בלאט 1 פון 1
סעדקינס דייעט
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 1:50 pm
דורך אהרן
דער עולם דרייט באליס אונטער די אויער און עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל..
לעצטענס ווייס איך פון אפאר מענטשן וואס גייען אויף דעם
דייעט און עס איז א מחי', בעסיקלי אויף דעם דייעט הינגערט מען, אבער דער עולם טענהט אז מען שפירט נישט קיין הינגעריגקייט בכלל, מען קען אמאל האבן א גיטע קרעווינג ווען מען זעט א פיינעם דעלקעלע, זאפטיגע הערינג אדער ברוינע אווערנייט קיגעל יעדער לפי מה שהוא איש, אבער הינגער זאגן אלע פה אחד אז דאס איז נישט דא!
עסן עסט מען בערך שתי וחצי גלעזל מילך אדער שתי וחצי יוגורט פאר צוויי טעג פונעם וואך, פרוכט און וועדשטיבעל פאר נאך צוויי טעג און די איבריגע דריי טעג ווייס איך נאכנישט פונקטלעך, מען מעג נאר עסן צווישן 12 און 6 PM שארף, איי ווי אזוי שטילט מען די הינגער? אויף דעם איז דא אן אקיופאנטשער מעטאד, דאס זענען צוויי באליס, סטארטידזיקלי לאקעטעד איינס אינטער יעדע אויער, דאס דרייט מען 20 סקונדעס א יעדע צוויי שעה, און יאלאה, די צוויי באליס דארף מען מען גיין עדזשאסטען א יעדע צען טאג ביי א תלמיד פון דר. סעדקינס און עס געט די כוחות צו הינגערען פאר נאך צען טאג.
איך ווייס פון פיר מענטשען וואס גייען דעראויף, דריי האבן פארלוירן 50 פונט אין 3-4 חדשים, דער פערדער האט לעצטענס אנגעהויבן און פאלט אויך אפ שיין, ווייסעך נישט פונקטליכע דעטאלן.
איך קוק סיריעסלי אריין און דעם, האט דא איינער מער דעטאלן? א קליניקעל סטאדי? סייד עפעקטס? עני פאזאטיוו אדער נעגעטיוו עקספעריענס?
Re: סעדקינס דייעט
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 2:35 pm
דורך קל וחומר
פסיכאלוגישע מעשיות. די באליס טוען גארנישט חוץ פון שפילן מיט די מח (און ס'ארבעט ווילאנג מ'ווייסט נישט דעם סוד...).
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:05 pm
דורך אפשר
אזוי ווי הרב [tag]פליקער[/tag] האט שוין אויסגעשמועס
דא בצחות לשונו אז די ישועה פאר א פעשע מענטש איז צו טוישן זיין לייפסטייל צו עסן אויף א געזונטע שטייגער, דהיינו צו עסן נאר דריי מאלצייטן א טאג און זיך נישט איבערעסן.
כמעט יעדע גראבע מענטש קען ארויסגעבן א גאנצע אנציקלאפעדיע פון אלע דייעטס וואס ער איז שוין געווען דערויף און נאך א קורצע צייט איז מען צוריק צו סקווער וואן.
פון מיין אייגענע עקפעריענס איז טוישן די לייפסטייל אויף א לאנג טערמיניגע אופן די איינציגסטע וועג, יא עס נעמט טאקע לאנג אבער עס איז די ריכטיגע ישועה
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:07 pm
דורך ליפא
אפשר, ס'דא ראיות אז דיין וועג פון דייעט העלפט אויך נישט. לעצטענס איז געווען באשריבן אין טיימס
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:08 pm
דורך ליפא
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:29 pm
דורך פליקער
היות מען האט אריין ג'טעג'ט אין דיזען אשכול וועל איך איבער געבען מיינע צוויי מיט א האלב צענט, איך ווייס פון די דייעט שוין א לאנגע צייט, און האב במכוון נישט גערעדט דערפון, ווייל איך גיי לשיט'תי אז ווען איינער פארלירט וואג לאז אים צירי, לאז אים אפ, ווילאנג עס גייט וואס וועל איך שטיין אין וועג, אבער אז מען רעדט שוין עככההם.
