בלאט 1 פון 1

ראש חדש אייר - יום הישיבות

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 4:39 pm
דורך א_געדאנג
[center]די ארטיקל איז אביסל א לענגליכער (16336 כאראקטארען), אבער איז כדי צו ליינען - ליינט אין האט הנאה[/center]
[justify]טררר. טררר. טררר....

שוין ווייטער קלינגט די טעלעפאון ביי לוי יצחק אין אפיס, וואס איז אויך אן איבערגעדרייטע אומ'מסודר'דיגע ווערהויז...

ער האט שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט אריינגעשטעלט די נומבער פין שטוב, זאל מען דארט קאלן, זאל זי זיין ביזי מיט די אלע ארבייטס-לאזע, זי אידאך סיי ווי אויפן טעלעפאון אכט אין צוואנציג שעה א מעת לעת, וואס א חילוק מיט וועם זי רעדט?!

זייט ער האט אריינגעלייגט די קלאסיפייד אז ער האט אן אָפּענינג הערט די טעלעפאון נישט אויף צו קלינגען, יעדע מאל הייבט ער ערליך אויף דעם טרייבל הגם ער ווייסט יענער וועט נישט אננעמען די פָּאסטן צוליב די מאגערע געהאלט וואס ער שלאגט פאר. וויפל ער זאל נאר שווערן איבער די געוואלדיגע פָּאטענציעלס וואס ס'איז ערווארטעט פאר די ריכטיגע קאנדידאט איז קיינער נישט גרייט אנצונעמען א פול טיים זשאב פאר א קארגע זעקס הונדרעט טולער גראוז, ספעציעל אז ס'איז נאך א פיזישע זשאב. אבער מ'קען קיינמאל נישט וויסן איינער קען נאך אנעמען די זשאב זייענדיג דעספערעט.

לוי יצחק זעלצער איז געווען באקאנט פאר זיינע פריינט און פיינט אלס א סוקסעספולער אנזעצער, ווי ער האט איינגעשטעקט די האנט האט ער מצליח געווען אראפּצופלאָשן נאך אפָּאר אלפים, ער האט גראדע געהאט גראנדיעזע, געלונגענע ביזנעס געדאנקן, אבער נישט געהאט קיין אנונג וויאזוי דאס צו אומפלעמענטן. אלע ביזנעס לעקציעס זענען ווערט געווען א רעטעך, ער האט אויסגעניצט די צייט פין די לעקציע צו כאפן א געשמאקע דרימל, וואס האט אים געברענגט א פרישע חלום, א פרישע ביזנעס עדעווענטשער, וואס האט גורם געווען אויפצוגעבן די פריערדיגע כדי אנצוהייבן א נייע, וחוזר חלילה לא ראי זה כראי זה הצד השוה שבהן אלעס איז געגאנגען מיט'ן פּיטום אראפ ביז...

איין טאג גייענדיג אין גראסערי איינקויפן די מינימאלע שטוב געברויכן, גראַדע פּונקט נאך אַן אָנזעץ, זיין אשת חיל וואס האט געקומפעט ביז נעכטן אין א קומפעטורן היים האט אים געגבן די ליסטע וואס איינצוקויפן, צווישן די קלייניקייטן איז אויך געווען א באטעל פאר'ן פריש געבוירענע עופה'לע, נעמענדיג די באטעל אין די האנט אריין האט די בליציגע געדאנק אויפגעשיינט אין מוח, ער גיט שנעל א קלינג א היים, שָׂרִי שרייט ער אריין אין טרייבל, אֵיי"ם סאַר"י, זייער ביזי געווארן, קאָל אריין אין גראסערי מיט די ליסט זיי זאלן דיר דעליווערן די סחורה.

ער האט שוין לאנג נישט געהערט אירע געשרייען ווי וויכטיג זי דארף עס אויפן מינוט, ווייל די טעלעפאון פין זיין געטרייע חבר משה חיים האט שוין געקלינגען, אלעמאל רעדט ער זיך מיט אים דורך אפי' ער הערט בכלל נישט אויס זיין עדווייס, קודם שפייט ער עס אויס פין בויך. אבער דאס מאל האט ער געהאט א געדאנק וואס האט געכאפט אויך משה חיים, ער האט געוואלט מענעפעקטשורן עפעס א האלטער פאר א קינדער באטעל, אז מ'זאל נישט דארפן האלטן א קינד אין די האנט בשעת מ'גיט דאס קינד צו עסן.

די קשיא איז נאר כסף מנלן? משה חיים ווילענדיג העלפן זיין חבר וואס האט אסאך ענערגיע, אבער ווייניג הצלחה, האט פרובירט צו העלפן, ער האט אריינגעקאלט עזר למזון, קרן חתנים, קרן יתומים, קרן עזר, פרנסה קלה, פרנסה נקויה, אפי' בוני עולם יעדע ארגיניזאציע וואס פראקלאמירט אז זיי העלפן יודן איז געקאלט געווארן זען אויב זיי ווילן ארויסהעלפן דורך איינשטעקן אין די פרישע ביזנעס.

