בלאט 1 פון 1
וואל מארט פאלט צו #3 אויף פארטשאן 500
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 11:31 pm
דורך שמעלקא
פארטשאן מאגאזין איז ארויס מיט די יערליכע ליסט פון די 500 גרעסטע קארפארעישאנס.
די לעצטע צוויי יאר איז וואל מארט געווען נומער איינס אבער היי יאר איז די ריזן ריטעילער געפאלן צו נומער דריי.
נומער 1 דעם יאר איז ראיאל דאטש שעל און נומער 2 איז עקסאן מאביל.
דא קען מען זען די פולע ליסטע.
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 12:14 am
דורך ניו יארק
אינטערעסאנט.... זיי האבען מיר אינגאנצען פארזעהן? פון מיין ביזנעס רעדען זיי נישט.... זיכער אנטיסעמיטען!
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 12:46 am
דורך פריינדליך
קיין אנטיסעמיטען זענענן זיי נישט ווייל מיין ביזנעס האבן זיי ארויף געלייגט
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 2:31 am
דורך טעלעפאן
עפל איז נאר 55??
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 11:41 am
דורך שמעלקא
אנקומען צו 55 איז גארנישט קיין קלייניגקייט.
פאראיאר איז עפעל געווען ביי 111 און האט אין בלויז איין יאר געמאכט א ריזיגען שפרינג.
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 9:31 pm
דורך איך אויך
זאגסטו אז פריינדליךס ביזנעס קען נאך אנקומען צו נומער 55 הממ איך ווער זיין חבר שוין יעצט.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 11:35 am
דורך שמעלקא
נאך פארשידענע פונקטן איבער די היי יעריגע פארטשאן 500 ליסט.
- צום ערשטן מאל זינט די ליסט ווערט ארויס געגעבן האט טשיינע פארמאגט די צווייט גרעסטע צאל פירמעס אויפן ליסטע א סך הכל פון 73.
- יאפאן וועלכע איז ביז יעצט געזעצן ביים צווייטן ארט איז געפאלן צום דריטן פלאץ מיט 68 פירמעס.
- אמעריקא איז נאך אלץ נומער איינס מיט 132 פירמעס אבער ווייט פון די ציפער וואס די פאראייניגטעט שטאטן פלעגט אמאל האבן און 14 ווייניגער ווי פאראיאר.
- היי יאר האט אייראפע פארמאגט 11 ווייניגער פירמעס ווי לעצטע יאר
- ווי שוין אויבן ערווענט האט עפעל געמאכט א ריזיגן שפרינג ביז נומער 55, אבער נאך מער ווערט אנגעמערקט, אז אויב קוקט מען אויף פראפיטן איז עפעל געווען נומער 7.
- אמאל האט קיינער נישט געקענט קלערן פון א פארטשאן 500 ליסט אן ריסורטש אין מאשען די ארויסגעבער פון בלעקבערי אבער היי יאר איז די פירמע נישט פארהאן צו באקומען דארט.
- לויט פראפיטן איז די רוסישע פירמע געזפראם געווען נומער 1, דערנאך עקסאן מאביל און באנק אוו טשיינע. זעט
דא די פולע ליסט.
- נאך א מערקוועדיגע זאך. איר האט אמאל געהערט פון די פינאנציעל-געבראכענע יו. עס. פאסטל סערוויס? אויב קוקט מען לויט די צאל ארבייטער איז עס נומער 7. אבער ביי די אלגעמיינע ראנג איז עס 135 און ווען עס קומט צו פראפיטן ליגט דארט א שיינע מיינוס.