בלאט 1 פון 5

מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 1:54 am
דורך יחיאל יעקבזון
מעודי עד היום הזה פיהר איך זיך צו זיך אויפשטעלן און אוועקגעבן מיין פלאץ פאר עלטערע לייט ווען זיי האבן נישט וואו צו זיצן אויפ׳ן באס, טרעין אא״וו — איד ווי להבדיל גוי גלייך. מ׳האט אלעמאהל געוואוסט ביי אונז דאס חשיבות פון מהדר זיין פני זקן און חז״ל לערנען אונז אז אפילו א גוי א זקן האט אויך עפעס א חשיבות. אין פארגאנגענהייט בין איך שוין מאנכע מאהל געשטאנען עטליכע שעה און ס׳איז מיר אנגעקומען גאהר שווער, דאך בין איך זיך קיינמאהל מונע פון דאס ווייטער טוהן, ווייל מ׳האט דאס גוט אריינגעבאקן אין מיר.
אבער אז ס׳זאל קומען צו גיין אן אלטע אזיאטישע אידיאט און תובע זיין פון א פאסאזשיר — וואס האט באצאהלט טבין ותקילין פארן רייזע און האט דעם פולסטן רעכט צו נעמן סיי וועלכע ליידיגע פלאץ ס׳גלוסט עם — אז ר׳זאל עוקר זיין ווייל פאר דעם אלטעטשקן האט זיך פארשמעקט דוקא אט דעם זיץ איז טפשות און רשעות אינאיינעם. אויב איז יענער א איד א תלמיד חכם איז ער א חמור נושא ספרים. אין הלכה ווערט געברענגט קלאהר אז מ׳זאל נישט מכביד זיין מיט קימה וכו׳ וזה ידוע. ווען איך בין בעה״ב וואלט איך געשטעלט טערמין פאר׳ן אלטן פאסקודניאק: טרעף דיר א צווייטע פלאץ אדער שטייג אפ פון באס; טעראריזיר נישט די אנדערע פאסאזשירן.
ס׳קיין חזקות פאראן און פירסט קאם פירסט סערוו.
וואס האלט עטס דא אין ק״ש?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:01 am
דורך ליפא
אויב יענער איד זיצט דארט יעדן טאג טאג איין טאג אויס,האט ער עפעס רעכטן צו זיין זיץ. כנ''ל

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:04 am
דורך יחיאל יעקבזון
ליפא האט געשריבן:אויב יענער איד זיצט דארט יעדן טאג טאג איין טאג אויס,האט ער עפעס רעכטן צו זיין זיץ. כנ''ל

ביטע גיב צו פארשטיין מיט א רעכטע סברא.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:10 am
דורך ליפא
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אויב יענער איד זיצט דארט יעדן טאג טאג איין טאג אויס,האט ער עפעס רעכטן צו זיין זיץ. כנ''ל

ביטע גיב צו פארשטיין מיט א רעכטע סברא.

די מאנרא באס איז מער ווי סתם א באס פאר דעי אידן איז עס א באס א ביהמ''ד זיי דאווענען און לערנען דארט. פארשטיי איך אז ס'דא וואס האבן זייער מקום קבוע.

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:12 am
דורך [NAMELESS]
פעלט טאקע אויס א אשכול אין קאווע שטיבל צו דעבאטירן א אלטנ'ס אויסברוך אויף א באס?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 4:11 am
דורך שאולדיספריםפאקער
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:מעודי עד היום הזה פיהר איך זיך צו זיך אויפשטעלן און אוועקגעבן מיין פלאץ פאר עלטערע לייט ווען זיי האבן נישט וואו צו זיצן אויפ׳ן באס, טרעין אא״וו — איד ווי להבדיל גוי גלייך. מ׳האט אלעמאהל געוואוסט ביי אונז דאס חשיבות פון מהדר זיין פני זקן און חז״ל לערנען אונז אז אפילו א גוי א זקן האט אויך עפעס א חשיבות. אין פארגאנגענהייט בין איך שוין מאנכע מאהל געשטאנען עטליכע שעה און ס׳איז מיר אנגעקומען גאהר שווער, דאך בין איך זיך קיינמאהל מונע פון דאס ווייטער טוהן, ווייל מ׳האט דאס גוט אריינגעבאקן אין מיר.
אבער אז ס׳זאל קומען צו גיין אן אלטע אזיאטישע אידיאט און תובע זיין פון א פאסאזשיר — וואס האט באצאהלט טבין ותקילין פארן רייזע און האט דעם פולסטן רעכט צו נעמן סיי וועלכע ליידיגע פלאץ ס׳גלוסט עם — אז ר׳זאל עוקר זיין ווייל פאר דעם אלטעטשקן האט זיך פארשמעקט דוקא אט דעם זיץ איז טפשות און רשעות אינאיינעם. אויב איז יענער א איד א תלמיד חכם איז ער א חמור נושא ספרים. אין הלכה ווערט געברענגט קלאהר אז מ׳זאל נישט מכביד זיין מיט קימה וכו׳ וזה ידוע. ווען איך בין בעה״ב וואלט איך געשטעלט טערמין פאר׳ן אלטן פאסקודניאק: טרעף דיר א צווייטע פלאץ אדער שטייג אפ פון באס; טעראריזיר נישט די אנדערע פאסאזשירן.
ס׳קיין חזקות פאראן און פירסט קאם פירסט סערוו.
וואס האלט עטס דא אין ק״ש?