ענדליך האט ער אנגעקלאפּט ביי א גוטע געטרייע עסקן, וואס האט אים ארלעדיגט א הלוואה מיט גרינגע טערמינען, א צווייטער האט צוגעשטעלט א פיינע קאנעקשאן אין כינע, אין א קורצע צייט האבן די ארדערס אנגעהויבן אריינפליסן מיטן פולען טעמפאו, פארשטייט זיך מ'האט נאָך געהאלטן פַאר די רווחים, האט מען געמוזט שפּאָרן יעדע פּעני, אבער היום קצר והמלאכה מרובה, ער האט געוואלט האלטן זיין נייע ברענד מיט א גוטע נאמען צושטעלנדיג די בעסטע סערוויס, דעליווערי'ס זאלן געמאכט ווערן אין צייט אא"וו. האט ער געמוזט אריינעמען איינער זאל אים העלפן צאם שטעלן די ארדערס, ווי לאנג ער איז פארנומען צו מאכן די סעילס. אבער מער ווי זעקס הונדרעט א וואך האט ער ממש נישט געקענט ערלויבן, ספעציעל אז די עסקנים גייען דורך די ביכער איינמאל א חודש זיכער מאכן אז ער פארשוועמט נישט די געלט סתם אזוי.

האלאו! בּעבּי אימפּארטס האו קען איי העלפ יו? הייבט ער אויף די טרייבל נאכ'ן פערטן קלינג.
יא א גוטן, האלאו? יא א גוטן, איך קאל וועגן, כ'האב געזען... האלאו? איר הערט מיר? יא אנטשולדיגט איך קאל וועגן די יום ביומו?
לוי יצחק: וואס האב איך מיטן יום ביומו? איר האט מן הסתם א טעות...
רופער: ניין נישט וועגן דעם, וועגן די קלאסיפייד אין יום ביומו, איר האט אריינגעלייגט א קלאסיפייד? איר זוכט א זשאַבּ? עם איך מיין, איר זוכט איינער וואס זוכט א זשאַבּ?
לוי יצחק: אָה יאָ וודאי זוך איך, איר זוכט ארבייט?
רופער: יא, כ'מיין נישט איך, איך בין מסודר, איך קען איינעם אראָפּ שיקן פאר אן אינטערוויו?
לוי יצחק: איך פארשטיי נישט, איר זענט אפי' נישט אינטערסירט צו וויסן וואס מ'רעדט דא? וויפל מ' בַּצאָלט? גארנישט?

אפי' אזא חכם ווי לוי יצחק האט פארשטאנען אז עפעס איז דא מאָדנע, ער האט זיך גארנישט אזוי צוגעכאפט צו די רופער.

רופער: הערט מיר אויס, כ'וועל אייך זאגן די אמת, ס'נישט פאר מיר, נישט משנה וויפל מ'צאלט, אדער וואס די ארבייט איז, אַבִּי איר נעמט אריין מיין בחור'ל, ער איז א וואויל קינד, טאקע נישט מצליח געווען אין ישיבה, א זעכטצען יעריגע בחור איז ער, אבער ער וועט זיכער טוען וואס מ' הייסט אים. פרובירט אים אויס, וואס קען שאַטן? הערט וואס איך שלאָג אייך פאָר, אויב איר נעמט אריין מיין בחור'ל אין די ביזנעס, קודם קענט איר אים האלטן פאר אזוי לאנג ווי 14 שעה א טאג, פין זיבן אינדעפרי ביז 9 ביינאכט. אויסער דעם נישט נאר איר דארפט נישט באצאלן, איך וועל אייך באצאלן! איך לייג אייך אראָפּ צען אלפים, אין איך באצאל אייך פיר הונדרעט פופציג דולער א חודש! וואס קענט איר דערלייגן?! פרובירט אים אויס.

לוי יצחק קלערט א מינוט, די טַאטע אידאָך באמת אַ ביטערע רחמנות, אז ער מוז שוין דאס פארשלאגן, מוז דאך זיין אז ער איז זייער זייער דעספערעט.

דער רופער זעט אז לוי יצחק כאַפּט זיך נישט אזוי שנעל צו צי זיין צדיק'ל, שרייט ער אריין ווייסט איר וואס, מאכט עס 15 אלפים איך שטעק איין איצט פופצן אלפים!!!
דאס ווערט שוין מער אין מער פארדעכטיגט...
לוי יצחק: איר ווייסט וואס, שיקט אראָפּ אייער בחור'ל מארגן אכט אזייגער ביינאכט, כ'וועל רעדן מיט אים ווע'מער זען אויב ס'מיר אינטרעסאנט.
רופער: איך פארשטיי נישט, וואס איז דא צו רעדן, איך באצאל אייך דאָך פאר דעם?
לוי יצחק: איך האָף איר זענט נישט בייז, דא איז נישט קיין בֶּעבּי סיטינג, האלט ער מיר ביים ארויסהעלפן הרי טוב,טויג ער צו די ארבעט דארף איך נישט אייער געלט איך וועל אים באצאלן פאר די ארבעט, אז נישט קען איך אים נישט האלטן סיי ווי, סוי שיקט אים אַרַָאפּ און מ'עמער זען.
רופער: אקעי א גרויסן ישר כח מארגן אכט אזייגער, יא?
לוי יצחק: יא, כל טוב הצלחה.

