זר זהב האט געשריבן:yisroelotd@
פאר איך בין געווארן א כופר האב איך זיך געלענט ספעלן אידיש. ס'פלעין נישט cool!!
ביטע!!
עס איז נישט מיין פראבלעם, איך שרייב פון א סעלפאון, און איך לייד שטארק פון די auto correct פון מיין טעלפאון, און דאס איז פארוואס איך קום אהן ווייניג צו שרייבן אויף מיין בלאג.
איך האב לעצטענס אנגעהויבן שרייבן אויף וואורד און נאכדעם קאפי איך עס אריין צום בלאג, ווי די ערשטע ארטיקל וועט האפנטליך זיין מארגן.
און דאס וואס די שרייבסט וועגן דעם אז דו האסט זיך געלערנט ענגליש פארן ווערן אן אפיקורס, פארשטיי איך נישט, ווייל איך האב קיינמאל נישט געמאכט קיין לשם יחוד און געגאנגען ווערן אן אפיקורס, איך האב פשוט געהאט נארמאלע קשיות, און איך בין געווען זיכער אז איך וועל טרעפן תירוצים, אבער אנשטאט תירוצים האט מען געשריגן מו מיר "אמונה פשוטה ", האב איך פרובירט אלעס, פאר איך בין בכלל געגאנגען צום אינטערנעט, נאר טוען דאס איז געבליבן די איינציגסטע ברירה בין איך אבער געקומען, און געטראפן א וועלט, און פארלוירן מיין געוועזענעם לעבן, וד"ל