דאס איז א פאקט אז מען פארלירט שטיקער, און קיינער קען דערויף זיך נישט דינגען, ווייל עס איז גלוי וידוע לכל אז מען עסט נישט פארלירט מען, נישט קיין חילוק וואס די סיבה וואס גיבט דיין מוח די שטויס קראפט צי נישט עסן איז. צי איז עס באלי'ס אדער א בענד אדער סתם זיך א נעם געגעבן מיט אייפער אויפהערן פרעסן, אבער איך האלט פערזענליך אז איך וואלט עס נישט איבערגעטראגן, עס איז גאר שווער צי פאסטן צוויי טעג אין איין צו, וואך איין וואך אויס, א מילך טאג איז זייער זייער א שווערע אינטערנעמונג, אפילו די וואס לייקענען עס, זאל מען מיר נישט איינרעדען אז עס איז גרינג, איין טאג קען איך הערן אבער צוויי טאג מיז מען זיין גאר פארביטערט, אבער איי געס די כבוד וואס מען באקומט ווען מען פארלירט וועגט אלעס איבער און מען איז גרייט אויף אלעם אפילו צי אריבערגיין אזא שווערע אינטערנעמונג. איך וויל ביי קיין שום באלי דרייער נישט ארויס לאזן די לופט, דעריבער האב איך נישט געהעצט דערקעגן כאטש איך האלט נישט דערפון מצד סייענץ, און נישט מצד געזינטע דייעט, אבער אז דו פארלירסט ווער גיבט א קרעפ וויזוי, און גיי אן, דריי דיינע באליס און האב אינזין ביי כאטש איין דריי פליקער בן פליקרטע.
וואס איך ציטער איז אז ווען מען האט שוין פארלוירן, וויאזוי כאפט מען זיך אריבער אויף א נארמאלען וואגען, ווי אזוי לערענט מען זיך אויס עסן ווי א מענטש, נישט ווערן ווי א פארציקענדער לייב ווי מען זעיט זיך בייחד מיט א גיט שטיקל קישקעלע, אדער א בריעדיגע שטיקל קארטאפל קיגעל, דאס גלייבט זיך שווער אויף די וואס פארלאזן זיך אויף זייערע באליס זאל ראטעווען זייער שווערן מצב, אבער ווידערום די וואס געוואוינען זיך צו צי זיין נארמאל, און בויען אויף א האס צי גראבע און איבריגע וואג, און פארשטייצעך צי עסן וואס מען טאר נישט, זיי קענען ביישטיין יעדע מצב.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:44 pm
דורך אפשר
ליפא האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=331923#p331923
ליין ביידע לינקס דארט
יישר כח [tag]ליפא[/tag] זייער אן אינטערסאנטער ארטיקל און איך גלייב אז סייענטפיש איז ער גערעכט. נאר צוויי נקודות:
געווענדליך ווען מיר רעדן פון א פעשליכן מענטש רעדט מען פון איינער וואס איז 30 ביז 50 פונט איבערוואגיג, וואס דאס דארף מען צו קענען פארלירן דורך עסן ווי א נורמאלער מענטש.
איך רעדט פון מיין עקפיריענס און פון מיינע באקאנטע.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:37 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב ערענסט געמיינט אז יענעם אויגן גלעזער הענטלעך שטעכט אים.... ניטאמאל געוואוסט אז מ'מאכט דאס גענאר פון אים
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 6:06 pm
דורך ודי למבין
איך האב פערזענליך פארלוירן א שיינע צאל פונטען אין גאר א קורצע צייט (דעטאלן קען מען באקומען אין אישי) די מילך טעג איז נישט אזוי געפערליך ווי פליקער פרובירט עס צו מאכן. איך בין שוין אראפ פון די דייעט איבער א יאר און נאר צוריק גענומען 2-3 פונט וואס כבין תיכף פטור געווארן דערפון.
ער גיבט נישט גענוג חיזוק און עצות פאר מילך טעג אבער עס ארבעט
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 6:59 pm
דורך פליקער
ודי למבין האט געשריבן:איך האב פערזענליך פארלוירן א שיינע צאל פונטען אין גאר א קורצע צייט (דעטאלן קען מען באקומען אין אישי) די מילך טעג איז נישט אזוי געפערליך ווי פליקער פרובירט עס צו מאכן. איך בין שוין אראפ פון די דייעט איבער א יאר און נאר צוריק גענומען 2-3 פונט וואס כבין תיכף פטור געווארן דערפון.
ער גיבט נישט גענוג חיזוק און עצות פאר מילך טעג אבער עס ארבעט
ב"ה, גיי אן און האב פיל הצלחה,
א דאנק.
