בלאט 1 פון 1

העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 8:05 pm
דורך בעל מדות
[justify]פון מיין הארץ צו דיין הארץ; מיין באליבטער קינד, לאמיך דיר באגריסן צו די אינטערנעט בברכת ברוכים הבאים, וועלקאם צו סאושל מידיא, איך ווייס אז דו ווייסט קוים וויאזוי צו דרוקן קנעפלעך און ווערסט אינגאנצן פארצווייפלט מיט די פארשידענע שוועריגקייטן ביים אנפאנגען מיט די אנליין ערפארונג, אבער עס נעמט נישט צופיל צייט דאס צו כאפן, בלייבט מיר איבער צו האפן אז דו וועסט זיך אנטרעפן אין מיין בריוול, געווידמעט דיר צו אדרעסירן אויף דעם פרישן שטאפל אין דיין לעבן מיט דיין ערשיינונג אויף דער אינטערנעט.

קודם שרייב איך דא, ווייל איך ווייס קלאר אז זינט מען הייבט אן ליינען דא און זיך דרייען אויף די אינטערנעט, ווערן מוחות ווי פארטעמפט, מען הערט נישט וואס עס גייט פאר ארום זיך, מען פארגעסט וואס ריעל לייף מיינט און מען ווערט צוגעקלעבט צום געוועב ווי זי זאל זיין פון עפעס העכערס, איז מיטן דיר אדרעסירן האב איך שטארקערע שאנסן זאלסט דערהערן וואס איך האב דיר צו זאגן.
איז דא געפונט זיך א גרויס טייל פון דיין פאמיליע, דיין זיידע, דיין טאטע, און יעצט שפינסטו ווייטער די קייט מיטן זיך איינהאנדלען דיין נייע דעווייס.

פרעג נישט וויאזוי איך ווייס, אבער וויסן זאלסטו עס זענען דא פולע מענטשן וועלכע לאקערן אויף אנדערע, און גלייכן צו וויסן פונקטלעך וואס זיי טוען, א שטייגער ווי ביי דיר וואס א אינגערמאן האט דיר נאכשפיאנירט און געקומען מיר פאר'מסר'ן אז דו האסט זיך באקענט מיט די אינטערנעט.

אנהויב האב איך באשלאסן אז איך וועל דיר אפירנעמען, און אנשרייען, בריקענען, און שטויסן. ווארום "וואס ווייס איך וואס דו קענסט אלץ אנטרעפן אויף דעם מקום שאין סוף", נאכדערצו פאר אזא אינגע קאפ ווי דיר, עס איז דא זאכן וואס זענען נישט געאייגנט פאר דיין שעפערישע מח וואס וועט נאך דארפן פאסן פארשידענע קאמפליצירטע באשלוסן אין לעבן, און מיט גוגל האסטו די מעגליכקייט צו נעמען דאס גאנצע וואס דו האסט, און עס פארגליווערן צו א שטיק זעראו, א אומגליק און ליידיגע לופט-האלטער.

למעשה מוז איך קוקן אין געזיכט פון די פאקטן, די אינטערנעט איז שטארקער און מער ווירקזאם, איך קען אים נישט באקעמפן, און אפילו אויב וואלט איך יא פרובירט קריגן. ווי שטארק וועסטו מיר אראפקוקן אז איך מעג יא און דו טארסט נישט, וואס דאס איז דאך היפאקריטיע, א זאך וואס איז נישט ערלויבט, איך וויל זאלסט בלייבן פארטראסט אין מיר, און מיר שעצן אלס אן אויפריכטיגער מאן וואס פאסט נישט זיינע באשלוסן לויט זיינע באקוועמליכקייטן אדער אגענדעס, נאר ליבערשט לויט די טובה פון דיר מיין שטיק פלייש, מיין צוקונפט, מיין שעץ און אויסקוק, מיין נחת און פרייד, מיין זיס לעכטיג צדיק'ל.

האב איך באשלאסן אז איך וועל דיר דא אויפנעמען מיט א אפענע ארעם, מיט א שיינע שמייכל אויפן געזיכט און דערמיט בעט איך דיר, זע איין אז איך מיין דיין גוטס און נישט מיין גוטס.
איך ווייס אז אויב וועל איך קומען צו דיר מיט א ניגון וואס זינגט זיך בערך אזוי אז "איך בין שוין היבש עלטער אין לעבן און איך קען זיך שוין אליין דירעקטירן און אנווייזן, וואס יא און וואס נישט, וועט דאס זיין א ליגנט פון מיין מויל, ווארום דער אינטערנעט מאכט פון מיין שטארקער קערפער א גייסטישע שטורעם, מאכטפול ווי א ערדציטערניש מיט נאכפאלגן פון א האריקעין. דער אינטערנעט איז מיין בעל הבית פולקאם, און צעגערט נישט פאר איין מינוט מיט מיין אידענטיטעט, עלטער, פערזענליכקייט, אדער ווילן. נאר גייט זיך זיין וועג מיר האלטנדיג אין זיינע נעצן צוגענאגלט.