די נעקסטע טאָג האט לוי יצחק זיך ספעציעל גאיילט צו ענדיגן אין צייט, ער טראכט צו זיך, ב"ה די מזל האט מיר אנגעהויבן שיינען, כ'האב דאך געטראפן א גוט געשעפט, געפלאנט האב איך צו באצאלן זעקס מאות, א בחור'ל וועל איך נאר באצאלן דריי פופציג, אין דאס איבעריגע איז שוין מיינע רווחים. די זייגער לויפט, מיט אן אימפֶּט, זיבן דרייסיג אווענט געט ער זיך א כאַפּ אז אין א האלבע שעה דארף ער זיין גרייט צו די אינטערוויו, ער שאַרט אראפ אלע פעיפערס אין סאודע קענ'ס פין טיש, ער וויל דאך דער בחור'ל זאל אים גיבן די ריכטיגע רעספּעקט ווי ס'פַּאסט פין אן ארבייטער צו א בַּאלאַבּאָס, אויב וועט ער נישט מאכן דעם רושם גלייך ביים אנהייב פארגעט איט.

טִיק, טאַק, טִיק, טאַק, טִיק, טאַק, טִיק, טאַק, די זייגער קלאַפּט אַ מינוט נאָך אַ מינוט, והילד אננו, נישטא קיין בחור, נישטא קיין אינטערוויו, גארנישט נישט, ער איז שוין געווען קאנווינסד אז משה חיים האָט מחליט געווען צו טרייבן שפאַס פין אים און אריינגעקאלט מיט א פאוני קאָל.
קוואָדער צו ניין איז ער מחליט אהיים צו גיין, נישט איז נישט, ער נעמט זיין טלית און תפילין שפאצירט צי צו די טיר, אין כאפט אן די קלאַמקע, פארשטייט זיך ביי יענע רגע האט ער געהערט די בֶּעל.

לוי יצחק לויפט שנעל צוריק צו זיין טישל, ווארפט ארויף די היט אין רעקל אויפן ספעציעלן רעקעל האלטער וואס ער האט באקומען פאר א מנתה פין זיין ווייב ווען ער האט געעפנט די נייע ביזנעס, ער פארטיפט זיך אין זיין סקרין כאילו ער איז מוראדיג ביזי אין פארטיפט.

