בלאט 1 פון 1

אינטערנאציאנאלער פרעס טאג

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
אט דערנענטערט זיך דעם יום הגדול והנורא פון וואס די טונא אין לאקס פישן אין וואסער ציטערן, דער טאג וואס האלט אינמיטן טרענספארמירט ווערן אלץ איינע פון די גרעסטע און הייליגסטע טעג ביי כלל ישראל, די קינדער וואס זענען יעצט אכט יאר אלט גייען שוין געדענקן אז פון אייביג אן מאז היתה ישראל לגוי איז געוועהן א ענין אין דער טאג צו עסן און געבן עסן, ס'גייט זיין עפעס אזא ערב יום כיפור סיטואציע ס'גייט ווערן אנגענימען אז סאיז א מצוה צו עסן וכל המרבה הרי זה משובח.

איך זעה פאר אז אין געציילטע יאר גייט שוין יעדער גרעסערע גראסערי וואס האט א פסח סעקשאן אויך האבן א באזונדערע 'קערעסטיר סעקשאן' ווי מ'גייט קענען קויפן גרויסע בייגלעך מיט קערעסטירע קוגלעך און רבי ישעי'לעס קוקאש קעיק וכד'. האלב 13TH ave גייט זיין באלקירט מיט קאנטעינערס צו ערפולען דעם געברויך מיט כל מיני מאכלים, פון ארץ ישראל גייט מען קומען שנארן פאר ג' אייר חלוקות דורך עונג שבת ויו"ט, אסאך ארגענעזאציעס גייען זיך נאך עפענען לכבוד האי יומא דקא גרים און אסאך טאשן שניידער'ס גייען נאך נתעשר ווערן בזכות דעם צדיק, וועט נאך ארויסקומען ספעציעלע ספרים מיט מנהגים בחצרות הק׳, א קיצור ס'גייט ווערן לעבעדיג אין שטאט אויפן חשבון פון האי צדיק וקדוש.

אלעס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס אפאר הונגעריגע אידן האבן געהערט עפעס א איינצעלער אויסגעדראשענער מעשה פון עפעס א מלוה מלכה אין קערעסטיר און זייענדיג הוגעריג האבן זיי זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו ווארעם'ס און זיך גענומען חלומ'ן פון דעם צדיק ווי דער הונגעריגער חלומ'ט תשעה באב נאכמיטאג פונעם אויספאסטן צוביסלעך איז ארויסגעקומען א ספר החלומות געהערט פון ערשט האנטיגע בעלי חזיונות באזירט אויף דמיונות, זיי האבן איבערגעלאזט הונגער פלעקן אויף רוב פון די סיפרים דארט, על פי חשבונם איז די גאנצע תבואה פון רומעניא פוילן רוסלאנד געקומען מיט שיפן קיין קערעסטיר צו די דריי אידן מיט צוויי גוים וואס האבן געוואינט דארט. צו קאכן די זופ האט מען אויסגעטרוקענט דעם דונא טייך אזש אז ס'איז אנטפלעקט געווארן די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן דארטן על קידוש ה'.

שוין געווארן אזוי אז אונזער בליק אויף רבי ישעי'לע איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א אלטער ברייטער איד מיט א מעסער אין די האנט שטייט און שנייט גרויסע ראפאגאש בארכעס מיט קוקאש קעיק (עפעס אזויווי יעקל שווארץ) דערנאך גייט ער מיט אימפעט צום גרויסן טעפל טשולנט און מישט בשעת וואס זיינע ליפן מורמלען 'לשובע ולא לרזון', מוצש"ק שטייט דער צדיק מיטן קאפטן און קנעט איין ריזיגע שטיקער טייג און שיילט צוויקעל מיט פאטעיטאס און דער עולם זיצט ארום דער טיש און קנאקט. און עפעס אזוי האט זיך געדרייט כל ימיו פון דער צדיק.

