בלאט 1 פון 1

וראית את פני, ואחורי לא יראו

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:10 pm
דורך אפטעמיסט
א גוטן.

וואס האט פאסירט איז אזוי. נישט צו לאנג צוריק בין איך געווען פון די מערסט אקטיווע שרייבער אין קאווע שטיבל. דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז כ'בין ב"ה געווארן מער און מער פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, עד כדי כך, אז ווען כ'האב שוין יא אריינגעוואנדערט אין שטיבל האב איך געשפירט פרעמד און אומבאקאנט. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן פארלירן טאטש אינגאנצן, און אזוי פאר וואס ווען וואו געפילט אז כ'בין אפגעשטארבן. למעשה שפאציר איך אריין דא און כ'זע אז די וועלט גייט אן! ערב פסח האב איך דאונלאודעד דעם פה-סח אבער כ'האב עס ערשט געלייענט דעם פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג. כ'האב געלייענט דעם אינטערוויו מיט קעלנער און געזען ווי ער שרייבט אז אפילו מ'קען מער נישט זיין אקטיוו ווי אמאל זאל מען כאטש אריינפאלן דא דארט אין ווייזן די פנים; דערפאר עפן איך דעם אשכול צן ווייזן מיין פנים און בעט מיינע אלע אטע פארגעסענע חברים וואס זענען שוין ווירטאליש אפגעשטארבן: קומטס כאטש זאגן העלאו.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 9:48 pm
דורך [NAMELESS]
העלאו :שלום:

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:12 pm
דורך שטילע אינגערמאן
סתם רשעות, מהאט געוויינט אויף דיר געקלאקט געכלעפטשט, יעצט אזמפארגעסט שוין, די צער גייט א גאנג, קומסטו צירוק אויפ לעבן אלטע וונדען?

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:18 pm
דורך בעל מדות
אפטעמיסט, איך בענק זיך נאך דיר, דיין אפוועזנהייט איז א ווייטאג. יעדער איז פארנומען, מען מאכט זיך צייט.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:21 pm
דורך גנדי
העלאו.

אויף טוויטער באזוכסטו נאך יא?

Re: וראית את פני, ואחורי לא יראו

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 10:52 pm
דורך mevakesh
מיסיס אפטע איז אונז שוין אויך אויסגעוואקסען?

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:11 pm
דורך אפטעמיסט
mevakesh האט געשריבן:מיסיס אפטע איז אונז שוין אויך אויסגעוואקסען?

אוי, דערמאנסט מיר גוטע צייטן.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:18 pm
דורך שמעון וואלף
שרייט זיך ארויס: אני מאמין באמונה שלימה בתחית המתים.

טייערע אפטע, כ'בין דיר שילדיג אסאך פאר דיינע זאפטיגע ארטיקלן וואס האבן מיר אזוי מהנה געווען.

ווי וואנט מאאר

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 11:28 pm
דורך גאנצל
הייסט עס אז יעצט ווען דו קומסט ווייזטו דיין פני

אן די אלע צייטן ווען דו ביסט נישט דא ווייזטו אחורי.........

אה מיי

ביי די וועי לערן דיך פון [tag]טאמבל סאס[/tag] וואס טראץ ער איז דא ווייזט ער אחורי ...........

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 1:15 am
דורך שמעקעדיג
אז אפטעמיסט האט אהער געבלאנדזשעט, האבן מיר שוין באקומען נאך א וויזיט פון גנדי. דאס איז פשט מצוה גוררת מצוה.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 7:50 pm
דורך טאמבל סאס
גאנצל האט געשריבן:הייסט עס אז יעצט ווען דו קומסט ווייזטו דיין פני

אן די אלע צייטן ווען דו ביסט נישט דא ווייזטו אחורי.........

אה מיי

ביי די וועי לערן דיך פון [tag]טאמבל סאס[/tag] וואס טראץ ער איז דא ווייזט ער אחורי ...........

דאס קען מען נאר טוהן ווען מען האט טאקע יעדעם אין טאכעס.

Re: וראית את פני, ואחורי לא יראו

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:12 pm
דורך גר ותושב
טאמבל סאס האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:הייסט עס אז יעצט ווען דו קומסט ווייזטו דיין פני

אן די אלע צייטן ווען דו ביסט נישט דא ווייזטו אחורי.........

אה מיי

ביי די וועי לערן דיך פון [tag]טאמבל סאס[/tag] וואס טראץ ער איז דא ווייזט ער אחורי ...........

דאס קען מען נאר טוהן ווען מען האט טאקע יעדעם אין טאכעס.


איז דאס איז פשט פון דיין פאמפער?

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:16 pm
דורך טאמבל סאס
מ'קען זאגן כמה פירושים. א טאמבל סאס כפשוטו. מה למעלה מה למטה מה לפנים ומה לאחור. און נאך.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:25 pm
דורך טאמבל סאס
דו מיינסט ווינדל? קוק, אהן א נעפי וועלן זיי אלע ארויספאלן ח"ו.