נאר וואס יא, ווייל איך בין שוין יא דורך גייסטישע "אפס און דאונס", וואקלדיגע צייטן, און פארשידענע סיטואציעס האב איך שוין מער ארויס די נושא ווי איינער וואס הייבט אן יעצט זיין רייזע, און דערפאר פארשטיי איך אז איך קען דיר געבן אביסל נוצבארע אנווייזונגען וויאזוי זאלסט נישט תיקף פאלן א קרבן צו די אייזערנע שלאמגעס, און גייסטישע אויסווירקונג וואס די אינטערנעט קען אויף דיר האבן.
מיין ערשטע און וויכטיגסטע כלל צו דיר וועט געוויס זיין די פאקט אז זאלסט נישט מיינען אז "דער אינטערנעט איז א פארדארבער", אויב כאפסטו וואס איך מיין, די אינטערנעט איז א איבערשפיל.

וואס הייסט אן איבערשפיל? פארשטייסט אליין אז אפילו פאר די צייטן פון די אינטערנעט זענען אלעמאל געווען איבלען און טרייסלונגען, נסיונות, און מאכעניש, עס האבן געלויערט פארשידענע געפארן העכער די יוניווערס, און עס זענען אלעמאל געווען טערמינען און מעגליכקייט צו גיין אין שלעכטע דירעקציע, טון געפאר, דורכפירן נישט עטישע אקטן, און טאטן וואס זענען פארבאטן.

יעדער וואס האט געזוכט שלעכטס, האט עס געקענט געפונען, עס איז אלעמאל געווען א וועג צו דער אומגליק.
נאר דא מיט די געוועב קומט פאר אן איבערשפיל פון אלעס וואס עס איז אויף די וועלט, עס איז א ווירטואלע איבערשקפיל ביי דיר אין קעשענע און ווי פארשטענדליך קען מען אויפטון גדולות ונצורות, גרויסע זאכן, ווי שנעלע פארבינדונגען, פארקויפן פראדוקטן און באקומען הילף אויף פארשידענע זאכן.
דא ווערט אבער פארלוירן די הייטל וואס רופט זיך בזיון, עס איז נישט דא קיין שום אפהאלט, מען טוט דא וואס די תאוה גלוסט, אדער רוח שמעקט זיך אן.

דארף איך דיר ווידערהאלן און ערווענען איבער די אוצרות פון חידושים וואס קומט דא פאר, זע אז דו זאלסט נוצן אינטערנעט נאר פאר גוטע צוועקן.
צוערשט, בעפאר דו לאזט זיך ארויס צו זוכן זאכן און אויספרובירן פארשידענע אקטיוויטעטן, געדענק אז גאט באגלייט דיר, ער שטייט מיט דיר און קוקט אויף יעדע מאנעוורע אדער צייכן פון אינטערעסע, ער קרומט און טופעט ווען דו הייבטסט אן זוכן זאכן וואס ער וויל פארניכטן פון זיין באשאף, ער טוט עס נאר נישט ווייל ער גלייבט אין אויסוואל.
דו ווייסט וואספארא אוצרות דא געפונען זיך הארט נעבן דיינע פינגערס? וואס זוכסטו? טו נישט קיין זאכן וואס וועלן דיר שאטן פיזיש אדער גייסטיש, לאז דיר נישט באפריינדן פון טראולס וואס פירן דורך זייערע אומהיימליכע אקטיוויטעטן אויף אזעלכע אומוויסנדע לייט ווי דיר, טראסט קיינעם נישט מיט דיין קרעדיט קארד, אדער נאמען, און מאך נישט קיין אנליין פריינט בעפאר דו ווייסט אז דו וואלטסט יענעם פארבארגט מיט דיין פארמעגן.
ווען די הייבסט אן נישטערן און וואנדערן, ווען דו שטעלסט אריין צו סוירטשן פאר ליניעס, זאצן, און בוכשטאבן , "גיי נישט דארט", עס איז נישט פאר דיר. געדענק דיין אפשטאם, געדענק דיין היסטאריע, געדענק דיין נאמען, דו ביסט נישט דער פאבריקירטער ניק נאמען וואס דו געבטס זיך אן, ביסט א נשמה, א חלק פון גאט'ס יקום, א פאקטאר אין זיין וועלט, א חלק פון זיין באשאף, דו לעבסט און ביסט אנגעוויזן אויף פארשידענע הילף פון אויבן, זע נישט צו פארראטן דער וואס האט געגעבן סאושל מידיא אלס מתנה, און לאז אים נישט באוויינען אויף אקטן וואס וועלן אים מאכן חרטה האבן אויף דעם וואס ער האט געגעבן חכמה פאר זיינע קליינע וועלט לעבענישן, מענטשעלעך וואס ברויכן ערפולן די פליכטן פון שיינקייט און נאבעליזם.

