בלאט 1 פון 1
איז דאס נאר אין חב"ד, אדער ווערען מיר אלע מער אסימילירט
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:42 pm
דורך תורה ומדע
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:54 pm
דורך יעקב מענטש
תורה ומדע האט געשריבן:http://www.chabadcurrents.com/discussions/the-modernization-of-chabad/
מ'קען עס צושרייבן צו די אפוועזענהייט פון א מנהיג.
ווי א קנאפע חסיד איך בין פון די היינטיגע מנהיגים, איז שווער צו זעהן ווי אזוי אידישקייט גייט בלייבן גאנץ אן זיי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 3:04 pm
דורך תורה ומדע
איך הער וואס איהר זאגט. אבער ביי אונז אלע פעלט דער דרך ארץ וואס מיר האבען געהאט פאר אוזערע מנהיגים מיט בלויז צוואנציג יאהר צוריק.
חוץ מזה רעכענט ער אויס דריי אנדערע סיבות וואס מען קען ביי אננז נישט אויס ראאלען. עס איז דא אסאך מחלוקת, עס איז דא עליטיזם ביי די כולל קולטור און ביי די גבירים, און אוודאי טעכנעלאגיע..
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 3:25 pm
דורך אביתר פריעדמאן
תורה ומדע האט געשריבן:http://www.chabadcurrents.com/discussions/the-modernization-of-chabad/
איז דא א תקנה עפעס אז מען מוז עפעס שרייבן ווען מען עפענט אויף אןאשכול און סאיז נישט גענוג סתם א לינק?
עניוועי וואס שטייט אין יענע לינק?
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:19 pm
דורך תורה ומדע
תמצית הדברים.
עס איז א פאקט אז אין חב"ד איבער די גאנצע וועלט איז דא א גרויסער מאדערניזאציע ביי דער יונגע דור. עס איז באמערקזאם אין פארשידענע הינזיכטען. דער מחבר פונעם ארטיקעל פאינט צו פיהר סיבות וואס קאנטריביוטן צו דעם ערשיינונג.
א. טעכנעלאגיע האט געעפנט די וועלט צצו יעדעס קינד
ב. חבד האט פארלוירען זייער מנהיג, און עס איז נישטא קיין הנהגה באחדות
ג. עס איז דא מחלוקת וואס דאס ברענגט צו אז מענשען אנטלויפען פון וואס חבד רעפרעזענטירט.
ד. עליטיזם, וואס אין חבד איז דער שפיץ פון א חסיד אויב ער איז א שליח פון רבין. אויב ער קען דאס נישט באווייזען לאזט ער זיך נאך.
הנוגע לעינינינו, מיר דוכטזאך מיר אז ביי נישט-חבדסקער איז אויך דא די אלע פיהר סיבות
טעכנעלאגיע אוודאי, מיט אלע פילטערס...
הנהגה ביי אונז איז זייער שוואך ביי רוב עולם.
מחלוקת איז דא פלענטי
עליטיזם. גיטס נאר א קוק אהן א יומגערמאן וואס מוז גיין ארבעטען לייך נאך די חתנה, אדער איינער וואס קען נישט אפארדעו א פענסי חתונה וכדו'
Re: איז דאס נאר אין חב"ד, אדער ווערען מיר אלע מער אסימילירט
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עליטיזם איז אייביג געווען אין חב"ד, פונקט ווי אומעטום. קוקט'ס וועלכע משפחות באקומען די פעטע פאסטנ'ס אין דער שליחות אפאראט. דא א שם-טוב, דארט א חן און ערגעץ אנדעריש א ווילהעלם. די שוואכע פאסטנ'ס גייען צו די וואס זענען נישט פון די משפחות המיוחסות.
וועגען חב"ד'ס פאלען נאכ'ן פטירה ווייס איך נישט. בחיי דער רבי'ן האט מען זיך פיהל מער באשעפטיגט מיט נערישקייטען, ווי משיח און שלימות הארץ. היינט איז עס בלויז קירוב. לדעתי זענען זיי געשטיגען שטארק, טאמער מ'קוקט אויף תש"נ כלפי היינט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 7:07 pm
דורך מור וקציעה
תורה ומדע האט געשריבן:http://www.chabadcurrents.com/discussions/the-modernization-of-chabad/
http://haemtza.blogspot.com/2016/05/the ... d.html?m=1
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:04 am
דורך אינטערסאנטער
איך בין שוידערליך איבערגענימען פון די קאממענט'ס אויף דעים בלאג, נישט ווייל איך האב נישט געוויסט דערפון, נאר פשוט עס וועקט אויף די ווייטאג צו זעהן ווי אזא שיינע חסידות האט זיך דערקייקלט.
די נקודה האמצעית והתוכניות איז פשוט כמשמעו: ג' תמוז! ווי מאנכע ברענגען עס דארט ארויס. א קהילה מיז האבן א ליעדער, א פירער, אז נישט, שוועבט דאס אין די לופטן ווי א שיף אן א רידער און דאס איז די סיבה פארוואס חב"ד קען זיך נישט מסדר זיין, און וועט זיך לכאורה בדרך הטבע נישט מסדר זיין ביז משיח'ס טאג, וויבאלד זיי לעבן בשיטה אן א פירער, ואיש כל הישר בעיניו יעשה.
ווען די רבי האט געלעבט איז די מצב געווען גאר אנדערש, אלפי מעלות יותר לטובה, ער האט געוויסט ווי צו קאנטראלן די מאדערנקייטן אז דאס זאל זיך האלטן אידישלעך און נישט ארויס פון קאנטראל