די לעצטע פאר יאר פארן פולע ערעפלאנען אנגעפאשעטע אמעריקאנע אידן וואס לעבן דא מיט כל טוב וטוב ווייסן נישט קיין דאגות האבן נישט קיין השגה דאס איידלקייט און באשיידנקייט פונעם קערעסטירער צדיק די חברה פארן אהין האקן קוגל מיט טשולענט וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך ריזיגע ד׳ אמות קעכער׳ס, און קומען צוריק פארציילן אז דאס איז ממש ווי ווען דער צדיק האט געלעבט, כאילו פון דעם באשטייט דער גאנצער קערעסטיר.

איינער פון די אלטע שטיבל שרייבער שרייבט דאס פאלגענדע
לאליפאפ האט געשריבן:עס איז איבעריג צו זאגן וואס עס טוט זיך אין קיטשען אין קערעסטיר ערב שבת יארצייט, ריזיגע טעפ אנגעפולט מיטן גאנצן מה ידידות, פרויען פון איין זייט, בחורים פון צווייטן זייט, שטייען און קאכן באקן שיילן מישן, און יעדעס מינוט וואשט מען פריש אויס די כלים און מען הייבט אן נייע רעצעפטן, טעצער קעיקס און קוקיס פארן ארויס יעדע עטליכע מינוט, וואס זאל איך אייך זאגן.. נוסח קערעסטיר!
סארא גערעדאכץ דאס, מ'עסט פרעסט און ענדיגט צו נוסח קערעסטיר...

נקודת הענין; היות איך זעה אז ס׳ווערט נשתכח אז דער טאג איז א פלענער נארמאלער טאג, במילא וויל איך אצינד א' אייר תשע"ו אויסרופן און אראפלייגן א יסוד פאר יעדער חוקר מנהגים און גולש אויפן אינטערנעט פון דער קומענדער דור, הערט גוט וואס איך זאג אייך:
ס'איז נישטא קיין שום ענין צו עסן טונא פיש מיט בייגעל'ס אדער קנאקן גע׳חריינ׳טע געפילטע פיש מיט צימעס אין דעם טאג פון רבי ישעי'לעס יארצייט, ווי אויך אויב איר זענט די אייגענטומער פון א רעסטוראנט אדער סיי וועלעכער עסן קרעמל איז נישט חל אויף אייך קיין שום חיוב צו פארטיילן עסן בחינם' שרייבט נישט אויף רבי ישעי׳לעס קאנטע ווייל ער גייט דאס נישט צאלן.

כאטש איך גלייב אז מיינע ווערטער וועלן נישט ווערן אנגענימען ביים עולם ס'וועט זיך הערן מער עפעס ווי כ׳האב דא עפעס נגיעות אבער פארט גלייב איך אז סוועט זיך טרעפן עפעס א אויפגעקלערטער אינגערמאנטשיקל עפעס אזא קאווע שטיבל שרייבערל פון תשק"ט וואס וועט מאכן צימעס דערפון.

אצינד ווען די שורות ווערן געשריבן ווערט ערווארטעט א גרויסע ליפערונג פון בייגעל'ס מיט פוטער אין אלע היימישע בתי מדרשים, ווי אויך עטליכע גרויסע גראבע טאטעס מיט שיסלען אין די האנט צו פרעגל'ן אייער, ביים טיש זיצענדיג וועט איר טרעפן דאס געשמאקן איד'ל וואס האט זיך שוין א וואך צייט אנגעגרייט מעשיות און דמיונות פונעם בעל הילולא, ער האט דורך געטוהן עטליכע ביכער וואס בעלי חלומות האבן געשריבן זייענדיג הונגעריג, אצינד גיסט ער עובדות ווי א כל בו און אזוי ווי נישט ווי כאפט ער אריין א גאנץ לעפל שפאזע און ס'שפייעט אויס ווי פון זיך אליין א: זכותו יגן עלינו.

#לשובע ולא לרזון

Re: נאציאנאלע פרעס טאג

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 6:25 pm
דורך וזרח השמש
איך ווייס באמת נישט, וואס סשטערט דיר אז הונגעריגע אידן ווערן זאט

אויב איז דעס!? אז מלייגט עס ארויף אויף האי צדיק וקדוש, ערגער ווי אנצידען א ליכט איז עס נישט, ממילה א טובה פאר די נשמה איז עס נאך

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 10:39 pm
דורך דעת זקנים
אשפגתי עד למאוד

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 11:59 pm
דורך ירח בן יומו
אויף איינער פון די עדס קיין קרעסטיר האב איך געזען אוסגערעכנט אלעס וואס מ'גייט דארט אויפטוהן, איז אזוי,
    ביינאכט ביים אנוקומען וועט מען דאוונען אין ביתו נאוה קודש פון ר' שעי'לע,
    דערנאך וועט פארוקומען א גרויסע סעודת הילולא (אין אנדערע ווערטער מ'גייט עסען און פרע..).
    דערנאך גייט מען מאכן לינת לילה אין קרעסטיר (אין אנדערע ווערטער מ'גייט שלאפן און פאפ...).
    צופרי גיי זיין א ווארעמע מקוה (אין אנדערע ווערטער מ'גייט האבן ווערעמע שאוערס).
    מ'וועט דאוונען שחרית בביתו נאוה קודש.
    נאכדעם וועט פארקומען א מסיבת לחיים (אין אנדערע ווערטער מ'גייט ריקן הערינג מיט קרעקערס און צוטרינקן אביסל שנאפס).
    באלד דערנאך וועט מען ארויפגיין אויפ'ן ציון אויסזאגן תהילים.
    און נאכדעם וועט זיין פת שחרית און א מסיבת פרידה (אין אנדערע ווערטער מ'גייט עסען און פרע..).

און נאך אלעס וועט מען אוודאי זינגן און טאנצן "אויסגעפועל'ט אלעס גוטס".

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:33 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'מוטשע מיך שוין לאנג מיט אן ערענסטע העמק דבר שאלה, וואס כ'האף מ'וועט נישט מעקן דא.

ס'דא א פסיקתא רבתי אז אויב מ'הענגט א בילד פון ר' ישעי'לע, אנטלויפן די מייז.

איז שווער, אויב איז דער צדיק'ס עבודה געווען פארטיילן עסן, וועט דאך די בילד נאר צוציען מייז?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:34 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס עפעס נאציאנאלער פרעס טאג? דו דעסקרייבסט דאך דאס אלץ אן 'אינטערנאציאנאלער' פרעס טאג!

אניוועי, מיט די גרויסע ווערטער בין איך זיכער מסכים מיט דיר, און קיינער מוז טאקע נישט אנערקענען אין דעם אזויגערופענעם 'גרויסען' טאג. נאר מיט ס'אבריגע..

יו נאו וואט, קודם לאמיר זען וואסארא הערינג און קוגל ווערן צוגעשטעלט און נאכדעם עלעך קענען בעסער באשליסן. (אקעי.. אפשר בין איך אביסל הינגעריג?)

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:15 am
דורך [NAMELESS]
געטוישט לכבוד דיר.

חודש הסגולות

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:21 am
דורך [NAMELESS]
אסאך סגולות אין דעם חודש. קודם איז באוואוסט (פון רבי פנחס קאריצער) די סגולה פון ווישן די רעגן אויפן שטערן אלס א סגולה פאר רפואה, און בכלל איז באוואוסט די ר"ת א'ני ה' ר'ופאיך, (און די אפטא רב זאגט קלאר אז אפילו די גוים ווייסן צו זאגן אז די חודש מאי למספרם אז מסוגל לרפואה).

