שו"ת משנת יעקב - קאפיש
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:37 pm
דעם פארגאנגענעם ז' אדר איז אויס געפאלען די 32'סטע יומא דהילולא פון הגאון הגדול מרן רבינו עמוד הוראה כקש"ת רבי יעקב סג"ל לעבאוויטש זצ"ל אבד"ק קאפיש ובעל 'משנת יעקב. דער רב זצ"ל איז ארויסגעשטיגן מיט זיין אויסטערלישע גדלות בתורה, און איז געוועהן ברייט בארימט צוליב זיין עמקות, חריפות, בקיאות, און געוואלדיגע ידיעות התורה.
אינערהאלב די ווילימסבורגער גרעניצן, איז דער קאפיש'ער רב באקאנט געוועהן אלס דער 'מורה הוראה' בה"א הידועה, אין כידוע האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע סומך געוועהן ידו עליו, און אים אנפארטרויערט סיי מיט ציבור'ישע ענינים און סיי מיט פערזענליכע ענינים. אבער אויך אויסער די ווילימסבורגער גרעניצן, איז דער קאפיש'ער רב באקאנט געוועהן מיט זיינע טיפזיניגע תשובות להלכה, אין וועלעכע ער האט מברר געוועהן יעדער שאלה לארכה ולרחבה בטוב טעם ודעת, און גלייכצייטיג געגאסען חריפות און בקיאות ביז ס'איז ארויס געקומען די ריכטיגע בירור לאמיתה של תורה.
א טייל פון זיינע הונדערטער תשובות זענען געדריקט געווארען בחיים חיותו דורכ'ן מחבר, און האט בשעתו מאיר געוועהן עיני ישראלמיט אירע קלארע און יסודות'דיגע תשובות, אבער די גרעסטער חלק פון זיינע תשובות אין כתבים זענען געבליבען אומגעדריקט, אין א בחינה פון 'תורה מונחת בקרן זויות'. אבער שמוע שמעתי בשורה טובה אז עס האט זיך געגרינדערט דער "מערכת משנת יעקב", מיט די עסקנים פון "יורו משפטיך יעקב ליעקב", וועלכע ארבעט די עבודת הפרך במלאכת הקודש איבער צו דריקען פונדאסניי בתוספות מרובה על העיקר ספרי משנת יעקב, די ערשטע צוויי בענדער שו"ת על ד' חלקי שו"ע, כרך ג' על שו"ע או"ח, כרך ד' על שו"ע יו"ד, כרך ה' שו"ע אהע"ז חו"מ, כרך ו' דרוש ואגדה, תולדות ומפתח כלל.
דער המון עם קוקט שוין שטארק ארויס פאר א תולדות פין אזא גרויסן תורה ריז, און בימיו דער גרעסטע מורה הוראה אין ווילימסבורג.