הוּ אִיז?
גֶעצִי! כ'בּין געקומען צו א אינטערוויו!
בזזזז... בזזזז... לוי יצחק גיט א בּאז די טיר ערלויבנדיג געצי אריינצוקומען.
ער איז געווען זיכער אז דער געצי וועט זיין פארסאפעט, אנצוקומען אזוי שפעט צו אן אינטערוויו איז דאך געפערליך, מן הסתם עפעס אן עמערזשענסי האט געמוזט פאסירן.
לוי יצחק: שלו' עליכם געציל!
גֶעצִי: א גוטן, וויזוי הייסטו?
לוי יצחק: קענסט מעך רופן מיסטער זעלצער.
גֶעצִי: לייכעם שלום מיסטער זעלצער, די ערשטע נאמען איז א סוד?!
לוי יצחק: וואס?
גֶעצִי: גארנישט כ'האב געמאַכט א זשויק.
לוי יצחק: אַהאַֹ, דיין טאטע האט דיר נישט געזאגט אז מ'האט אפגעשמועסט אכט אזייגער?
גֶעצִי: יא, ער האט מיר גראדע יא געזאגט, כ'האב נאר געטראפן א גוטע חבר פין חדר, כָאמֶעך פארשמועסט, א מורא'דיגע א געשמאקע בחור איז ער.
לוי יצחק: אינטרעסאנט, וואס קען זיין אזוי וויכטיג, וויכטיגער ווי א זשאַבּ?
גֶעצִי: ניין, ס'געווען וועגן די זשאַבּ, כ'האב אים פארציילט אז איך האב א נייע זשַאבּ, אין איך גיי יעצט צו אן אינטערוויו, ער האט מיר גראדע געפרעגט צו איך יאָג מעך נישט, כ'האָב אים געזאגט קלאָר, הער מיך אויס! פאר פרעשור, קען איך בלייבן אין ישיבה! מיין טאטע האט מיר געזאגט ער איז זייער א גוטע בָּאָס, סוי, נוי פרעשור וואַט סוי עֶווֶער, זענען מיר געבליבן שמועסן פאר נאך פופצען מינוט.
לוי יצחק: איך הער, זאג נאר...
טשריפּס, טשוויק טשוויק, הערט זיך א קוויטש פונעם פייגעל.
לוי יצחק: אנטשולדיגט, איך האב דא ערגעץ ביים פענסטער א נעסט פין פייגל, כ'האב נאך נישט געהאט קיין טשענס דאס אוועקצונעמן, אפשר וועל איך גאר קענען מקיים זיין שליח הקן. מ'עמער זען.
גֶעצִי: דאס וועט זיין א פראבלעם.
לוי יצחק: וואס וועט זיין א פראבלעם?
גֶעצִי: די פייגלעך!
לוי יצחק: כ'מיין כ'האב דיר געזאָגט כ'וועל עס אוועק נעמען, אבער וואסערע פראבלעם קען שוין זיין, גראַדע איך גלייך עס, עס ברענגט מיר א רואיגקייט, וואס קען שוין זיין שלעכט צו הערן די געזאַנג פין די פייגל?
גֶעצִי: כ'על דיך זאגן, עכט קען איך עס סאלווען, אבער ס'וואלט בעסער געווען אז איר טראגט אפ די פייגעלעך פין דָא נאך פאַר איך הייב אָן. כֶ'על אייך מסביר זיין. איר ווייסט וואס איז דאס וואַט'ס עֶפּפּ? טֶעלֶעגראַם ווייסט איר וואס דאס איז? טֶעלֶעגראַם איז געווענליך פאר גרופס, אין וואַטס עֶפּפּ נוץ איך פאר פֶּערסענאל מעססעזשינג, די טֶעלֶעגראַם האב איך אויפגעסעט ס'זאל מאַכן אזא קוויטשע אזוי ווי די פייגל, די וואַטס עפּפּּ מאכט מער אזא קלינג אזוי ווי א בעל, אזוי ווייס איך וועלעכע מעסעזש קומט אריין, איר פארשטייט, אויב די פייגלעך וועלן מיר האקן דא אין קאפ אריין, וועל איך ווערן אינגאנצן צומישט.
לוי יצחק: אזוי? איך זעי שוין מיט וועם אים האב דא צו טוען...
גֶעצִי: איך בין גוט, האַ?
לוי יצחק: יאָ שׁאָר די ביסט אייזן! זאָג נאר וואס איז אזוי וויכטיג מיט די וואַטס עֶפּפּ און טֶעלֶעגראַם?
גֶעצִי: טֶעלֶעגראַם איז טאקע נישט אזוי וויכטיג, איך טשעק עס נאר צוועלעף מאל א טאג בערך, אבער וואַטס עֶפּפּ איז מיי לייף... פארשטייסט אלע מיינע חברים קאנטעקטן מיך דורך וואַטס עֶפּפּ...
לוי יצחק: איין מינוט כ'האב פארשטאנען דיינע חברים, זענען נאָך אין ישיבה, זיי האבן דארט טעלעפאונס?
גֶעצִי: ניין... פארשטייסט נישט, מיין חבר משי, האט מיר געזאגט, אז די קעכער, ער איז מוראדיג גוט מיט די קעכער, אין די קעכער האט אים געזאגט אויב ער גייט אים העלפן אראפשלעפן די ארדער פאטעטאס יעדע וואך פין גאס פאר דרייצן וואכן אין א צו, וועט ער אים לאזן ניצן זיין וואטס עפפ פאר פינף מינוט, סוי עֶנִי טֵיים סָאן קַאנטֶעקט ער מיר. יָו נֶעווֶער נֹוי ווֶען אִיטס דְי רֵייט מִינִוט איר פארשטייט, סוי כ'האב נאר פינף מינוט צו ריספַּאנדען. וועגן דעם איז עס מורא'דיג וויכטיג.
לוי יצחק: אַהאַ איך הער. איין מינוט, וואס ביסטו געווארן אזוי פאַטראַכט?
גֶעצִי: כ'וועל דיך זאגן, כ'מיין אז דאָס איז גארנישט געווען אייערע פייגלעך, כ'מיין אז דאס איז געווען משי, אוי באשעפער, כ'אָבּ מורא כ'אָבּעס פארשפילט....
(די טעלעפאון ווער אין אן אינסטענט ארויסגעצויגן פין טאש...)
לוי יצחק: האסט נישט פארשפילט, האסט מיר געזאגט א פייגל איז טֶעלֶעגראַם, ניין?
גֶעצִי: חַאחַאחַאחַאחַא
לוי יצחק: וואס איז פאָנִי? כ'האָבּ געזאגט עפעס פאָנִי?
גֶעצִי: ניין, סתם ס'געווען א גוטס, דער אידאך אזא לץ, גארנישט וויכטיג, ס' די זשאוק אויף טֶעלֶעגראַם, וואס האט איר געפרעגט??
לוי יצחק: גארנישט וויכטיג, אקעי, שכח פארן אראפ קומען. זיי מצליח זאג דיין טאטע זאל מיר קאָלן.
גֶעצִי: אָקעֶי, וויפל אזייגער עפענט מען שאַפּ מארגן??
לוי יצחק: דו זאָג נאר דיין טאטע זאל מיר רופן ער וועט דיר שוין אלעס מסביר זיין
גֶעצִי: נֹאו פּראַבּלְם סִי יָו טָאמאַרֹוי....

איך דארף אייך נישט פארציילן וויאזוי די געשפרעך מיט געצי'ס טאטע איז ציגעגאנגען, קיינער טענה'ט נישט אז לוי יצחק איז מחיוב אריינצונעמען געצי'ן ווייל אן עסקן האט אים געשטעלט אויף די פיס, קיינער זאגט נישט לוי יצחק די לויפסט ארום שנארן פאר דיין ביזנעס אין יעצט לאזטו בחורים זיך וואלגערן אויפן גאס?!

נישט קיין טענות ומענות, קיינער האט נישט קיין תביעה, יעדער בר דעת פארשטייט אז געצי'ס פלאץ איז נישט דארט אפי' ביי לוי יצחק קען אַזַא איינער נישט זיין, יאָ אוודאי איז דא אזעלעכע וואס זענען גאר גרויסע צדיקים, אין זענען גרייט אריינצונעמען געצי זאל זיך דרייען ביי זיי ווי איידער אויפן גאַס, אבער קיין טענה קעגן די וואס זענען נישט מסכים איז נישטָא.