על פי חוקים זענט איהר גערעכט דער אלטער יוד האט באצאלט די זעלבע פרייז ווי דער אנדערע אבער פונדעסטוועגן וואלט זיך דער יוד געמעגט אויפשטעלן אלץ נארמאלקייט קומט ארויף א עלטערע יוד וואס פארט שוין מיט די זעלבע באס א שיין עטליכע יאר און אלץ האט ער דאס זעלבע זיץ און די זעהסט ס׳גייט אים אזוי אין לעבן פארוואס שטעלסטו דיך נישט אויף און פארמאך דאס געשעפט די זעהסט דאך מילא אז ער גייט גובר זיין

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 7:26 am
דורך יחיאל יעקבזון
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ס׳קיין חזקות פאראן און פירסט קאם פירסט סערוו.
וואס האלט עטס דא אין ק״ש?

על פי חוקים זענט איהר גערעכט דער אלטער יוד האט באצאלט די זעלבע פרייז ווי דער אנדערע אבער פונדעסטוועגן וואלט זיך דער יוד געמעגט אויפשטעלן אלץ נארמאלקייט קומט ארויף א עלטערע יוד וואס פארט שוין מיט די זעלבע באס א שיין עטליכע יאר און אלץ האט ער דאס זעלבע זיץ און די זעהסט ס׳גייט אים אזוי אין לעבן פארוואס שטעלסטו דיך נישט אויף און פארמאך דאס געשעפט די זעהסט דאך מילא אז ער גייט גובר זיין

גלאט פאר זיין שרייעריי טאהר מען עם נישט נאכגעבן — יו דאונ׳ט נעגאושיעיט וויט טעראריסטס.
כ׳פארשטיי כאטש יעצט אביסל דעם הילוך המחשבה: בעסמעדריש, קביעות אא״וו. די שאלה איז נאר וויאזוי האט זיך געשאפן ס׳קביעות אין די פירסט פלעיס? צו דען אויך מיט הרצחת גם ירשת — מיט געוואלדעס?
אגב, אן ערליכע איד וואס איז גייסטיש שטאביל, מאכט נישט קיין געשעפט פון אזוינס אפילו אויף זיין מקום קבוע אין ביהמ״ד גופא. וואו איז יעצט די מדת החסד וואס רבינו הקוה״ט זי״ע האט אין אונז אריינגעפרעגלט? פון די געציילטע וועגן וואס מ׳קען נאך היינט צו טאגס מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים, איז אונטערוועגנס אויפ׳ן באס.
איך בין מסכים אז דער יונגערמאן — דער סמארקאטש איז אויך ווערד ס׳געלט, אבער נישט איבער עם איז די טעמע.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 8:34 am
דורך כוכב
דאס אמאל זיכער אז שרייען רויטע קו, האסט דיין ווסת, וכו', ווי מזעט אויפ'ן קליפ, איז א חיישקייט אפילו יענער האט דיר צו גענומען א זיץ, בקיצור סאיז א גוטער מוסר ספר אז טאמער ארבעט מען נישט אויף זיך בלייבט מען א פרא אדם מיט א ווייסע בארד.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 8:45 am
דורך ליפא
כוכב האט געשריבן:דאס אמאל זיכער אז שרייען רויטע קו, האסט דיין ווסת, וכו', ווי מזעט אויפ'ן קליפ, איז א חיישקייט אפילו יענער האט דיר צו גענומען א זיץ, בקיצור סאיז א גוטער מוסר ספר אז טאמער ארבעט מען נישט אויף זיך בלייבט מען א פרא אדם מיט א ווייסע בארד.

דער אינגערמאן וואס האלט זיך נישט ביים אויפשטעלן איז אינמיטן די פראסעס פון ''נישט ארבעטן אויף זיך''.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 8:45 am
דורך שלום על ישראל
כוכב האט געשריבן:דאס אמאל זיכער אז שרייען רויטע קו, האסט דיין ווסת, וכו', ווי מזעט אויפ'ן קליפ, איז א חיישקייט אפילו יענער האט דיר צו גענומען א זיץ, בקיצור סאיז א גוטער מוסר ספר אז טאמער ארבעט מען נישט אויף זיך בלייבט מען א פרא אדם מיט א ווייסע בארד.

איך האב דאס געוויזן פאר מיינע עלטערע קינדער אלס א לעבעדיגע מוסר השכל, וואס געשעהנט ווען א מענטש האט פארדארבענע קינדער אין די יוגנט און מ׳ארבייט נישט דערויף.

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:05 am
דורך דעת תורה
וואו איז די קליפ?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:15 am
דורך שאולדיספריםפאקער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז געוועהן נאך ליידיגע זיצען אויף די באס?

זיכער איז געוועהן ליידיגע זיצן נאך זיי זאגן דאך אים ער זאל גיין אין א צווייטע זיץ

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:19 am
דורך ליפא
אויף א גרופ שרייבט איינער וואס ליינט דא אז דער עולם כאפט נישט אז ס'דא מענטשן אויף דעם באס וואס זיצן שוין 40-30 יאר אויף איין זיץ. און יעדער פארשטייט אז פאר עלטערע מענטשן ווערן אזעלכע זאכן ווי א מקום קבוע גאר וויכטיג דאס איז עפעס זייער חיות

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:42 am
דורך יהושע חיים
דער אינגערמאן וואלט געדארפט האבן שכל זיך אויפצושטעלן און דער אלטע וואלט געמעגט האבן שכל צו בעטן שיין און נישט מאכן א גנצע קעמאשן אפילו עס קען זיין ח"ו אז ער וועט דארפן איין טאג זיצן אין אן אנדערע זיץ

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:44 am
דורך ליפא
יהושע חיים האט געשריבן:דער אינגערמאן וואלט געדארפט האבן שכל זיך אויפצושטעלן און דער אלטע וואלט געמעגט האבן שכל צו בעטן שיין

אפשר הייבט זיך די קליפ אן שוין נאכן בעטן שיין

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:47 am
דורך יהושע חיים
https://vimeo.com/166034944

נאדיר [tag]ליפא[/tag]

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:54 am
דורך ליפא
איך האב עס שוין געזען

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 10:11 am
דורך ביליג
ער איז אן אלטע משוגע'ער ער שרייט אויף יעדעם וואס קומט אין זיין ד' אמות
איך האב אים געזען אין מקוה פאריגע וואך שרייען אויף א בחור וואס האט געלייגט העיר ספרעי "מנובל, חזיר, שקץ תשקצנו, לא תלבש ועוד ...

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:26 pm
דורך גאנצל
פארעכטונג: צ"ל מפני סייקאו תקום ווי קומט דא אריין מפני שיבה תקום ?

ער האט נאך ווערטער פון די אלטע דיקשענערי

האסט 'אזאנס' געהערט ,אנגעכאפט די משוגעת , די באס פארט נישט ווייטער

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
:like :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:35 pm
דורך חברהמאן
ווען איך האב אנגעהויבען קוקן אויף דוי קליפ האב איך געמיינט אז דאס איז יואלי לעבאוויטש.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:42 pm
דורך ליפא
גאנצל האט געשריבן:פארעכטונג: צ"ל מפני סייקאו תקום ווי קומט דא אריין מפני שיבה תקום ?

ער האט נאך ווערטער פון די אלטע דיקשענערי

האסט 'אזאנס' געהערט ,אנגעכאפט די משוגעת , די באס פארט נישט ווייטער

Its cute in a way

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 1:51 pm
דורך יחיאל יעקבזון
גאנצל האט געשריבן:פארעכטונג: צ"ל מפני סייקאו תקום ווי קומט דא אריין מפני שיבה תקום ?

ער האט נאך ווערטער פון די אלטע דיקשענערי

האסט 'אזאנס' געהערט ,אנגעכאפט די משוגעת , די באס פארט נישט ווייטער

און ״אלעס פליעט ארויס פון דא״ איז אויך נישט שלעכט... אגב, ער איז אויך א חלק פונעם אלעס.
״דו מוזט יא״... מאן יימר? (אויסער דעם אלטן מטורף)
״האסט אזאנס (פת״ח זי״ן) געהערט?״ גראדע יא. כאטש מער ווי אן אלטן נואף וואס קריגט זיך ווי א בעיבי איבער די פאדערשטע סיט (פ׳אנט מ׳קען זעהן כל דבר אסור אויפ׳ן גאס און יעדער שיינע געשטאלט וואס שטייגט אויף אויפ׳ן באס (כ׳האב גענוצט דעם ווארט געשטאלט ווייל מסופקני וואס דער האט ליעב וד״ל).
״אנגעכאפט דער משוגעת?״ קען זיין. אבער לפי השמועה לעבט דער אלטע שוין אין זיין משוגעת עטליכע צענדליג יאהר.
״געכאפט דעם וסת?״ כ׳זעה דארט קיין שפיגל... מוזן מיר בהכרח זאגן אז לב יודע מרת נפשו.
״די באס פארט נישט ווייטער״... ווי דען? אויף ריקווערטס?
״רויטע קוה!״ כאטש א פאטענציאלע פרה אדומה. צו וואס טויג דער אלטיטשקע?