און בפרטות,

ר"ח אייר איז דא א גרויסע סגולה פון לערנען משניות לע"נ רבי נחום ב"ר יוסף המכונה ר' נחום הסופר.
י"ח אייר איז מסוגל צו לערנען זוהר הק' און/אדער טיילן ח"י רוטל.
י"ט אייר א גרויסע סגולה אנצוצינדען א לעכטעלע פאר די הייליגע רבי ר' מענדעלע זי"ע.
ה' אייר איז מסוגל צו האקן און פראקען און אינטערצונדן מיסט קאסטענעס.
כ"ט אייר איז באוואוסט די תפילת השל"ה פאר גוטע קינדער.
סאו בלייבן אונז איבער מיט ג' אייר מיט א סגולה פון פשוט עסען און טרינקען לשם כבוד שמו יתברך ויתעלה ולעשות נחת רוח לגופינו לעילוי ולכבוד נשמת מרן רבינו ישעיה ב"ר משה זכיעוכ"י אמן.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:22 am
דורך [NAMELESS]
O , got it

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 10:00 am
דורך חברהמאן
שלום זייט ווען האסטו פיינט צי עסען ?

אויף שטיסל האסטו געהאקט שטיקער ווען אימער

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 10:21 am
דורך יחיאל יעקבזון
לאמיר רופן ס׳קינד ביים נאמן: ב.ש.
דאס גאנצע ארומפארן אין אייראפע און פראוון דארט הילולא׳ס און חינגא׳ס איז איין שטיק ליצנות. אויב די אז״ג רעבעס זענען באמת געוועהן ערליכע אידן, בין איך זיכער אז זיי וואלטן נישט געוואלט אז מ׳זאל אויף זייער קאנטע טוהן די אלע נארישקייטן. איבערלאזן דזשאבס, כולל, ישיבה אא״וו פאר די אז״ג סגולות איז מופרך פון יעדן צד. מאנכע פארחובות׳ן זיך אויף אזוינס (שולדיג רענט, גראסערי, שכ״ל אא״וו דערצו) והוא רעה חולי שאין כדוגמתה. פאר שטיסל׳ן שטערט דאס פרעסעריי (באזירט אויף דמיוני׳שע מעשיות); מיר שטערט די תהלים זאגעריי פונקט אזוי. ר׳ איד! מ׳קען פועל׳ן ביים רבוש״ע אויפ׳ן אייגענעם מקום קבוע (ושאינו קבוע) ביי זיך אין ביהמ״ד. ברויכסט נישט פאהרן קיין צוויי איילן. ווילסט זיך אויספאשן דעם נפש הבהמי? ברויכסט נישט אפירזוכן עפעס א תמימות׳דיגע אונגארישע רעבעלע (מילד געזאגט) און דאס טוהן אויף זיין חשבון אדער אויף זיין רוה ארט. קענסט רוהיג עסען א פיינעם פרישטאג און געשמאקע וועטשערע ביי דיר אינדערהיים און ס׳עט האבן די זעלבע עפעקט.

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 11:52 am
דורך [NAMELESS]
הצדיק מניקולשבורג מיט השרף משפטיווקא

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:סאו בלייבן אונז איבער מיט ג' אייר מיט א סגולה פון פשוט עסען און טרינקען לשם כבוד שמו יתברך ויתעלה ולעשות נחת רוח לגופינו לעילוי ולכבוד נשמת מרן רבינו ישעיה ב"ר משה זכיעוכ"י אמן.

נאך זיך אנהערן היינט מיט פארשידענע ערשטהאנטיגע מעשיות זעה איך אז איך דארף אביסל טוישן דעם נוסח, און אנשטאט זאגן אז די סגולה איז זיך אליין מהנה זיין דורך אכילה ושתיה, איז די סגולה אביסל פארקערט. נעמליך, צו טיילן עסען אין טרונקען און אפילו געלט פאר אידישע קינדער. וכל המרבה הרי זה משובח.

Re: אינטערנאציאנאלער פרעס טאג

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 1:27 pm
דורך גרויסע מענטשעלע

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 9:08 pm
דורך ונבנתה העיר
קפ
בֵּין כָּל מַאֲכָל וּמַאֲכָל יֹאמַר..

