בלאט 1 פון 1

קינדער לקח'נען א ישראל'דיגע דגל

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 2:27 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דרייט זיך א קליפ ווי קינדער שפאצירען אהיים פון תלמוד תורה, א טאג פון תורה, עבודה, גמ"ח, א טאג נאכדעם וואס די מלמד האט אין זיי אריין געבלאזן אידישקייט, עבדות השם.

אזוי גייענדיג האט איין קינד באמערקט ווי אויף א הויז שטייט א ישראל'דיגע פאן, און טייטלט מיטן פינגער צו זיינע חברים אויפן פאן.
נישט טראכטן צוויי, לויפן זיי אריין צום יענעמס פראפערטי און פליקן אראפ די פאן,
https://youtu.be/3IQrSDd7Uhs

האט מען דאס געלערנט פאר אונזער נייע דור? דאס האט דער סאקמער רב געוואלט זיינע חסידים זאלן טוען?

היינט ביים דאוונען איז צו געגאנגען א וויזניצ'ע אינגערמאן און געוואלט זאגן קדיש, שטייט דארט א אינגערמאן מיטן סמארטפאון אין די האנט, האט נאכנישט געדאווענט געהעריג די לעצטע צען יאר, אין הייבט אן שרייען ווי א צולאזטע פערד (קרעדיט נחום) האלוי, גיי דיר ארויס פון דא, שייגץ..
נעבעך דער וויזניץ אינגערמאן האט נישט געוויסט וואס מ'וויל פון עיהם, וואס זאל ער טוען אז איהם ליגט נישט אין קאפ די מדינה א גאנצע טאג.

אבער עכ"פ, האט ענקער רבי ז"ל דאס געמיינט?
Doubt it

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 2:31 pm
דורך ליפא
אין סאטמארער שול איז געווען פארקערט א וויזניצע אינגערמאן האט געשריגן אויפן סאטמאר בעל תפילה ווען ער האט אנגעהויבן תחנון

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:האט מען דאס געלערנט פאר אונזער נייע דור? דאס האט די סאקמער רב געוואלט זיינע חסידים זאלן טוען?

אבער עכ"פ. האט ענקער רבי ז"ל דאס געמיינט?


מפי השמועה האט דער סאטמאר רב זצ"ל אמאל זיך דערוואוסט אז זיינע חברה האבן שאדן געמאכט דעם דגל הציונות ביים בהמ"ד אגודת ישרא' אקעגן איבער זיין דירה אויף קליימער סט. און עס האט אים זייער געקרענקט, און געזאגט קלאר אז גניבה איז נישט ערלויבט, און מען דארף עס באצאלן.

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 3:02 pm
דורך יואליש
גערעכט. ס'איז א באקאנטע אנעקדאט ווי די רבי האט זיך געבייזערט אז בחורים קענען נישט מבחין זיין צווישן קנאות און פרעות.

איז דא א מעשה רב אדער שיחות חולין לגבי דאס עצם פארברענען א דגל אין פארם פון פראטעסט? פלעגט דאס סאטמאר טוהן (נישט נטורא קרתא)?

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 3:15 pm
דורך שמעקעדיג
סיי וויאזוי, האט מען קיינמאל נישט פארברענט 'יענעמ'ס' פאן, נאר אן אייגענעם חפץ.

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 3:48 pm
דורך ליפא
א מתנחל טרעפט היינט א נטורי קרתא'ניק און זאגט אים "ביידע פון אונז האלטן אז דער דגל פון די מדינה איז א הכשר מצוה, נאר דו האלטסט הדלקה עושה מצוה און איך האלט הנחה עושה מצוה
C''p

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 7:38 pm
דורך אלס ווייסער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דרייט זיך א קליפ ווי קינדער שפאצירען אהיים פון תלמוד תורה, א טאג פון תורה, עבודה, גמ"ח, א טאג נאכדעם וואס די מלמד האט אין זיי אריין געבלאזן אידישקייט, עבדות השם.

אזוי גייענדיג האט איין קינד באמערקט ווי אויף א הויז שטייט א ישראל'דיגע פאן, און טייטלט מיטן פינגער צו זיינע חברים אויפן פאן.
נישט טראכטן צוויי, לויפן זיי אריין צום יענעמס פראפערטי און פליקן אראפ די פאן,
https://youtu.be/3IQrSDd7Uhs

האט מען דאס געלערנט פאר אונזער נייע דור? דאס האט דער סאקמער רב געוואלט זיינע חסידים זאלן טוען?

