א אייביגן שטורעם
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:13 am
איך שפיר די מענטשהייט, מיינע ליבע מיטרייזענדע אינעם שטורמישן ים. אייער הארץ און נשמה זענען ווי די שטריק אויפן שיף דעק וואס טוט מיר פארבינדן אין אייך ווי אן אייביגן קנעכט. איך זיץ מיט אייך אין זעלבן שאטן, ווי אויך אינעם זעלבן זון שטראל אינעם פרי-מארגן. איך שפיר אייך אזוי שטארק און נאנט, אז כ'ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט געקענט אנגיין אן אייך. די האריזאנט פארנעפלט און פארכמארעט וואס נאר געניטע מאטראזן פון צווישן אייך קענען לייזן.
די כוואליעס שוין מיד פון ווערן באנוצט אין יעדן משל פאר דראמא. די שטורעם שוין ערשעפט פון ווערן באנוצט דורך מגידים צו אפט. אבער, דאס אלעס באווייזט נישט אפצושוואכן די אימה וואס זי ווארפט אויף די רייזענדע. ווען דער מעמד פונעם מענטש איז וואקלדיג, צאפלט דאס הארץ אויפן נעקסטן מינוט. ווען וואסער דרינגט אריין פון די לעכער, ווערט א לאך אין הארץ אזוי גרויס, וואס קיין דאקטאר קען פארהיילן.
די כוואליעס ווי געפילן קומען און גייען, אבער די חושך פון תהום לאזט איבער א שטענדיגע שרעק, וואס נאגעלט דעם מענטש צו זיין ארט מיט צאפל'דיגע הארץ סטרונעס. דער קאפיטאן נישט צום געפינען, מ'זאגט ער איז דארט אויבן אויפן שיף-בריק, און שלאגט אפ דעם מלאך המות.
דער קאפיטאן א העלד מ'דערציילט, אז ער קען דאס מלאכה ווי קיינער. מאנכע זאגן ער האט דאס וואסער געמאכט, כדי צו קענען פירן די שיף אין איר. ווען די רייזענדע איבלען פון די שאקלערייען, שטייט ער ווי א העלד ווי גארנישט וואלט פאסירט.
אויפן דעק איז געבליבן מער וואסער ווי דעק, אבער אויך מער מענטשהייט ווי דעם נעכטיגן קאלטן ראבאט. די הערצער שפאלטן זיך פאר א צווייטן, ווי די כוואליעס דארט אינטן. די מענטשהייט ווערט איינס אין א צייט פון פחד, ווייל מען קען נישט אנגיין איינער אליינס.
שווימען ליידיגע פלעשער אויפן שיף אהער און אהין, אבער זיי האבן נישט אין זיך בריוו אדער דירעקציעס פון אמאליגע צייטן. זיי דרייען זיך ליידיגערהייט, ווי די פראסטע אויפן שיף.
די נאכט פאלט צו, אבער די יאמערייען הייבן זיך ערשט אן. אט דארט זיצט א נאסער, אן אלמנה מיט אירע יתומים פארציטערט פון קעלט. זי וויינט צו איר פארשטארבענעם מאן ער זאל בעטן פאר איר, אבער זי ווייסט נישט אז ער איז גאר די כוואליע וואס איז איר געקומען באזוכן.
ניין, די נאכט ענדיגט זיך נישט ווי אינעם מגיד'ישן משל, די שטורעם גייט נישט אוועק, און די הימלן קלארן זיך נישט אויס. עס בלייבט דארט אויפן ים א שיפל פארווארפן אין אן אייביגן שטורעם. א שטורעם וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו ווערן אויס. א קאפיטאן וואס האט הנאה פון די רייזע יעדער מינוט, און ער וויל איר אויף קיין פאל אויפגעבן.
די מענטשן זעהן איין אז נאר צוזאמען וועט מען פון דא ארויסגיין לעבעדיגערהייט, און זיי פאלן מיט אהבה איינער אויפ צווייטן מיט בכיות נוראות, וואס גרייכט פונעם תהום ביז'ן קאפיטאן'ס אויערן דארט אויבן אויפן שיף-בריק.