיהלען זיין קליינע קאר צו קענען פארען צום ארבעט. די פלעינע מענטש ווערט באטרעטען פון אלע זייטען, ווייל די מדינה ווערט געפיהרט פאר'ן עושר, נישט פאר סתם מיכל.
דאס איז אלס א תוצאה פון די כח פון די גרויסע עשירים אין פאליטיק. זיי גיבען געלט פאר ביידע זייטען אין יעדער פארמעסט צום סענאט און קאנגרעס, און איבערהויפט די פרעזידענטליכע פארמעסטען. נאר דער וואס זיי ווילען זאל האבען מאכט האט עס, און פארשטייט זיך אז מ'טאנצט צו יעדער באפויל פון די גאר גרויסע עשירים און געשעפטען. מ'דארף נישט מאכען א בעסערע פראדוקט צו קענען פארקויפען א זאך, נאר מאכען געזעצען אז דיין קעגענער זאל נישט קענען פארקויפען זיינס. מ'האט געזעצען וואס זוכען צוריקצוהאלטען קיין מאנאפאל אויף א פראדוקט, אבער מייקראסאפט האט עפעס א היתר דערצו (ווען ס'איז דא א צווייטע ברירה, וואלט איינער גענוצט ווינדאו"ס?). וכהנה וכהנה משלים ממשלים שונים, וואס מ'וועט קיינמאל נישט ענדיגען מיט זיי.

אויסצוראטען אט דער שטינק איז געווען דער ציל פון די 99% דעמאנסטראציע'ס מיט פינף יאר צוריק וואס האט אקופירט אסאך שטעט אין אמעריקא און די וועלט, וואס האט אויפגעוועקט די יונגווארג צו די פראבלעם. יעצט האט בערני סאנדער'ס, וואס איז אייביג געווען אן אויסנאם אין סענאט, גענומען די לייצע'ס פון דער אויפברויז, און פראבירט צו טוהן עפעס פראקטיש דערוועגן.

דער ערשטע זאך וואס מ'דארף טוהן איז ארויסנעמען געלט פון פאליטיק. ס'זאל נישט זיין אזא מציאות אז מ'זאל קענען קויפען א פארמעסט, סיי דורך געבען גענוג געלט פאר איין צד, אדער צו שרעקען א געטרייע ארנטליכע פאראנטווארטליכע מענטש פון אנהויבען קלערען פון לויפען. דאס דארף לכאורה קומען פון א קאנסטיציונאלער טויש, וואס איז א שווערע ארבעט, אבער דער ווילונג פון די גאס איז היינט בנמצא פאר אזא שינוי לטובה. אויף דעם דארף מען מאכען געזעצען אוועק צו נעמען די יכולת פאר די רעגירונג צו שטיצען א ביזנעס סתם אזוי. מ'האלט היינט אין א מצב אז געוויסע ביזנעסער האבען א כח צו מאכען געשעפטען, נישט ווייל זיי האבען א פראדוקט וואס די קויפער'ס ווילען, נאר ווייל זיי האבען א פראדוקט וואס דער רעגירונג שטיצט. און נאך און נאך אזעלכע מעשה'ס מיט געלט.

די פראבלעם איז אבער אז די גבירים וועלען נישט אזוי שנעל נאכגעבען, און זיי וועלען וויסען אז דאס איז א מלחמה אויף זייער עגזיסטענץ. דעריבער קען מען עס נאר טוהן מיט די שטיצע פון די פאלק, און דאס מיינט אז מ'דארף בלייבען ארגאניזירט אפילו נאכ'ן געווינס. למעשה דער לאקאלע פאליטישען ווייסט, אזוי ווי אונזער עסקנים ווייסען, אז טוהן א טובה פאר א יחיד איז ווערט פיהל מער ווי העלפען דער ציבור. אז מ'שפארט דער ציבור מיליאנער דאללארען, וואס מיינט ביליגער שטייערען, געדענקט קיינער נישט. ווען מ'העלפט איין יחיד באקומען א פאספארט באצייטענס צו קענען פארען צו זיין פלעמעניצע'ס חתונה, האט מען א שטיצער מיט א משפחה פון שטיצער'ס אויף אייביג. דער ציבור אין יעדער שטאט און יעדער געגענט מוז בלייבען פאראייניגט און דיסציפלינירט, האלטען קאפ וואס איז דא דער ציל און וואס וויל מען אויפטוהן. א נאציאנאלער פארטיי קען נאך אויסוואקסען דערפון, און די ערשטע פאר יאר וועט עס אפשר האבען אן אידיאליסטישען פנים און מ'עט קענען עפעס אויפטוהן דערפון.

און פון דעם קומט אויס נאך א וויכטיגע נקודה. טאמער די איינציגסטע וועג פון בערני'ס קענען אויפטוהן וואס ער וויל און וואס זיין וויילער'ס ווילען פון איהם, איז דורך אוועק שטעלען א רעוואלוציע, דארף ער שוין נישט געווינען. טאמער דער פאליטישע באוועגונג וועט אנהויבען פארען, קען עס אויספיהרען אליינס, פארשטייט זיך מיט א סאך ארבעט, אבער ס'איז שוין לאו דוקא געוואנדען אויף זיין ווערען פרעזידענט. אפילו דער פרעזידענט איז היללערי, וואס זי איז גאנץ א שוואכע לינקער, מ"מ האט מען שוין א פאליטישע באוועגונג וואס פאדערט לינק'ס און רעכטען פאר יעדער בירגער. מ'עט שוין נישט קענען שפעטען אין די סארט מושגים און טרעטען אויף די מענטשהייט אין אזא גראבער אופן. אוודאי מיט בערני אלס פרעזידענט איז עס פיל לייכטער, און יעדער שטימע פאר איהם איז א קול קורא אז מיר ווילען גלייך רעכטען, אבער דער געווינס זיינער איז נאר א קליין חלק דערפון.
זאלען זיין שטיצער'ס נאר זע'ען אז נישט ער איז דער זאך, נאר דער רעוואלוציע איז דער זאך, און מ'זאל עס אויספיהרען קלוגעהייט, ריכטיגעהייט און נישט זיך לאזען אפקויפען דורך קארפארטישע אינטערעס'ן.

ובשם ה' נעשה ונצליח.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט