בלאט 1 פון 1

א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:54 am
דורך חברהמאן
דיסקלעימער: עס איז די ערשטע מאל וואס איך שרייב אויף א בלאג אין אויף יודיש, ביטע נישט לאכן פין מיין גרעמער אין ספלינג, אויב איר האט א קארעקשין, ביטע שיק מיר א אישי.
אנגעהויבען האט זיך עס ווען איך בין געווען אין ישיבה אין איך האב נישט געהאט קיין געדילט צי לערנען, איך האב געהאט א רעדיו אויף מיין טעיפ ריקארדער אין איך פלעג הערן די טאלק שוי'ס אויף 770 אין די נייעס אויף 880, אויף 880 איז דא די ספארטס אפטעטס אויף די 15 אין 45, איך האב געהערט די סקארס אבער איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען, איך האב קוים געווארט אז ער זאל פארטיגן אין ציריק גיין צי די נייעס, אויך אויף 770 פלעגט זיין די דשעטס אין די דעווילס, אין ווען עס איז געווען א געים פלעגט עס מיר געפערליך נערווירן פארוואס איך קען נישט יעצט הערן די געהעריגע פרוגרעם, איין טאג צינד איך אן 880 אין איך הער טשאן סטערינג אין טשארלי סטיינער ווי זיי געבן פלעי ביי פלעי פון א יענקי געים, עס איז געווען אין 2003 זיי האבן געשפילט די סינסינעטי רעד'ס, איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט, אבער איך בין געווען אזוי בוירד האב איך עס אויסגעהערט, ציביסלעך האב איך מיך אויסגעלערנט די געים, אין פארשטייט זיך איך בין געווארן א גרויסע יענקי פען, נאכדעם איז געקומען פאטבאל, בעסקיטבאל, אין האקי, איך בין געווארן א פען פין די דשעט'ס, נעט'ס, אין דעוויל'ס. איך האב געהאט מזל אז אלע פיר טעימס זענען געווען גאנץ גיט יענע יאר, די יענקי'ס האבן געהט די געוואלדיגע געים 7 קעגן פעדרוי אין די רעד סאקס, די דעווילס האבן געווינען די סטענלי קאפ, איך מיין די דשעטס זענען געווען אין די פלעי אויפס אין די נעטס זענען געווען אין די פיינעלס, איך בין געווארן זייער מקושר צי מיינע טיעמס אין צי ספארטס בכלל, איך האב מיך גענימען געפערליך צים הארצן יעדע מאל זיי האבן פארלוירען, איך האב געהאט איין חבר וואס האט אויך מיטגעהאלטן ספארטס אין מיט עם פלעג איך מיך דארכשמויסען ספארטס, אבער חיץ פון דעם האט קיין נברה נישט געוויסט
נאכדעם האב איך פארשטייט זיך אנגעהויבען הערט אלע ספארטס טאלק שוי'ס אין געווארן א גרויסע פען פון זיי.
היינט בין איך אן אינצייקלעפידיע אין ספארטס אבער איך האב נישט מיט וועם צי רעדען דערוועגן, אין אינזער סיסייעטי איז ספארטס אפגעפרעגט, במילא האב איך מיך געשעמט צי רעדן דערפין, אסאך מאל ווען איך הער חסודים רעדן פון ספארטס אין איך וויל זיי אויסבעסערן אויף זייער עם ארצות, שעים איך מיך.
איך גלייב אז דא איז דא אסאך ספארטס פענס, באהלטן אין אפען, לאמיל הערען פון ענק.

Re: א חסידישע יונגערמאן פארזינקען אין ספארטס

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:05 pm
דורך טמיר
פון די קעפל האט מיך אויסגעזעהן אז די זיכסט הילף ארויסציקריכן פון די בלאטע, האב איך דיך געוואלט אפפערן א דזשאב. זעה איך אז דו זיכסט פשוט קאמפעני. עלה והצלח!

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:12 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
חברהמאן האט געשריבן:איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען.

חברהמאן האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:21 pm
דורך חברהמאן
שמעקעדיג האט געשריבן:
חברהמאן האט געשריבן:איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען.

חברהמאן האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.


גערעכט, איך וואלט געדארפט מאכן א דיסקלעימער, אז ווער עס פארשטייט נישט צי ספארטס וועט נישט פארשטיין דייפערטל וואס איך שרייב, עס איז אזוי ווי שרייבן דער רבי'ס שלש סעודת תורות אויף ענגליש.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:22 pm
דורך גאנצל
מיך האט קיינמל אינטערסירט די געיםס אבער איינמאל דארף מען דאך צו דעם אויך פארשטיין אפשר לייגסטו אונז פאר די געיםס והמסתעף

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:23 pm
דורך ליפא
שמעקעדיג האט געשריבן:
חברהמאן האט געשריבן:איך האב פארשטייט זיך גארנישט פארשטאנען.

חברהמאן האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.

וואס איז די סתירה?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'בין פארנומען איבער'ן קאפ מיט די סאטמאר און באבובע טיעמס. כ'קום נישט אן צו די נישט היימישע. א קורצע איבערבליק אויף פוטבאל וועט אבער נוצלעך זיין. וויקי האט עס נאר אין עגנליש, וואס כ'פארשטיי נישט אזוי קלאר צוליב מיין חינוך אין סאטמאר אדער באבוב. (כ'קען נישט זאגן וועלכע צוליב.. יא, גילוי חחח.. שוין אויסגעדערשטע זשאק, אבער לעצטענס ריסייקל איך צוליב הוגה'ס גיי גרין ארטיקל)

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 12:32 pm
דורך חברהמאן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'בין פארנומען איבער'ן קאפ מיט די סאטמאר און באבובע טיעמס. כ'קום נישט אן צו די נישט היימישע. א קורצע איבערבליק אויף פוטבאל וועט אבער נוצלעך זיין. וויקי האט עס נאר אין עגנליש, וואס כ'פארשטיי נישט אזוי קלאר צוליב מיין חינוך אין סאטמאר אדער באבוב. (כ'קען נישט זאגן וועלכע צוליב.. יא, גילוי חחח.. שוין אויסגעדערשטע זשאק, אבער לעצטענס ריסייקל איך צוליב הוגה'ס גיי גרין ארטיקל)

פאטבאל איז די שווערסטע ספארט זיך צי לערנען, עס האט א געוואלד מיט סטראטעגיע, איך שרייב גאנץ שווער אויף יודיש אבער אויב דער עולם וויל טאקע וועל איך עס מסביר זיין

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:29 pm
דורך קרעקער
איך טראכט שוין לאנג וואסי די חיליק צווישען ספארטס און פאליטיקס? פארוואס פאליטיק איז געווארען נארמאהל ביים היימישען עולם (אויך נאר די לעצטע יאהרען), סדא אויף קול מבשר גאנצע אפטיילינגען, און ספארטס נישט? ביידע זענען פון 2 טיעמס גוים (סיז דא יודען סיי פאליטישאנס און סיי ספארטסלער אויך)
צו גייט אמאהל אויך ספארטס ווערען כשר וישר? גייט זיין אויף קול מבשר ספארטס אפטיילונג?

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 2:30 pm
דורך ליפא
פאליטיק האט עפעס אן אפעקט אויף אונזער לעבן

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:09 pm
דורך חברהמאן
קרעקער האט געשריבן:איך טראכט שוין לאנג וואסי די חיליק צווישען ספארטס און פאליטיקס? פארוואס פאליטיק איז געווארען נארמאהל ביים היימישען עולם (אויך נאר די לעצטע יאהרען), סדא אויף קול מבשר גאנצע אפטיילינגען, און ספארטס נישט? ביידע זענען פון 2 טיעמס גוים (סיז דא יודען סיי פאליטישאנס און סיי ספארטסלער אויך)
צו גייט אמאהל אויך ספארטס ווערען כשר וישר? גייט זיין אויף קול מבשר ספארטס אפטיילונג?

למעשה האב איך געהערט פין געוויסע פון די אלטע דור וואס האבן יא מיטגעהלטן ספארטס, ספעטציעל די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן אין סאטמער, איך האב אפילו געהערט אז א ריספעקע רב אין בארא פארק וואס האלט מיט, לכוארה איז די סיבה פארוואס אין סאטמער איז עס אזוי איז ווייל ביי אינז איז באל טמא אין מען שפילט נישט ספארטס, והא ריאה אין די ליטווישע וועלט האלטן אלע מיט ספאראס

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
די ריספעקע רב וואונט אין וויליאמסבורג, נישט אין בארא פארק.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 3:20 pm
דורך חברהמאן
בן אדם האט געשריבן:די ריספעקע רב וואונט אין וויליאמסבורג, נישט אין בארא פארק.


סארי "א ריספעקטירטע רב"

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 1:03 am
דורך כלבאשבוע
ביים ריספעקע רבס מנין
11349425_1074511902573095_285735550_n.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 5:20 am
דורך פלאוויוס
איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו פארשטיין די ספארטס, אבער אן ערפאלג... אפשר וועסטו זיין דער גוטער שליח. גיב אונז א לעקציע אויף דעם. א זאך וואס פארנעמט אזוי די מענטשהייט איז גענוג סיבה מ'זאל זיך לערנען צו פארשטיין.