היינט ביים דאוונען איז צו געגאנגען א וויזניצ'ע אינגערמאן און געוואלט זאגן קדיש, שטייט דארט א אינגערמאן מיטן סמארטפאון אין די האנט, האט נאכנישט געדאווענט געהעריג די לעצטע צען יאר, אין הייבט אן שרייען ווי א צולאזטע פערד (קרעדיט נחום) האלוי, גיי דיר ארויס פון דא, שייגץ..
נעבעך דער וויזניץ אינגערמאן האט נישט געוויסט וואס מ'וויל פון עיהם, וואס זאל ער טוען אז איהם ליגט נישט אין קאפ די מדינה א גאנצע טאג.

אבער עכ"פ, האט ענקער רבי ז"ל דאס געמיינט?
Doubt it

ווער זאגט אז זיי זענען סאטמאר? אפשר זענען זיי סתם צורידערטע פארשוינען?

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:57 pm
דורך shem-tov
זאגט וואס איר ווילט דער קליפ איז צוקער זיס

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:44 pm
דורך סמבטיון
ביי וועלכע סעקונדע שטעקט די זיסקייט פינקטלעך?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:56 am
דורך ציבעלע-קיגל
מען דארף זיי איינזעצען אויף אפאר יאהר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:08 am
דורך קאמענטירער
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מען דארף זיי איינזעצען אויף אפאר יאהר

אההמ.. איינזעצן.. ווייסטו וואס איך וועל איבערפרעגן מיינסט צו זאגען איינזעצן אין קלאס אדער איינזעצן אין לאנטש רום? ווייל ווען איך נוץ די אויסדרוק איינזעצן מיינט עס בדרך כלל חרוב מאכען א מענטשליכע לעבן!! (אפילו סאיז נאר פאר א געוויסע צייט ווייל א מנענטשליכע חודש איז אויך א לעבן)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:47 am
דורך ציבעלע-קיגל
קאמענטירער האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מען דארף זיי איינזעצען אויף אפאר יאהר

אההמ.. איינזעצן.. ווייסטו וואס איך וועל איבערפרעגן מיינסט צו זאגען איינזעצן אין קלאס אדער איינזעצן אין לאנטש רום? ווייל ווען איך נוץ די אויסדרוק איינזעצן מיינט עס בדרך כלל חרוב מאכען א מענטשליכע לעבן!! (אפילו סאיז נאר פאר א געוויסע צייט ווייל א מנענטשליכע חודש איז אויך א לעבן)


זיי זענען שוין חרוב ונחרב און ברעינוואשד. ווי איז דאס געהערט געווארען אז ווייל דו האסט עפעס נישט ליעב מעג מען גיין גנב'ן?

אדרבה זאג דו, וואס וואלסטו געטוהן אויב מארגען זעסטו א ווידיאו פון א סעקיוריטי קעמרע ווי דיי 12 יעריג אינגעל צינדט אינטער א בית מדרש און פארברענט עס ווייל ער איז נישט דער אמת'ר רבי? און פאר דו זאגסט אז וואס האט גנב'נן א פאן מיט פארברענן א בית מדרש, לאמיר דיר זאגען אלעס פאנגט זיך זיך מיט עפעס קליין. עס איז שוין צייט אז מען הערט אויף מיט די שגץ שטיק.

זייער רבי דער ברעינוואשער דארף זיכער כאפען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 8:04 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:אין סאטמארער שול איז געווען פארקערט א וויזניצע אינגערמאן האט געשריגן אויפן סאטמאר בעל תפילה ווען ער האט אנגעהויבן תחנון

לפענ"ד וואלט אויסגעקומען אז מ'וואלט אין סאטמאר קיינמאל נישט געזאגט קיין תחנון. חוץ ה' אייר, פארשטייצעך. ווייל, למשל אין טאג פון בן גוריונ'ס יארצייט וואלט מען דאך זיכער נישט געדארפט צו זאגן קיין תחנון. און אזוי ווייטער. מ'קען טרעפן א ציוני אויף א יעדן טאג וואס אין זיין טאג זאלל מען נישט זאגן קיין תחנון. ווער שמועסט נאך אין די יארצייט פון הרב קוק וואלט מען נאך געדארפט מאכן א סעודה אויכעט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:45 am
דורך איך אויך
איך קען איינער וואס איז נישט געזונט, ער זאגט אז א דיין האט עם גע'פסקנט צו פאסטן נאר דריי תעניתים יו''כ ת''ב און ה' אייר.