הֲרֵינִי אוֹכַל אֲכִילָה זוֹ, אֲכִילָה מְרוּבָּה, בַּרְבּוּרִים אבוסים, שְׁמֵנִים וּמְתוּקִים וְדָגִים מְלוּחִים לָעִילּוּי נָשַׁמְתָּ רבינו ישעיה בֵּן מֹשֶׁה בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל.
וַיְהִי רָצוֹן שֶׁכְּשֵׁם שֶׁאָכַלְתִּי אֲכִילָה גַּסָּה בְּשָׁנָה זוֹ בָּעוֹלָם הַזֶּה כָּךְ אֲזַכֶּה לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת לְשָׁנָה הַבָּאָה וּשְׁאָר שַׁבָּתוֹת הַשָּׁנָה


וּלְמָחֳרָת יוֹם הָעַצְמָאוּת מתענים וְאוֹמְרִים סְלִיחוֹת

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:37 pm
דורך שיח ושיג
לאמיר קלאר מאכן אפאר פאקטן.
1. רבי ישעי'לע האט געגעבן פאר הונגעריגע אידן צו עסן, אידן וואס זענען געקומען איינמאל א וואך און דאס איז געווען זייער איינציגע מאלצייט, נישט געcן צו עסן פאר זאטע אידן צו עסן, אזי ווי עס איז היינט אז יעדער וואס עסט זיך אן ביי די פרישטיגס האט ב"ה ווי צו עסן יעדן טאג.
2. הרב הקדוש רבי ישעי'לע האט נישט ליב געהאט צו געבן פאר אידן צו עסן, ער האט נישט געהאט עפעס א גשמיותדיגער געפיל צו זען ווי אזוי אידן עסן צו דער זעט, אזוי ווי ווען א מענטש גרייט אן א פעטע סעודה אין ער האט הנאה צו זען ווי אזוי אידן זענען זיך מחי'. ער איז געווען א הייליגער איד, אין מחמת גודל קדושתו, וואס ער איז געווען א מקור החסד, האט ער עוסק געווען אין חסד אויף א גרויסע פארנעם. סיי מיטן טיילן עסן און סיי מיטן טיילן געלט פאר אידן. עס איז נאריש אפי' דער אויסדריק 'ר' שייעלע האט ליב געהאט אז אידן זאלן עסן', אנדערע צדיקים האבן די זעלבע ליב געהאט ווען פאר אידן גייט גוט, גארנישט ווייניגער ווי רבי ישעי'לי, נאר יעדער צדיק איז זיך מצטיין אין א געוויסער עבודה, אין ר' ישעי'לע איז געווען דער מקור החסד. ווען עס איז געקומען א הונגעריגער איד צו הייליגן צאנזער רב און ער האט אים געגעבן צו עסן, אזוי ווי יעדער איז מקיים די מצוה פון הכנסת אורחים, האט ער פונקט אזוי ליב געהאט ווען יענער איד האט געגעסן, און געטון חסד פאר דעם איד און געגעבן געלט. עס איז ידוע די מדת הצדקה פונעם צאנזער רב, אפשר זאל מען אנהייבן צו זאגן "צאנזער רב האט ליב געהאט צו געבן געלט פאר אידן". נאר וואס? צאנזער רב האט ליב געהאט צו טון די רצון ה', און זיך אויסגעצייכענט מיט מצות צדקה.
3. ווער עס זאגט יא "רבי שייעלע האט געוואלט אידן זאלן עסן", און ער מיינט עס נעבעך אויפן אופן ווי אזוי מ'טיילט היינט צו טאגס עסן אויף זיין חשבון, מ'פרעסט על טהרת הקודש, כאילו ער האט געוואלט מען זאל עסן. מוז מען דאך אודאי זאגן אז ער איז געווען א דעת יחידאה, ווייל קיין שום אנדערע צדיק האט דאך נישט געוואלט אז מען זאל עסן (בלשונם של הני אינשי), איז פארוואס נעמט עטס אן דעם דעת יחיד, יחיד ורבים הלכה כרבים, אלע צדיקים פון אלע דורות האבן דאך נישט געוואלט אז אידן זאל עסן?
4. הערטס אויף מיט די אלע שטותים, פרעסן על טהרת הקודש, רבי ישעי'לע דארף נישט קיינער זאל עסן, ווילסט טון עפעס לעילוי נשמתו, קענסטו טון סיי וואס די וואלסט געטון ביי אן אנדערע צדיק'ס יארצייט, אז די ווילסט דוקא קענסטו טיילן צדקה פאר מענטשן וואס דארפן האבן געלט.