זיי וויסן מיין זוהן אז עס שפרודלט א וועלט פון חכמה, א קוואל פון וויסנשאפט, א געוואלד מיט קונסט, א שטויס פון ידיעות, אן א שיעור וואונדער און קונץ, צו ווערן פארגאפט. פארגליווערנדיג די אויגן ברעמען אויף ארויף, צו ווערן געכאפט אין התפעלות, גלייב מיר מיין קינד דו ווייסט נישט וואס דו קענסט זיך לערנען דא.
הייב אן מיט וועלט באשאף, דו האסט א מושג וויפיל חכמה און וואונדער עס ליגט פארבארגן און זאכן ארום, אונטער, הינטער, פארנט, און העכער דיר?
ערד און פלאנץ, וואסער און פייער, ערד און הימל, לופט און שוועב, ביימער און פרוכט, חיות און באשעפעניש. אן א שיעור לעקציע, פארש און חידוש.
עס איז אומבאגרייפבאר, נעם אפיר זאכן וואס וועלן דיר גיידן, בילדן, קלארמאכן, לערנען, אנווייזן און צוהעלפן.
גיי נישט פאר שמוץ, קוק נישט פון מענטשן וואס האבן פיינט זייער ארום, לעק נישט אפ זייער ביטערע קאמענטארן, לערן זיך נישט אפ פון די נידריגע עלעמענט. מאך נישט קיין באציאונגען מיט מענטשן וואס פארקויפן אומלעגאלע געווירצן. זיי נישט קיין יאכנע וואס עס טוט זיך ביי פריוואטע שטובער, אפילו אויב זייער ציל איז דו זאלסט עס יא זען. זינט ווען גלייבסטו אז זיי זוכן דיין טובה?

געשפרעך און קאמיוניקאציע, קולטור און שפראך, לאנד און אגריקולטור, פארמעגן און ביזנעס, רעליגיע און געוואוינהייט, טראדיציע און געזעץ, עס טוט זיך א וועלט, גאט האט אונז געגעבן אזויפיל קאליר, אזויפיל סארט, אזויפיל מין, מען ענדיגט נישט אפשאצן, לערן דיין מח וואס זי וועט דיר מכיר טוב זיין, מאך די וועלט א שענער פלאץ.

פאראינטערסיר דיר דא אין פארשידענע דאקומענטאציעס און פראגראמען וואס וועלן דיר אינספירירן, קענסט דא זען איבער די וועלט מלחמה, וועסט נישט גלייבן וואס מען האט געטון צו דיינע עלטערן, עס איז דאך אזוי טרויעריג.

טונעלן און באנען, ביכער און געשיכטע, בריקן און אוויאציע, טראכסט איין מינוט ווי אינטערסאנט און באלערנד די טעמע פון עראפלאנען קענען דיר זיין? דו ווייסט אז דאס איז געווארן ערפונדן דורך די מענטשהייט, דורך די וויסנשאפט וואס גאט האט מיטגעגעבן צו זיינע מענטשן? ווייסט וויפיל מען קען שרייבן? עס איז א וועלט! לערן, לערן, שטודיר, פול אן, רייס ארויס אינפארמאציע פון וויקיפידיע, אבער געדענק זיי נישט זינלאז, פארטיעף דיר און זאכן וואס וועלן דיר באגלייטן.
איך זיץ און לייען, בעט מיר פאר לינקס, איך וועל דיר שיקן, עס איז דא פארומס ווי מען רעדט פון מוחות, עס פליסן פערל, מדע און גאונות, צימערן פון גייסט, גאט קארגט נישט, ער ווארפט אריין לייבן, ער לאזט אראפ קאנאנען, זיינע מענטשן טוען דורך פליכטן. וואס דאס אליינס, זיין מעכטיגער ציל וועט אויך בלייבן א מיסטעריע, מיר וועלן נאך פארשטיין אפשר איין טאג, און יעצט בלייבט אונז איבער צו שטוינען און גיין פארבליפט.

כאפ א שפאציר, זוך וועגן נאטור, היסטאריע, געזעלשאפט, מנהגים, שטעט, עס זענען דא ריזיגע ביבליאטעקן פון אנטיק, בילדער ווי שיין, א גאר דערהויבענע מחזה.
איך שטוין, קום אויף מיין רייזע, איך שטייג כסדר, איך לאז נישט דער אינטערנעט אן נוצן איר גוטע זייט, מען דארף זיך באהאווענען מיט פארשידענע לעבנס-טיפס.
ווען דו גייסט אין גאס, ריעל לייף ווערט דאס גערופן, און דו שטוינסט איבער ווי פרעכטיג און שיינעדיג אלעס איז ארום דיר, דו זעסט פארשידענע גרופעס פון מענטשן, אנדערע קאלירן, ראסע, געשלעכטן, זיי מאכן דיר וואונדערן, דו זעסט טויבן און פויגל הויערן אויף די נעסטן, זיי ברענגען זייער פרישע דור. דו ווייסט וואס עס טוט זיך אלס אפ אין פארבארגענע ערטער? איך ווייס אויך קוים! ליין אביסל, עס טוט זיך וואסערן, פיש, ארכעאלאגן טרעפן מציאות, קוילן גרעבער פארשווארצן די הענט, מען גראבט מינעראלן, עס זענען דא פארשידענע מושגים, ווייטאג, רעפוטאציע, שווינדל, ערפארונג, א בריה, רייך, צו ווערן צעקוקט, פארגאפט, אומרעאליסטיש, מ'קען פארפרוירן ווערן, טעכנאלאגיע, פינאנץ, בענקעריי, אוי ווערטער טאנצן מיר אין קאפ, כ'וועל נישט פארטיגן, די קוואל איז ענדלאז, אבער גיי נישט דארט, זוך נישט אהין, פארקויף דיר נישט, וועסט נישט האבן דארט קיין סיפוק, עס איז פארבלענדעניש און גלוסט, גארנישט צו זעטיגן דיין זעל אויף דערנאך, עס איז פוסט און ליידיג.

