אונטערן דרייווער׳ס זיץ!
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 9:00 pm
אונטערן דרייווער׳ס זיץ!
הפעם אודה את ה׳, מיט דאנק און לויב צו השי״ת גרייטן מיר זיך צום פרישן שפיל אין די סעריע פון ׳אונטערן׳, די מעשה איז זייער א שפאנענדע און א כאריזמאטישע ווי אויך האט עס עטליכע שרעקעוודיגע טיילן.
די מעשה הייבט זיך אן ווי א אינגערמאן בשעת וסתו באהערשט מיט שטייפקייט א זיץ אויפן מאנרא באס טאקע דער ערשטער זיץ דארט ווי איר האט געשטרעבט צו זיצן זייענדיג פיר יאר אלט, פלוצים קומט אריין א שטרענג אויסזענדע פארשוין מיט בריל׳ן ווי א מאלעסטער-מלמד, און מיט פולע רעכטן פארלאנגט פונעם רויטן קי צו הייבן פיס.
ס׳מיין פלאץ, ס׳מיין פלאץ, און נאכאמאל, ס׳מיין פלאץ הערט זיך א ריין יושר׳דיגע טענה וואס איז ברייט אנגענומען און אריין אין די געזעץ ביכער ביי יעדען פינעף יעריג׳ס. דא קומט אריין אין בילד עטליכע אידן וואס ווי עס שיינט האבן זיי געהאט א שווער טאג ביי די ארבעט, מענדל הייב דיר אויף, הערט זיך א הארצליכע בקשה, כאילו די ווייסטעך אז דעס גייט זיך נישט גוט ענדיגן און דער גייט נישט נאכגעבן, מ׳קען מיר אים דאך שוין נישט פון היינט.
ס׳ציעט זיך אריין אין א בריסקע לומדות צו דער קי איז זיך מחויב אויף צו הייבן אדער ער גייט עס טאהן מרצונו הטוב, פשט איז יעצט ווען דער קי איז שוין אויפגעהויבן צו זאג איך אז דאס איז א ראיה אז ער איז געווען מחויב אזוי צו טון אדער ניין, איך נעם אן אז ער איז נישט געווען מחויב, איי ער שטייט, דאס איז מחמת ער האט געוואלט שטיין. דא קומט אריין די רמב״ם פון כופין אותו (חוץ אויב מ׳וויל עס לאזן ביי א חקירה)
פלוצים הערט זיך סטראשערייען אז ס׳גייט פליען זאכן ביי דער נעקסטער סטאפ, אבער א איד געט זיך פארט א עצה, מיט די צוויי ידים כאפט ער אן שטארק דאס גאנץ געזעמל שמות אפפאל.
סאזאנץ געהערט? דע באס פארט נישט ווייטער... דאס משוגעת האט אים אנגעכאפט... סאזאנץ געהערט.... דער באס פארט נישט ווייטער ביז די שטעלסטיר נישט אויף.... דו מוזט... איך מוז נישט.... שקר די מוזט יא.... סאזאנץ געהערט.... די מוזט׳יר אויפשטעלן... די מוזט וואס איז געשעהן מיט דיר? סאזאנץ געהערט.... מטורף..... מטורף.... סאזאנץ געהערט....