ילמדנו רבינו, פוסקי דורינו, די פוסקים וואס באשמיצן אין באשמירן די נעמען פין חשוב'ע ראשי ישיבה, וואס האבן אויפגעשטעלט א ביזנעס מיטן ציל ארויסצוגעבן פראדאקשען פין בחורים תלמידי חכמים צדיקים קדושי עליונים, זייער פעקטארי גיט ארויס איין גוטע פרי, איין שוואכערע, אפי' אפָּאר געדעמעטשטע סחורה, אבער נאר איין מטרה איז דא, אהער צו שטעלן בחורים וואס וועלן וואקסן תלמידי חכמים מופלגים, דיינים ומורי הוראות.

איך ווייס ער האט געגרינדעט זיין ישיבה ווייל ער וויל מ'זאל אים מכבד זיין ווען ער קומט צו א חתונה, אדער ווייל אים שמעקט צו גיין מיט א ברייטע הויכע ביבער היט. איך ווייס ער איז ארום געלאָפן שנארן געלט צו קענען עפענען זיין ישיבה, אבער די אלע וואס האבן אים געגעבן די געלט האבן געוויסט זיין מטרה, זיי האבן געוויסט אז א בחור וואס איז נישט באשאנקען געווארן מיט די בעסטע כשרונות וועט נישט האבן קיין פלאץ דארט.

די נדבן אין די ראש ישיבה ווייסן אויך אז מ'וועט מוזן מאכן אויסנאמען ווען עס קומט צו די קינדער אין אייניקלעך פין די נדבנים ווייל זיי האָבן געלט, איי ס'נישט קיין יושר? אז דער עושר דרייווט א לעקסעס איז יאָ יושר?! וואס איז געשען מיט די טענה אז די שוואכע שטערן? ווייל זיין טאַטע האט געלט שטערט ער נישט? אמת ער שטערט יא אבער אן זיין טאטעס געלט האב איך גארנישט... אמאל איז דא א ראש ישיבה אן עקשן, ער קען בייקומען זיינע נדבנים אויך אין אמאל נישט, אמאל איז דא א ר"י א צדיק וואס נעמט אלעמען אריין אין זיין ישיבה, ביז ווי לאנג ער איבערצייגט זיך אז די בחור איז א צרה לייט, אין אמאל נעמט מען נישט קיין טשענסעס. ווי לאנג איך האב געבויעט די ישיבה מיט מיינע צען פינגער קען מען מיר נישט מחייב זיין אריינצונעמען אַזאָנֶע געצי'ס.

מ'קען פרעגן אויף די אלע פובליק ישיבות ווי סאטמאר אלע ביידע, באבוב אלע ביידע, קלויזנבורג, בעלזא, סקווירא, פאפא וכו' אבער מורי ורבותי, זייט וויסן! רוב ורוּבי פעמים ווען די בוחרים -וואס האבן די פראבלעמן- קומען אן צום פארהער מאכן זיי (אדער זייערע טאַטעס) א רושם ביים פארהער, פונקט ווי אונזער געצי ביי די אינטערוויו, זיי טרייען זיך נישט אהערצושטעלן קיין כי הוא זה. א בחור וואס ווייסט אז די מנהל אדער די פארהערער איז א פרומער, פארוואס קומט ער אן ווי אן אָקס מיט פארגליווערטע דִיפִּידִי דאָ פיאות? פארוואס קענסטו נישט אנקומען מיט דיין ציצית אינדערויסן סתם צו נושא חן זיין ביים פארהערער אדער מנהל, דו דארפסט דאך אנקומען צו זייער רחמנות! שטעל דיך אביסל אהער. מאך דיך ווי די ווילסט זיין וואויל. אנשטאט קומט ער אריין מיט זיין שיפע היט, אפענעם רעקל, קייענדיג גאם ווי א חכם. וואס דארף די מנהל טראכטן? אז ער האלט שוין באמת ביים ביהעווען?

איך האב געהערט פין די פארהערער פון די א.ג. פובליק ישיבות, (אזוי אויך פין פריוואטע ישיבות {הגם סאך ווייניגער} אין פאַל זיי פארשיקן א בחור צוליב מיסביהעווער אין מ'בעט זיך צוריק...) אפי' א בחור האט נישט אזא גוטע היסטאריע, אויב זעט די הנהלה א קאפיראציע פונעם בחור און אויך פין די עלטערן וועט די הנהלה סוף כל סוף אויסדריקלעך אננעמען די בחור! אוודאי, זיי וועלן מאכן שוועריקייטן אין פארארזאכן אפאר שלאפלאזע נעכט פאר'ן בחור און די עלטערן, כדי זיי זאלן וויסן אז דאס איז נישט קיין מאָנקִי ביזנעס, אבער די בחור וועט סוכ"ס אנגענומען ווערן.

אויסער...

