בלאט 1 פון 1

וואס איז געשען מיט דעם מוסד וואס רופט זיך רבנות והמסתעף

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 2:30 pm
דורך תורה ומדע
עס איז באקאנט אז די פיהרער פון כלל ישראל ביזן חורבן יוראפ זענען געווען די רבני העיר אין יעדע שטאדט. די רבנים האבען אינזנען גיהאט אלע עניני העיר ווי למשל מוסדות, צדקות, שאלות , עצות, חינוך הבנים , וכדו', אויך האבען זיי עוסק געווען בעיניני הממשלה לטובת הכלל. דוגמאות פון אזעלכע רבנים זענען ר חיים עוזר זצל פון ווילנא, ר מאיר שפירא זצל פון לובלין ר חיים זצל פון בריסק און נאך.
נאכן חורבן איז די הנהגה אריבער צו ראשי ישיבות און אדמורים. און היינט צו זיערע קינדער. די מצב האט פארשידינע מעלות און חסרונות הידועים למבינים. די גרעסטע חסרון ליגט אין חינוך הבנים והבנות כידוע
מיין שאלה איז וואלטען מיר געווען בעטטער אףף מיט הנהגה רבנית ווי מיט רעבבעס און ראש ישיבות?
אויב דער ענטפער איז יא, וואס קענען מיר טוען להחזיר עטרה ליושנה, לייגען מוסדות התורה אין די הענט פון רבנים און בעל הבתים וואס פאלגען דעם שו"ע אהן קיין אייגענע אינטערעסן.