א דאנק פאר די אינטערנעט, איך קען זיך אזויפיל לערנען, אזא שאד אבער אז זאכן זענען אוועקגעשטעלט באלאנסירט מיט שלעכטע זייטן צו יעדן ביסל גוטס, אוי ווען עס איז ווען אין מיינע מעגליכקייטן.

רייץ און פארפלעגונג, הילף און מאטריאליזם, האנדל און וואנדל, גאלד און זילבער, געפיל און קאמיוניקאציע, געדאנקען און מחלוקה, איבערלעבענישן און אנגיין, געשעפט און טעראר, פאליטיק און איינפלוס, אזויפיל נושאים, אזויפיל געגועים.
יעדע זאך מיט זיין ציל, עס איז דא פארשידנס געוואויר צו ווערן, איך האב דיר נאך אסאך צו זאגן, אבער געדענק, גיי נישט וואו דו דארפסט נישט, אשאד אנפולן די קאפ מיט עקל, נוץ אויס עפעס וואס דו האסט און וועסט האבן, נוץ די שלעכטע איבערשפיל פון אינטערנעט, א ענדלאזע זאפאס פון וויסנשאפט, א לעכטיגע גרוס פון גאט'ס חכמה און פארשטאנד, ווייז דיר אליינס אז דו ביסט פון העכערס און לאזט דיר נישט בייגן מיט די כוואליעס. נוץ די זאכן פאר גוטס, לערן און טוה גרונטעווען, פארש און פארשטיי, "חכמה איז דא פול, מען דארף זיין קלוג צו נעמען גענוג".

שטאפ דיר אן די טאשן, דיינע מח קעמערלעך זענען ליידיג, זיי מיר א שטאלץ און גיי אין מיין וועג און וועסט אנהויבן פארשטיין פון וואו טאטי ווייסט אלעס.[/justify]

Re: העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 8:47 pm
דורך טאמבל סאס
אויך געדענק, לייען אפ טאטי'ס אשכולות אויף קאווע שטיבל איינס ביי איינס. לאכן איז אייביג א גוטע זאך כי לכך נוצרת.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 12:16 am
דורך מפוזרי
הערליך! אבער דו מיינסט טאקע אז ער וועט דאס ליינען, און ווערן באַאיינפלוסט?

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:38 am
דורך געוואלדיג
דעם זוהן זאג איך דעם טאטן מיין איך, עס איז געשריבן צום זוהן אבער אז דער טאטע זאל דאס ליינען און האבן א ריכטיגן בליק אויף זיין זוהן'ס געוועב באזוכן.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:47 am
דורך [NAMELESS]
א דערהויבענע של"ש תורה נוסח קאווע שטיבל. כ'האב עס געמוזט איבערליינען.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:32 am
דורך גאנצל
טאטי וואס זאל איך דיר זאגן ביסט גערעכט אבער די ערשטע זאך וויל איך וויסן ווי זוי איך בין געבוירן און וואס האס דאס מיט דיר און מיט מאמי ? ווייל דו ביסט פונקט אנגעקומען אין די סטאר פון בעיביס פונקט ווען איך בין געבוירן ... און עטץ האטס מיך געקויפט פאר דעם מוז איך שלאפן פונקט אין ענקער הויז ..... און עסן וואס מאמי קאכט ..... אפי' איך האב עס נישט ליב די אנדערע טאטע און מאמע וואס זענען געווען דארט האבן אויסגעקוקט סאך מער לייטעריש ווי ענק איך וויל מיך טוישן מיט די בעבי וואס זיי האבן גענומען.......

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:40 am
דורך שמעקעדיג
דאס אז דער ארטיקל איז געוואלדיג, דאס פעלט דאך נישט אויס צו זאגן (אפשר א?), גיב נאר א קוק אויף די לייקס וואס האלט אין איין וואקסן, ועוד היד נטוי'.
יעצט דארף מען נאר זוכן א וועג אז דער ארטיקל זאל זיין די הקדמה פאר יעדן יונגעמאנטשיק אדער בחור'ל וואס הייבט אן נוצן דעם געוועב.
דאס זאל זיין די "פארווארט" פונעם אינסטרוקציע בוכל.
בעל מדות איך ווער מער נתפעל פון דיר פון יעדע אשכול, קע"ה עס גיסט זיך טאלאנט פון דיר.

בעל מדות האט געשריבן:שטאפ דיר אן די טאשן, דיינע מח קעמערלעך זענען ליידיג, זיי מיר א שטאלץ און גיי אין מיין וועג און וועסט אנהויבן פארשטיין פון וואו טאטי ווייסט אלעס.

אהא! יעצט ווייס איך שוין פון וואו מיין טאטע מאמע האבן "אלעס געוואוסט" ;)

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 8:55 pm
דורך הוגה
[justify]דאס איז א הערליכע שטיקל ארבייט געשריבן דורך איינער וואס האט די קאפ אויף די פלייצע און איז רעאליסטיש מיט זיך פונקט ווי מיט אנדערע. דער ארטיקל דערמאנט מיר איבער די איפאון קאנטראקט וואס רעביצן האפמאן האט געמאכט מיט איר 13 יעריגע בחור'ל און האט איבערגענומען די מידיע און די וועלט מיט א שטורם, פאר אפאר יאר צוריק.

שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט דארף מען נאר זוכן א וועג אז דער ארטיקל זאל זיין די הקדמה פאר יעדן יונגעמאנטשיק אדער בחור'ל וואס הייבט אן נוצן דעם געוועב. דאס זאל זיין די "פארווארט" פונעם אינסטרוקציע בוכל.


מען דארף דעם ארטיקל אופהענגן ביין טיר פון די אינטערנעט אזוי אז ווער עס קומט אריין זאל עס באלד זען.


.[/justify]

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:22 pm
דורך בעל מדות
גאנצל האט געשריבן:טאטי וואס זאל איך דיר זאגן ביסט גערעכט אבער די ערשטע זאך וויל איך וויסן ווי זוי איך בין געבוירן און וואס האס דאס מיט דיר און מיט מאמי ? ווייל דו ביסט פונקט אנגעקומען אין די סטאר פון בעיביס פונקט ווען איך בין געבוירן ... און עטץ האטס מיך געקויפט פאר דעם מוז איך שלאפן פונקט אין ענקער הויז ..... און עסן וואס מאמי קאכט ..... אפי' איך האב עס נישט ליב די אנדערע טאטע און מאמע וואס זענען געווען דארט האבן אויסגעקוקט סאך מער לייטעריש ווי ענק איך וויל מיך טוישן מיט די בעבי וואס זיי האבן גענומען.......

[justify]מיין קינד, גערעכט בין איך אלעמאל, דו ווייסט נישט?

און צו ווייסטו אז איך האב געהאט א שלאפלאזע נאכט?!

איך בין זייער איבערגענומען פון די פאקט אז עס האט נישט גענומען מער ווי געציילטע שעה אז דו זאלסט טרעפן מיין בריוול צו דיר, איך האב שוין יעצט היבש מער שעצונג צו די אינטערנעט, ממש אזוי שנעל, אין אזא שטורעמישע ים פון אינפארמאציע; דאס איז דאך עפעס ארויס פון פון מענטשליכן פארשטאנד.

דערנאך איז מיר אינטערסאנט צו זען אז אפילו איך האב זיך איינגערעדט אז "מיינע קינדער פאפן מיר נישט אויס", און קענען פון מיר גארנישט פארהוילן, האב איך געלעבט אין א דמיון, איך בין טאטאל אין שאק. איך זע אז אויף קאווע שטיבל אליינס ביסטו שוין אריינגעסיינט פאר איבער א יאר. און יעצט כאפ איך שוין ווער עס פלעגט מיר אלעמאל באבערן מיין לעפטאפ, איך פלעג שטוינען צו זען איבערגעלאזט א בלאט מיט אינפארמאציע שטייענדיג בערך אזוי: "איר האט סוקסעספול ארויסגעסיינט פון קאווע שטיבל", לכאורה פלעגסטו זיין דער חכם וואס איז דערגאנגען מיין פעסווארד, און איך וועל דיר דערויף נישט אנשרייען, קודם כל ווייל איך בין דא אין א פובליק פארום און איך קען באשטיין מען זאל נישט שמועסן אין גאס אז איך שלאג און שריי אן מיינע קינדער, (ווארט נאר פאר מיר אינדערהיים) און אויך ווייל איך קען זיך פארשטעלן אז ביי מיין טאטן וואלט איך געטון די זעלבע זאך, אזוי זע איך זיך זעלבסט. און אגעס דער אדוואקאדוי פאלט נישט ווייט פון בוים.

יעצט קודם וואונדערן מיר די פולע תגובות וואס דו לייגסט דא אריין, איך צאל פאר דיין ישיבה ריזיגע געלטער, פאר שכר לימוד און פאר זייטיגע חברותות, און איך וואלט נישט פאנטאזירט אז דו זיצט מיר אויף בלאגס.

דא ווידעראום געפעלט מיר דיין ענטפער. זאלסט וויסן מיין קינד אז דו קענסט ארויסהאקן מיט א האק פון קאפ, די רייזע וואס איך האב דיר צוגעזאגט קיין אפריקא צו עקספלארירן די וועלט. איך בין זייער צושאסן פון דיין נארישע דום פראגע וואס דו האסט אראפגעשטעלט אויף א פובליק פארום, שרייבנדיג שטותים.

מיין געזיכט איז רויט פון צארן, און איך קען נישט צו זיך קומען, זיידי האט מיר נארוואס געשיקט א דירעקט טשעט אויף אינסטעגראם אז "די אייניקל מאכט אים בזיונות", ער געבט אויף אינטערנעט, ער נעמט דאס נישט פאר גרינג.

זיי נישט ברוגז איך האב שוין אפגעזאגט די טיקעטס, האסט ב"ה אינטערנעט, קענסט סוירטשן פאר אפריקא, און זען ווירטואלע קליפס, פון מיר בעט נישט נאכאמאל.

איך בין דיר אזוי שיין מסביר וויפיל חכמה עס איז דא, אנשטאט לערנען פון מיר, קומסטו אריין מיט א קורני פראגע איבער "געבורט", ווי מען קען מיינען דו ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום דיר.

האסט באמת נישט קיין גרעסערע דאגות, יעצט ביי די 18 יאר? ווילסט אויסקוקן ווי שלומיאל פון קאווע שטיבל וואס האט שוין געבוירן 2 דרילינגס און איז נאך 21? וואס איז ביי דיר שייך צו וויסן וועגן קינדער ווען דו ביסט נאך נישט פארהייראט? ווילסט דיר אליינס אריינלייגן נאך גלוסט און עדיקציע ווען דו ביסט שוין צוגעבינדן צו אינטערנעט; און רויכערן ציגארעטלעך?

ממש נאר דאס האסטו ארויסגעלערנט פון מיין גאנצע הארעוואניע דיר צו צייגן אביסל וויפיל דו קענסט קונה זיין, צווישן די ווענט אין דעם ווירטואלער גארטן?

דו ווייסט וויפיל איך האב אויסגעלאזט? דו ווייסט וואס דא טוט זיך אפ? נאר דאס האסטו געפונען פאר וויכטיג?

און צו ווייסטו נישט, אז קינדער "געבוירט" מען. נישט מען "קויפט זיי"? געדענקסט נישט ווען איך האב דיר דערציילט ביים אריינגיין אין ישיבה קטנה איבער די געוואלדיגע נפלאות הבורא וואס מען זעט מיט געבורט? האסט שוין אלעס פארגעסן אז איך האב דיר דאן אנגעזאגט אז איך קען דיר אלעס פארציילן, נאר איך מיין אז פאר דיין לויטער קעפל וועט נישט אויספעלן צו אנשטאפן די קאפ מיט אינפארמאציע וואס זענען ווייט פון זיין וואליד און נוצבאר?

פון אלטן-היים און אלצהיימערס לערנסטו אויך? וואס כאפסטו די גאולה פאר די צייט, דו ווייסט נישט אז עס גרעניצט זיך מיט די שלש שבועות?, יעדע זאך פארמאגט זיך זיינע תקופות, און דו ווייסט אז ווען דו וועסט חתונה האבן וועל איך נישט דזשאלעווען קיין מיה צו דיר לאזן לערנען די בעסטע וואס איז דא? דו געדענקסט נישט אז איך האב דיר דערציילט איבער ר' עוזר? א איד וואס איז ערפארן אין אויסלערנען קינדער צו שטייגן און זיך שטעלן אויף די פוס? איך פלאן דיר צו שיקן צו אים. אבער צוריק צום ענין, עס איז בעפאר די צייט.

דיין פראגע איז קינדעריש, און בחור'יש, מען קען זען אז דו דרייסט זיך אויף גרופס מיט אומאינטעלעקטועלן, מיט דזשיפסיס און דראגיס וואס זוכן צו יעגן נאך מענטשן וואס ווייסן גארנישט, און זיי פרייען זיך צו אזעלכע ווי דיר, טוה דאס נישט מיין קינד. ברענג מיר דיין פאון, איך וועל דיר צייגן וועלכע טשעט עס איז לטובתך, און וועלכע עס איז להנאתכם.

אין א צווייטע געלעגנהייט וויל איך שפאצירן מיט דיר, און דיר לערנען איבער די טערמין פון זיך אליין מאכן א צייט מיט גרעניצן און רויטע ליניעס ביז ווען מען ערלויבט זיך צו זיצן אויפן געוועב, עס איז געזונט פאר דיר אליינס צו האבן א באגרעניצטע צאל שטונדן פון טאג, און נישט זאלסט זיך גענצליך פארלירן פון די מענטשליכע געוואוינהייט, און אוועקגעשטעלטע סיסטעם, און אז דו פרעגסט פון וואו איך נעם דאס, דאס איז אויך וואס איך האב געלערנט.
אז איך רעד שוין צו דיר דא, זע צו לערנען, און נישט זיך פארלירן, ווען דו זוכסט איין נושא, קלעב דערמיט, און נישט פאלג יעדע לינק און לויף נאך פארשידענע טעמעס, ווייל דאס וועט דיר מאכן קאפ-ווייטאג, און וועסט נישט אנקומען צו לערנען איין זאך ביזן גרונד.
איך זע אז האסט נישט געטראפן גארנישט אטראקטיוו פון די פארשידנע רעקאמענדאציעס, איך גלייב אז איך האב גארנישט אויסגערעכנט אבער עס זענען דא נאך ביליאנען נושאים וואס קענען דיר זיין אינטערסאנט, זאג מיר א נושא און איך וועל דיר ארויפשפילן א שפרודלדיגע קראן פון לינקס און אנווייזונגען וואו דו קענסט דערגרייכן צו ליינען דערוועגן, אבער גלייב מיר וויפיל דו וועסט ליינען, וועסטו ווילן ליינען נאך.
האסט אמאל געהערט פון א ווארט "דזשעפיוטער"?, עס אינטערסירט דיר צו וויסן? ווייסט וואס עס מיינט "מארס"? דו ווייסט אז עס טוט זיך א וועלט און אטמאספער פון אסטראנאמיע העכער דיר? קוק ארויף, קוק צום הימל, כ'זאל דיר קויפן א טעלעסקאופ? עס טוט זיך פלאנעטן, קוגלען, מזלות, פליעריי, שטערנס יאגן זיך, מאכן פרישע, טאנצן און לויפן, נישטא קיין לופט דארט, ווייסט פארוואס? ווייסט וואס גראוויטי מיינט בכלל? און וואס עפעס זוכן מענטשן צו דערגרייכן דארט? ווייסט די דורכפאל פון אפאלאו-13? עס קימערט דיר צו וויסן אז מען שפענדט באלד מער געלט פאר ספעיס ווי פאר סייוואס? און פאר וועמען שטערט צו גלייבן אז מען האט קיינמאל נישט דערגרייכט די לבנה, איך רעד ווי איך קום פון דארט, נישט אזוי? ניטאמאל ווייסטו אז די לבנה איז א שטערן, און זי ווערט אנגעשיינט דורך די זון.
גראפאלאגיע? פסיכאלאגיע? קאמוניזם? בודהיזם? קאטויליקן? נוקלעארע שפיצן? דרוזן? וואו הייב איך אן, ווי ענדיג איך?
ווייסטו וויאזוי א שיף ווערט געבויעט? העליקאפטערס? לופט-באלאנען?
האסט א מושג וויפיל שטיקער טבע עס קומען מיט העכערקייט?
האסט אמאל געטראכט וויאזוי וואסער איז ממש צום שטוינען? וואס קוקסטו מיר אן?! יא, וואסער!, מען טרונקט דאס, דיין פינגער ווערט "נאס", וואס איז דאס נאס? א געוויסע שפיר פון רוקעדיגע פליסיגקייט, אבער טראכסט אריין אז דא ליגט פלאי-פלאים, אין יעדע אביעקט, נאמען, סארט, אדער טערמין? אלס האט א חשבון.
קענסט זען ווי מענטשן זענען פעש, און אנדערע דאר, דו ווייסט פארוואס עס פעלט אויס פאר די וועלט עס זאל אזוי זיין?
האסט נישט קיין שעצונג צו דאקומענטאציעס ווי מען זעט גאטס וואונדער אין פארום פון מיליטערלייט, דראמא, ארמייען, און נאציאנען? געשלעג און אומקום? טעריטאריע און אקופאציע? מאשין און סטראטעגיע, טאנקען און כוחות? פארוואס זאל א מענטש ארויסשיסן א בולעט אין א צווייטע מענטשנס שטערן? נאר ווייל יענער איז געווארן דעליווערט אין א אנדערע ארבטייל, ביי אנדערע עלטערן? וואס ברענגט די רציחה, און דראנג צו קריגן פאר די אייגענע גלויבונג?
טראכסט אריין די כח פון מוזיק? האקעריי און טענער, זעצעריי און גארגלעריי, און דאן טויזענטער טאנצן ביז שווייס באנעצט די קראגן? קראנקע ווערן געזונט, נידערגעשלאגענע ווערן אויפגעהייטערט, אוממוטיגע ווערן פרייליך.

דאקטעריי? אין די וועלט פון די מעדיצינישע לאבראטאריעס און אקעדעמיעס טוען זיך פארשריט, דו ווייסט אז עס זענען פאראן מיליאנערן וואס האבן געמאכט זייער געלט פארן זיצן און רייבן גראז מיט וואסער און ערפונדן א קליינע באשטאנדטייל וואס העלפט קריגן קראנקהייטן?

וויפיל חכמה, וויפיל גאפונג, א בריה צו ווערן משוגע, א וועלט, לעקטערלעך. נעכט און טעג, אפעראציעס, שלאף און מידעקייט, הונגער אין זעט.

ליין איבער פינאנץ, קוק איבער אינגע מענטשן וואס ווערן מיליאנערן אין סאקונדעס ווייל עס געלונגט זיי צו אויפקומען מיט א קליינע פארבעסערונגס טויש אין גאטס בריה, זיי הייסן "ענטרעפענאורס", געלט ווערט פראדוצירט, בענק וועטן מיט גרויסגעלט פאר זייערע אינטערעסן, גאסן פון אפיסעס וואס באצאלן מיליאנען פאר מענטשן צו זיצן און חשבונ'ען מיט נומבערס, פארשטייסט דאס? סטאקס מיט שעירס, נומבערס און השגות, מזל און צוזאמענבראך. לערן אביסל לערן.

איך האב זיך פארגעשטעלט אז דאס וועט זיין די אנהויב פון די קאריערע אויפן געוועב, און דערפאר האב איך דיר אויפגענומען אזוי שיין, ביסטו פארנומען צו וויסן פארוואס איך און דיין מוטער האבן שייכות מיט דיין געבורט.

כאטש ביסטו נייגעריג אין הערן, אבער דאס איז נאר איין שטיקל אין די פאזל מיט קוואדריליאנען שטיקלעך וואס שטעלן אהער אזא גלאנציגע יוניווערס מיט מענטשן איר צו באאבאכטן און באוואונדערן, אויסשיסנדיג זייער היסטערישע פארגאפונג.

קוק דיך צו וויאזוי זאכן ווערן ערפונדן, און געמאכט, מענטשן הענגען צווישן לעבן און טויט, אז דו זאלסט קענען עסן ברויט, און אז מען רעדט פון ברויט, כאפסט אז זיי וואקסן פון די זעלבע ערד ווי מיר באגראבן געפארטיגטע? האסט זיך אמאל געזעצט טראכטן איבער די פאקט אז מילך ווערט אונז אהערגעשטעלט דורך קיעלעך? א קוה איז א גשמיות'דיגע שטיק בקר, מיט גלוסט צו קינדער און שטרוי, אבער קען קוים ווארטן מען זאל פון אים אפנעמען פרישע מילך דיר צו העלפן ערפולן דיין תאוה צו א פיין גלעזל קאלטע אייזקריעם, קאפעטשינאו, אדער רעזל.