Re: אינטערנאציאנאלער פרעס טאג

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין איינציגסטע אונגארישע עלטע באבע האט געוואוינט אין א שטאט אין אונגארען און געהאט שוועסטער'ס וואס האבען זיך נעבעך גע'עלטערט. מ'האט איינער פון זיי אנגעטראגען א שידוך, א פוילישע בחור, וואס האט געוואוינט אין פראנקרייך, וואס צו דארט האט ער געוואלט איהר אהינשלעפען. מ'האט געפרעגט ביי ר' ישעיה'לע און ער האט געזאגט אז מען מעג. ווען מיין עלטער באבע איז געקומען אין די יארען, האט מען איהר אויך אזוי אנגעטראגען און זי האט צו איהם חתונה געהאט על סמך ר' ישעיה'לע.
מיין באבע איז געווען א קינד ביים קריג, און זי האט זיך באהאלטען מיט איהר עלטערען ביי פראנצויזישע גוים און אזוי בין איך געבוירען געווארען.
דעריבער פייער איך ר' ישעיה'לע'ס יארצייט מיט א קאווע פאר'ן דאווענען און א שמעק טאבאק עלעף אזייגער און א ביה"כ נאכמיטאג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
נו נו, דו טרינקסט פאר'ן דאווענען וועגן ר' ישעיה'לע, און דיינע קינדער קינדער וועלן נאך עסען פאר'ן דאווענען וועגן ר' ישעיה'לע

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:24 am
דורך [NAMELESS]
זע איך היינט א איד מנחה צייט, זיצט און פרעסט אריין לע"נ רבי ישעי'לע, פון די איבערגעבליבענע 'תיקון' פון אינדערפרי. ס'ווערט שוין טונקל אינדרויסן, און אונזער צדיק'ל רופט זיך אן: חברה כאפטס אריין, ס'איז שוין כמעט סוף זמן אכילת רבי ישעי'לע...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:00 am
דורך טאמבל סאס
ונבנתה העיר האט געשריבן:בֵּין כָּל מַאֲכָל וּמַאֲכָל יֹאמַר..

הֲרֵינִי אוֹכַל אֲכִילָה זוֹ, אֲכִילָה מְרוּבָּה, בַּרְבּוּרִים אבוסים, שְׁמֵנִים וּמְתוּקִים וְדָגִים מְלוּחִים לָעִילּוּי נָשַׁמְתָּ רבינו ישעיה בֵּן מֹשֶׁה בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל.
וַיְהִי רָצוֹן שֶׁכְּשֵׁם שֶׁאָכַלְתִּי אֲכִילָה גַּסָּה בְּשָׁנָה זוֹ בָּעוֹלָם הַזֶּה כָּךְ אֲזַכֶּה לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת לְשָׁנָה הַבָּאָה וּשְׁאָר שַׁבָּתוֹת הַשָּׁנָה


וּלְמָחֳרָת יוֹם הָעַצְמָאוּת מתענים וְאוֹמְרִים סְלִיחוֹת

וכידוע רבינו התכוון פה לשמנת עבית כשית וכו' וינבל צור ישעתו, היינו ישעי'. וזה הדגושה משובשת ודוק

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 3:11 am
דורך [NAMELESS]
פאר א גוט ווערטל איז קיינמאל נישט צו שפעט.

ר' יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש, האט זיך אויסגעדריקט אויף די 'מצב' איבער רבי ישעי'לע קערעסטירער:
"אמאל איז ר' ישעי'לע געווען אן עקסטערמינעיטער, היינט צוטאגס איז ער געווארן א טעיק-אאוט"...