אויב די טאטע וועט ווילד ווערן, און וועט זיך ארויסלאזן מיט ווילדע אטאקעס אויף די מנהל, אים באשמיצן אין די בתי מדרשים און אין מקוה, אנשטאט צו טרעפן איינעם וואס האט אן השפעה אויפן מנהל כדי צו פארהאנדלן צווישן זיי, וועט ער וויינען מיט קראקידייל טרערן און מסביר זיין פאר א קופקע לצים אין פאר די פובליק, וואס פאר א צדיק זיין זון איז, אבער דער מנהל איז די רשע מרושע, וואס פירט מיט מיר א מערכה נאך פין די ישיבה יארן, יעצט איז ער זיך נוקם אין מיר, צוליב די נעגל וואסער וואס כ'האב אויסגעגאסן אויף זיין בעט מיט פינף אין דרייסיג יאר צוריק, אא"וו. אויב דאס איז יענעמס ענטפער צו זיינע צרה'לע אין שטוב, וועט מען אים לערנען א פרק דרך ארץ, אין מ'וועט זיך אהערשטעלן ווי א ביזנעס אין טוען וואס א ביזנעס וואלט ווען געטוען מיט אזא געצי...

די מנהלים ווילן מ'זאל זיך בעטן, מ'זאל וויינען, מ'זאל ציטערן, ווייל אז נישט איז הפקר וועלט, די גאנצע ישיבה קען גיין אַ גאַנג... אזוי, ווען מ'נעמט למעשה טאקע אָן די בחור זאל ער וויסן, אויב ער וועט נישט בְּ'הֶעוועֶן וועט ער פליען...

די פאַקט איז! א בחור, אפי' א גולם קאָפּ וואס זיצט אין ישיבה, אפי' ער האלט נישט מיט די למודים הונדרעט פארצענט, אבער זיצט רואיג, פרובירט דאס בעסטע וואס ער קען, ער שטערט נישט קיין אנדערע, די הנהלה דארף נישט זיין ביזי מיט אים אין וואטשן ווי אין ווען ער גייט, אזא איינער האָט נישט קיין פּראָבלעמען. איי די ישיבה דארף צושטעלן עפעס פאר די שוואכע בחורים ס'זאל נישט צי קומען צי בטלה מביאה לידי שיעומם, אמת אבער דאס איז אן אנדערע טענה וואס האט נישט מיט דעם דירעקט!

איך ווייס ס'אַביסל צו שפעט, אבער צוליב די טירדת החג, האט מען נישט געענדיגט די ארטיקל פריער. מ'קען עס ניצן פאר'ן קומענדיגע זמן הבעל"ט.

הצלחה מיט סיעתא דשמיא![/justify]

Re: ראש חדש אייר - יום הישיבות

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 5:02 pm
דורך טמיר
Wow! דער איז גוטע נייעס מיט יאממי סחורה, זייער פראפעסיאנעל געשריבן! קיפ איט קאמינג! שכויעח

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 5:39 pm
דורך שמעקעדיג
שרייבט זייער שיין, אבער ווי פארשטענדליך איז אויך דא די אנדערע זייט מטבע, און ווי שוין כמ"פ אויסגעשמועסט אין שטיבל, אויב פירט מען א ישיבה ווי א ביזנעס דאן ביסטו 100% גערעכט..
איך וועל אויך מודה זיין אז ביי עקסטרעמע פעלער מעג מען אפזאגן, נאכן אדורכטראכטן די אפציעס ברוב יועץ; אבער אז דאס זאל ווערן די נארמאלע דרך, דאס איז שוין אינגאנצן עפעס אנדערש.

Re: ראש חדש אייר - יום הישיבות

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 5:39 pm
דורך קל וחומר
קודם א לייק פארן אראפלאזן אזא משא מיט אזויפיל קערעקטערס...

אז ס'וועט זיך באלד מאכן א געלעגנהייט העמער מערצעשעם ליינען.

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 6:35 pm
דורך א_געדאנג
קל וחומר האט געשריבן:קודם א לייק פארן אראפלאזן אזא משא מיט אזויפיל קערעקטערס...

אז ס'וועט זיך באלד מאכן א געלעגנהייט העמער מערצעשעם ליינען.

געט אכטונג! ווייל א לייק בעל תאוה'ניק וועט נאך C/P'ען די גאנצע סידור... :lol:
ישר כח! ליינט אין האט הנאה!!

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 6:38 pm
דורך א_געדאנג
שמעקעדיג האט געשריבן:שרייבט זייער שיין, אבער ווי פארשטענדליך איז אויך דא די אנדערע זייט מטבע, און ווי שוין כמ"פ אויסגעשמועסט אין שטיבל, אויב פירט מען א ישיבה ווי א ביזנעס דאן ביסטו 100% גערעכט..
איך וועל אויך מודה זיין אז ביי עקסטרעמע פעלער מעג מען אפזאגן, נאכן אדורכטראכטן די אפציעס ברוב יועץ; אבער אז דאס זאל ווערן די נארמאלע דרך, דאס איז שוין אינגאנצן עפעס אנדערש.

יישר כח פאר'ן קאמענט, סאַ'שטארקע חיזוק, אָך אין וויי אויב ס'נישט קיין ביזנעס אינטרעסע, עס וואלט נישט געווען ווי צו שיקן אונזערע קינדער. בעוונותינו הרבים איז נישט דא קיין סאך וואס זענען גרייט אוועק צו געבן לייב אין לעבען פאר כ"י אין די וואס יא האבן ארבעט ביז איבערן קאָפּ, אין קענען נישט נעמען אויף זיך אזא פרעזשייל ענין פין חינוך הבנים אויף זיך.