נעם א נאטיץ ביכל, פארשרייב דיר די זאכן וואס ציען דיין אויג ביים ארומפארן אין די גאסן, ביים גיין אין ישיבה און אין ארבעט, און ווען קומסט ארויף אנליין, זוך זיי, וועסט שטילן דיינע נאגענישן, און פארשטיין בעסער אויף די פאקט פארוואס ביסט דא, און וואס דו האסט אלס צו אריינכאפן.
און צום לעצט, געדענק מיר איבערצובעטן פאר די נישט שיינע פראז וואס קלונגט מיר נאך אין אויער, אז האסט ליבערשט געוואלט גיין צו דעם היספאנישן ערל וואס רייניגט די ערד אין די דזשעי-עף-קעי לופטפעלד ווי געבוירן ווערן ביי מיר, און אין אזא וועלט ווי היינט, ווער ווייסט אויב וועסט זיך נאך דערקלערן אלס "זיין זוהן", גייענדיג קעגן די אנגענומענע פארשריפט פון גאט ביים אויספלאנען זיין אהערשטעלונג, עס וועט מיר מאכן שטארקע בישות, און דיר אפסטעמפלען אלס "טרענספערענטס", וואס ווער ווייסט אויב אין היינטיגע עפאכע, לעבט נאך נישט אזאנס, מיט טויזענטער הייסע נאכפאלגער און העשטעגס.

מיין קינד, בלייב מיר געטריי, און פארליר זיך נישט, טראץ וואס מיר ביידע ווייסן ווי שטארק די אינטערנעט קען טראגן א מענטש, ארויס פון די געווענליכע פראפארצן, גייסטן, און אומשטאנדן.

מיט אומענדלאזע ליבע
די טאטע, וואס האט דיר געבוירן.[/justify]

Re: העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:58 pm
דורך mevakesh
לייק פאר די אומענדלאזע ליבע

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:12 pm
דורך פלאוויוס
ריבונו של עולם! דאס איז דאך א הערליכער ארטיקל! געשריבן מיט א הארץ, געפיל, און מיט קאפ. אזא שיינער מאמר קומט אויס צו ליינען נאר איין מאל אין א לאנגער צייט. איך האב נישט קיין ווערטער בעל מידות. אם לא באתי קאווע שטיבלה אלא בשביל זה, דייני.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:13 pm
דורך פלאוויוס
דיין צווייטער בריוו איז אויך אינעם זעלבן שניט, זייער שיין געשריבן!

ס'איז ווי מ'דערציילט אויף יענעם וואס איז געשטאנען און געקוקט אויף א בילד פון נאטור וואס איז געמאלן געווארן דורך אן איטאליענישן מאלער פון דער רענעסאנס תקופה, וואו די אביעקטן האבן רעאל ארויסגעקוקט פון דער מאלעריי. אנשטאט צו באמערקן די גאנצקייט פונעם ארום, די ביימער און די וואסערן, דער הימל-בלוי און די בערג, דער רעאליזם און די קונסט, איז יענער שטעקן געבליבן ביי א האזל אינעם ווינקל... דער האזל איז נישט קיין חיסרון ווען מ'זעט די גאנצקייט בשעת מעשה, אבער א רחמנות ווען דאס בילד ווערט רעדוצירט צו א האזל.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:18 pm
דורך גאנצל
טאטע איך בעט דיך איבער בכל לשון של מחילה סליחה וכפרה

ביי די וועי איך ווייס ווי אזוי איך בין געבוירן און וואס דו מיט מאמי האבן שייכות דערצו ...........

אבער פארוואס איז דעס ווייניגער אינטערסאנט און וואונדערליך ווי דו אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט ?

אקעי ס'איז נאר א וויץ

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 1:27 pm
דורך הוגה
[justify]כ'האב יעצט איבערגעליינט דעם ארטיקל אין דער וועקער און איך האב באמערקט עפעס וואס איז ווארשיינליך א טעות. אין דער וועקער איז דער ארטיקל געשריבן געווארן ווי א בריוו פון א טאטע צו זיין קינד און דער טאטע חתמ'ט זיך אונטער "מיט אומענדלאזע ליבע". ענדלאז מיינט אן א שיעור, אומענדלאז מיינט אז עס איז נישט אן א שיעור, עס האט יא אן ענדע. א טאטע האט געווענטליך ענדלאזע ליבע פאר זיין קינד, ספעציעל א טאטע וואס שרייבט אזא ווארימע בריוו צו זיין זון. סתם להערה.

אגב, כ'מיין אז דער אשכול באלאנגט אין די חינוך אפטיילונג.


.[/justify]

Re: העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

נשלח: פרייטאג יוני 17, 2016 3:04 pm
דורך דעת תורה
וועל, דאס איז געווען די ערשטע פון דעם סארט טעותים וואס דו האסט געטראפן? דער ארטיקל קען נוצן א גוטן מגיה עס זאל זיין גראמאטיש אויסגעהאלטן.

אבער אז ס'איז גוט, עס ליינט זיך פליסיג, און דער עולם האט הנאה, איז נישט וויכטיג די זאכן. איך מיין נאך מער, דוקא די סארט טעותים מאכן עס נאך געשמאקער צו ליינען, עס איז נישט א לאנגע מאנאטאנישע פרעדיקטעבל ארטיקל, עס איז א ארטיקל וואס צורייצט דעם מח טאקע צוליב די גראמאטישע אומפונקטליכקייטן. כנ"ל.