בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 1:57 pm
דורך תורה ומדע
עס זענען נאך דא געציילטע רביס וואס זענען מיט אונז וואס זיי האבען נישט געלקט האניג בראשית דרכם. אבער זיי ווערען די מינדערהייט. בד"כ זענט איהר גערעכט. ספיציעל פאר די מנהיגים וואס האבען איבער גענומען די הנהגה אין די לעצטע צוואנציג יאהר. לדעתי , משום סיבה זו ועוד, וועט די הנהגה פונעם כלל אריבערגיין צו א הנהגה פון בעלי בתים און רבנים ווי איך האב מציע געווען יענער וואך דא[url=http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=2
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 2:11 pm
דורך מור וקציעה
איך בין מסכים מיט דיר אז כמעט אלע גרויסע אדמו''רים פארשטייען גאר ווינציג צום עווריזש יונגערמאן, אבער איך גלייב נישט אז זאכען וואלטען געווען אנדערש ווען מען האט ווען רבנים וואס זענען מער ליבליך כדוגמת מהר''ש הלברשטם,
אדמו''ר מסקולען, ראחמיסריווקא וכו' וואס זענען לכאורה ענליך צו האדמו''ר מבאבוב ז''ל זענען ווייט פון זיין מער ליבעראל ווי אדמו''רי סאטמר, צאנז, ויזניץ וכו'
אזוי אויך קען איך דיינים פון גרויסע קהילות וואס מוטשענען זיך זייער שטארק פאר פרנסה [און כמעט אלע דיינים האבען כאטשיג קינדער וואס מוטשענען זיך], און איך זעה נישט אז זיי זאלען זיין מער ליבעראל
(און זאג מיר נישט אז ר' מיילעך טאהשער אדער אדמו''ר מפאפא צו סקווירא אינטערעסירט שטארק וואס ר' בנימין לאנדא אדער ר' משה מנחם ווייס צו ר' מיכל שטיינמעץ האט ג'ענטפערט פריוואט פאר יונגערמאן וואס האט געזוכט א היתר פאר מניעת הריון)
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 3:32 pm
דורך שמעקעדיג
מיסודו האסטו א ריכטיגע טענה, א מענטש איז טאקע נאר א מענטש, און א גרויסע טייל רבנים לעבן אין זייער באבל און זיי האבן א נישט-ריכטיגן פרעספעקטיוו אויף דעם פשוט'ן בעל הבית וואס גייט אדורך כל מיני שוועריגקייטן וואס דער רבי קען נאר חלומ'ען דערוועגן.
אבער דער בילד איז נישט אזוי שווארץ און ווייס. ביודעי ובמכירי קאמינא מערערע רבי'ס ורבנים וואס פרובירן זיך באמת אריינצולייגן אינעם חסיד'ס שיך. זיי האבן א ווייך הארץ, און הגם זיי האבן נישט געשפירט דעם ווייטאג אויף די אייגענע הויט, וועלן זיי זיך אריינשטעלן ווי ווייט מעגליך אינעם מצב פונעם חסיד און פרובירן פסק'ענען לויט יענעמ'ס הצטרכות.
געוויסע רבי'ס וואס טוען כסדר צדקה וחסד פאר אנדערע אידן, גיבן אכטונג נישט וויי צו טון א צווייטן, און זענען זיך משתתף בצרתן של תלמידיהם, אויף די סארט מנהיגים קען מען נישט זאגן אזוי שארף "דער רבי שליט"א קעירט נישט פאר אייך".
(נ.ב. שטייצעך אז די גאנצע דרשה איז נאר גערעדט פאר די אידן וואס גלייבן נישט אז אינעם רבינ'ס תשובה איז דא א ספעציעלע סייעתא דשמיא..)