יישר כח נאכאמאל!

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 6:40 pm
דורך א_געדאנג
טמיר האט געשריבן:Wow! דער איז גוטע נייעס מיט יאממי סחורה, זייער פראפעסיאנעל געשריבן! קיפ איט קאמינג! שכויעח

סאַ געוואלדיגע קורות רוח אז מיר האבן אייך געקענט מהנה זיין!

יישר כח פאר די פיטער-צוריק {פיעדבע"ק בלע"ז}

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 7:54 pm
דורך שטילע אינגערמאן
Wow, א פרישע שטערן אין שטיבעל, כה לחי. האלט אן

Re: ראש חדש אייר - יום הישיבות

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 8:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אפילו אז מ'פיהרט א ישיבה שלא לש"ש, דארף מען עס פיהרען כמו לש"ש, וכמו"ש במקו"א בשם הגרי"ס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 8:24 pm
דורך טאמבל סאס
זייער שיין געשריבן און א גוטע פוינט געמאכט. די פראבלעם איז אבער א דרייפאכיגע ווי עמיצער דא האט ליב זיך אויסצודרוקן.

אין רעאליטי נעמען די לוי יצחק'ס טאקע אריין די בחורטשיקעס און נוצן זיי אויס כנוצה של תרנגולים.

די גאווערענמענט, און אין אונזער פאל די ראשי הקהילה, שטעלן נישט צו אדער אן אנשטאלט פאר די ארויסגעפאלענע אדער אן ארבייטס מסגרת פאר זיי.

אפשר איז טאקע אן עולה אז די שוואכע בחורים, ווילאנג זיי מאכן נישט טראבל האלט מען זיי אין א מוסד ווי זיי טוען גארנישט אויסער שטופן די צייט און פארנוצן אומזינסטע רעסורסן אויף די חשבון פון די מוכשרים וואס וואלטן בעסער געקענט שטייגן אן זיי?

Re: ראש חדש אייר - יום הישיבות

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 8:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאכ'ן ליינען בעסער קען איך זאגען קלאר אז מ'רעדט פון א מציאות וואס איך קען נישט. דער בחור איז אזוי געבוירען?! זיין טאטע האט איהם אזוי ערצויגען?! ער זוכט צו דרייען ליידיג מבטן ומלידה?!
אדער קומט ער יעצט אן מיט א צובראכענע מוט, מורא האבענדיג אז מ'וועט איהם פייניגען און באטרעטען, און דעריבער גייט ער שוין צו צום ענין אלס א פארלוירענע. ער קומט אן קיל מיט א שיפע היט, און דערווייל וויינט ער אינעווייניג וויסענדיג אז ער איז אן אנזעץ
שטעל זיך פאר ווען דער ראש ישיבה זאגט איהם "שקויעך פאר'ן וויילען אונזער ישיבה, מיר האפען צו לעבען א גוטע פאר יאר דא צוזאמען!" און ער האלט ווארט. ער קוקט אויף איהם, האלט מיט זיין לערנען, שטעלט אויף א סביבה וואס שטרעבט צו געצי'ס הצלחה, איז ער דען אזא אנזעץ?
דיין דזשאב אלס ראש ישיבה, אפי' שלא לש"ש, איז צוצושטעלען א סביבה אז א בחור זאל שפירען גוט און באקוועם אין תורה. יעדער בחור קען לערנען, מ'דארף נאר טרעפען דאס וועג צו זיין הארץ, וע"ע תנא דבי אליהו

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 7:24 am
דורך א_געדאנג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפילו אז מ'פיהרט א ישיבה שלא לש"ש, דארף מען עס פיהרען כמו לש"ש, וכמו"ש במקו"א בשם הגרי"ס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ישר כח פאר אייער הערה, מ'מוז פארשטיין אז די ראשי ישיבות שליט"א האבן אן עקספיריענס און די היסטאריע צייגט אז ווען מ'טוט די סארט חסדים, ווערט סוכ"ס ש"ש נתחלל רח"ל.
די כמו לש"ש איז די פאקט אז די בחורים קומען מיט אן ערענסטקייט יעדן אינדעפרי מיט נאסע פיאות אין ביהמ"ד אריין צו דאווענען אין לערנען מיט אן ערענסטקייט אָן דעים וואס קאלטע יונגען זאלן שטערן די סדר היום.

נאכאמאל, אייער קאמענטאר/ן איז גרעיטל"י אפרישיעטעד. יישר כח.