Re: סעדקינס דייעט
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 2:23 am
דורך פייער אפפער
דאס איז זיכער אז ווען מ'עסט נישט פארלירט מען גרויסע פונטן
אבער וואס מיר ווינדערט איז אויב סאיז בכלל געזונט פארן קערפער צו פאסטן אזויפיל טאג נאכאנאנד
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
Re: סעדקינס דייעט
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 6:45 am
דורך יעלה ויבא
הלכתי אליו שלשה פעמים ארבעים יום ונושעתי ולא הבטחתי לפרסם
lead, follow, or get out of the way
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 9:38 am
דורך ודי למבין
בד״ו די באליס זענען בלי שום ספק גאר נישט ווערט. איך פלעג יעדע מאל נאך ארויס גיין פון זיין אפיס אראפ רייסען די באליס און נישט געפילט קיין שום חילוק.
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 11:04 am
דורך אהרן
קל וחומר האט געשריבן:פסיכאלוגישע מעשיות. די באליס טוען גארנישט חוץ פון שפילן מיט די מח (און ס'ארבעט ווילאנג מ'ווייסט נישט דעם סוד...).
ודי למבין האט געשריבן:בד״ו די באליס זענען בלי שום ספק גאר נישט ווערט. איך פלעג יעדע מאל נאך ארויס גיין פון זיין אפיס אראפ רייסען די באליס און נישט געפילט קיין שום חילוק.
אפיציעל דארף עס צו זיין אקיופונטשער, מיר זאגט איינער וואס גייט דעראויף אז עס העלפט אים, ער שפירט נישט קיין הינגער בכלל, איינרעדעניש? קען זיין, אבער עס ארבעט..
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 11:15 am
דורך אהרן
פליקער האט געשריבן:היות מען האט אריין ג'טעג'ט אין דיזען אשכול וועל איך איבער געבען מיינע צוויי מיט א האלב צענט, איך ווייס פון די דייעט שוין א לאנגע צייט, און האב במכוון נישט גערעדט דערפון, ווייל איך גיי לשיט'תי אז ווען איינער פארלירט וואג לאז אים צירי, לאז אים אפ, ווילאנג עס גייט וואס וועל איך שטיין אין וועג, אבער אז מען רעדט שוין עככההם.
דאס איז א פאקט אז מען פארלירט שטיקער, און קיינער קען דערויף זיך נישט דינגען, ווייל עס איז גלוי וידוע לכל אז מען עסט נישט פארלירט מען, נישט קיין חילוק וואס די סיבה וואס גיבט דיין מוח די שטויס קראפט צי נישט עסן איז. צי איז עס באלי'ס אדער א בענד אדער סתם זיך א נעם געגעבן מיט אייפער אויפהערן פרעסן, אבער איך האלט פערזענליך אז איך וואלט עס נישט איבערגעטראגן, עס איז גאר שווער צי פאסטן צוויי טעג אין איין צו, וואך איין וואך אויס, א מילך טאג איז זייער זייער א שווערע אינטערנעמונג, אפילו די וואס לייקענען עס, זאל מען מיר נישט איינרעדען אז עס איז גרינג, איין טאג קען איך הערן אבער צוויי טאג מיז מען זיין גאר פארביטערט, אבער איי געס די כבוד וואס מען באקומט ווען מען פארלירט וועגט אלעס איבער און מען איז גרייט אויף אלעם אפילו צי אריבערגיין אזא שווערע אינטערנעמונג. איך וויל ביי קיין שום באלי דרייער נישט ארויס לאזן די לופט, דעריבער האב איך נישט געהעצט דערקעגן כאטש איך האלט נישט דערפון מצד סייענץ, און נישט מצד געזינטע דייעט, אבער אז דו פארלירסט ווער גיבט א קרעפ וויזוי, און גיי אן, דריי דיינע באליס און האב אינזין ביי כאטש איין דריי פליקער בן פליקרטע.
וואס איך ציטער איז אז ווען מען האט שוין פארלוירן, וויאזוי כאפט מען זיך אריבער אויף א נארמאלען וואגען, ווי אזוי לערענט מען זיך אויס עסן ווי א מענטש, נישט ווערן ווי א פארציקענדער לייב ווי מען זעיט זיך בייחד מיט א גיט שטיקל קישקעלע, אדער א בריעדיגע שטיקל קארטאפל קיגעל, דאס גלייבט זיך שווער אויף די וואס פארלאזן זיך אויף זייערע באליס זאל ראטעווען זייער שווערן מצב, אבער ווידערום די וואס געוואוינען זיך צו צי זיין נארמאל, און בויען אויף א האס צי גראבע און איבריגע וואג, און פארשטייצעך צי עסן וואס מען טאר נישט, זיי קענען ביישטיין יעדע מצב.