Re: ראש חדש אייר - יום הישיבות

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 6:13 pm
דורך טאמבל סאס
די געצי טייפ בחורים האבן קיינמאל נישט געפאוזט א געפאר פאר די ערנסטע בחורים נשפע צו ווערן פון זיי. עס ווייסט יעדער זייער גוט אז עס זענען עס די ערנסט אויסזעהנדע בחורים וואס כיוון שנחמצו אין עצה ואין תבונה נגדם אבער דיע בלייבען אין ישיבה געווענליך. אלא נימא ס'איז אלץ פאר די נאמען אין די גאס. וואס וועט די גאס שמועסן אז מ'וועט זען דיפערידא בחורים נכנסין ויוצאין מבית טבחים הלזה. סוועט שאטן די מארקעטינג.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 8:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין ישיבה הגדולה והקדושה נאסע פייעס בע"מ מיסודו של רבינו הקוה"ט זי"ע, ווייסט מען נישט זיך צו 'היטען' פון די בחור וואס זיין הוט איז שיפער ווי א צווייטענס. מ'קען זיך נאך פארגרייזען און נישט אינגאנצען אראפקוקען פון די טראפענדיגע הויך פונקט פון די 'חשובע בחור' פאסטען וואס ער האט פארדינט מיט'ן לויפען מיט אן אפענעם כאלאט צו טייטלען אין דער פארטאגס סדר אין ספרי כאסידעס. דער ראש יעשיווע ארבעט שווער אויסצוראטען די סארט עגאליטעריאנישע גלויבונג פון די נערישע בחורים, און דעריבער האט ער נישט קיין צייט זיך צו ספראווען מיט בחורים מיט טרוקענע פייעס.
און נאר פאר אביסל וואסער האסטו נישט געקענט מיטשפילען?!

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:33 pm
דורך קנאק-יענקל
טאמבל סאס האט געשריבן:די גאווערענמענט, און אין אונזער פאל די ראשי הקהילה, שטעלן נישט צו אדער אן אנשטאלט פאר די ארויסגעפאלענע אדער אן ארבייטס מסגרת פאר זיי.


שוין א אלטע דילעמא וואס איך טראכט
אויב א בחור איז באמת נישט מצליח, וועמענס דאגה איז דאס?
דארף דאס זיין די דאגה פון די ראשי הקהלה אדער מנהל הישיבות?
אדער דער טאטע פונעם בחור זאל זיך נעמען זיין געפעק און טראגן די דאגה אים צו פלאצירן וואו ער באלאנגט?

משה רבינו האט שוין געזאגט "האנכי הריתי את כל העם הזה אם אנכי ילדתיהו כי תאמר אלי שאהו בחיקך".
דאס איז אויסשליסליך די דאגה פון א טאטן, האסט געבוירן דאס קינד, האסט אים אויפגעצויגן, דאגה פאר זיין עתיד.

אדער לכל הפחות "מאך דיך" און שפיל ווי ס'איז דיין דאגה, און נישט קום אן ווי א צולייגער צום מנהל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:48 pm
דורך טאמבל סאס
אמת ס'איז די דאגה פון די טאטע און אויך זיין חיוב אבער וויפיל ער וויל קען ער נישט אויך שפילן דעם ראלע פונעם מחנך. ער איז באאויפטראגט צו פירן זיין קינד אין צו דער מוסד וואס די אויטאריטעט שטעלט צו באצאלט פון די מס פון די בני הקהילה. יא, די ראשי הקהילה ובראשם דער רעבע אליינס - די פרעמיער מיניסטער. אויב איז דיין טענה דער טאטע דינגען אליינס א מלמד לילדיו איז דער טענה ווידער פארוואס נאר מיך? מיט'ן אריינעמען אלעמענס קינדער נאר נישט מיינע דעסקרימינירסטו און אויך ביסטו מגלה דעת אז די סאושעל קאנטראקט איז יא אז דער גאווערנמענט שטעלט צו די בתי חינוך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:52 pm
דורך פייער אפפער
וואס איז זיכער איז אז א גרויסע קהל'ישע ישיבה אזוי ווי סאטמאר סקווירא דארף זיך קענען צושטעלן צו יעדע סארט בחור וואס באלאנגט צו די חסידות און איז מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם פון די דריי יאר אלט, און אים מאכן פילן באקוועם אין ישיבה אויף סיי וואספארא אופן ס'שייך

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 3:05 pm
דורך טאמבל סאס
איך פארשטיי אבער נישט מעיקרא מאי קסבר דער פותח האשכול. ס'דא אזעלכע וואס האלטן אין איין איבערחזרן די פראבלעם פון נישט מקבל זיין אלע אנשטאט פארוואס בכלל מקבל זיין. ס'איז ווי כאילו זיי ווילען אונז מאכן פארגעסן דער אסאך מער יסודיות'דיגע פראבלעם. כ'האב געמיינט אז מ'האט שוין מסכים געווען אז די ישיבות זענען לאו דוקא דאס בעסטע פלאץ אפילו פאר די מצוינים. קען זיין דאס איז דער טיפערער מטרת האשכול. אויפוועקן די מענטשן צו דער הכרה אז א ישיבה איז סך הכל א ביזנעס. איי ס'איז דא דער ריסק אז דאס רוב וועט עס נאר אננעמען עט פעיס וואליו, איז אויך נישט געפערליך ווייל וואס אן אמת ווייסן מיר דאך יא אז "לאז אריין די שוואכע אום זיי וועלן דיילוטען די ישיבות" אזוי אז די חינוך סיסטעם וועט זיך טאקע רעפארמירן. ברעך ארונטער די מחיצות צעווישען עילוי, געהויבענע בחור, מאכער, דורכשניטליכער און קאלטער און וואס דו האסט איז א מער האמאדזשיניעס בן שמו"ע לחופה.