אפשר האט געשריבן:אזוי ווי הרב [tag]פליקער[/tag] האט שוין אויסגעשמועס
דא בצחות לשונו אז די ישועה פאר א פעשע מענטש איז צו טוישן זיין לייפסטייל צו עסן אויף א געזונטע שטייגער, דהיינו צו עסן נאר דריי מאלצייטן א טאג און זיך נישט איבערעסן.
כמעט יעדע גראבע מענטש קען ארויסגעבן א גאנצע אנציקלאפעדיע פון אלע דייעטס וואס ער איז שוין געווען דערויף און נאך א קורצע צייט איז מען צוריק צו סקווער וואן.
פון מיין אייגענע עקפעריענס איז טוישן די לייפסטייל אויף א לאנג טערמיניגע אופן די איינציגסטע וועג, יא עס נעמט טאקע לאנג אבער עס איז די ריכטיגע ישועה
צוויי נקודות.
1- ווי באקאנט פאר די אלע וואס זענען אין די פעשע קלאב אז עס טוישט זיך נישט קיין לייף סטייל אזוי גרינג, אזוי ווי[tag]אפשר[/tag] שרייבט אז יעדער פעשער קען ארויסגעבן א גאנצע ביך פון זיין דזשורני, ווען יא וואלט דאך נישט געווען קיין פעשע חברה, קיינער זוכט נישט דארט צו זיין, נאר וואס דען מען הייבט אן מיט א פרישקייט, מען גרייט זיך צו א טעללער גרינס פאר פרישטאג דאס האלט אן פאר צוויי וואכן, און פערטיג, ממילא די סארט דייעטס וואס מען זעט סיריעס רעזאלטס איז לכאורה זייער א גוטע אפשען, איי וואס טוט מען דערנאך? איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט פארלוירן 50 פונט 3 יאר צוריק, זייט דעמאלטס גייט ער א חודש יעדעס יאר פאר מעינטענענס...
2- א געהעריגע דיעטע ארבעט נישט פאר יעדעם, אזוי ווי [tag]ליפא[/tag] האט געברענגט, און ווי איך גערעדט מיט אפאר מענטשן, מען קען זיך מיטשענען פאר 4 חדשים זיך טרעפענדיג מיט א דעפעציט פון בלויז 10
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 11:17 am
דורך אהרן
ודי למבין האט געשריבן:איך האב פערזענליך פארלוירן א שיינע צאל פונטען אין גאר א קורצע צייט (דעטאלן קען מען באקומען אין אישי) די מילך טעג איז נישט אזוי געפערליך ווי פליקער פרובירט עס צו מאכן. איך בין שוין אראפ פון די דייעט איבער א יאר און נאר צוריק גענומען 2-3 פונט וואס כבין תיכף פטור געווארן דערפון.
ער גיבט נישט גענוג חיזוק און עצות פאר מילך טעג אבער עס ארבעט
יעלה ויבא האט געשריבן:הלכתי אליו שלשה פעמים ארבעים יום ונושעתי ולא הבטחתי לפרסם
lead, follow, or get out of the way
קאדאס, ודי איך וועל קומען שפעטער אין אישי.
Re: סעדקינס דייעט
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 12:27 pm
דורך פייער אפפער
סאיז געזונט אדער נישט?
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:39 pm
דורך ווילי אינגערמאן
איך האב אנגעהויבען א וואך צירוק, ב"ה פארלוירען 10 פונט אין 1 וואך, געווען שווער די ערשטע 2 טעג, i have no clue צו די באלליס העלפט אדער סאיז נאר פאר די נערווען
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:43 pm
דורך ווילי אינגערמאן
פייער אפפער האט געשריבן:סאיז געזונט אדער נישט?
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
איך ווייס פון אסאך אינגעלייט וואס זענען געווען דערויף, פון קיינעם נישט געהערט געזונט פראפלעמען
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:47 pm
דורך פליקער
ווילי אינגערמאן האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען א וואך צירוק, ב"ה פארלוירען 10 פונט אין 1 וואך, געווען שווער די ערשטע 2 טעג, i have no clue צו די באלליס העלפט אדער סאיז נאר פאר די נערווען
GO WILLY GO

Re: סעדקינס דייעט
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 2:45 pm
דורך אהרן
פליקער האט געשריבן:ווילי אינגערמאן האט געשריבן:איך האב אנגעהויבען א וואך צירוק, ב"ה פארלוירען 10 פונט אין 1 וואך, געווען שווער די ערשטע 2 טעג, i have no clue צו די באלליס העלפט אדער סאיז נאר פאר די נערווען
GO WILLY GO
