בלאט 1 פון 2
איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:23 pm
דורך תורה ומדע
איך טראכט אז די גרעסטע אומרעכט און אונזער חסידישע קרייזען ווערט אפגעטוהן צו די יונגע פארפעלקער וואס מען טוט זיי אריין ווארפען אינעם לעבען אהן קיין הכנה און אן א רוקען ביין אין רוב חלקים פון לעבען. מען קען צוטיילען דעם ענין אין עטליכע חלקים.
א. פינאנציעל און עקאנאמישע השגות
ב. סאציעלע סקיללס
ג. תורה, השקפה, און חכמה
ד. חוקי המדינה און בעיסיק נארמען פון ציוויליזאציע
מען קען מאריך זיין אויף יעדער נקודה זייער אסאך. די אונטערשטער שורה בלייבט אז די יונגע קינדערלעך זענען נישט גרייט דערצו ביי די צוואנציג יאהר אנצוהייבן דאס וואס רופט זיך "מעעריד לייף" און פינענציעלע ריספאנסיביליטי וכו'. וואס געשעהט איז אז דער עול פאלט אויף די עלטערען וואס האבען אסאך אנדערע דאגות וכו'. ווען מען וואלט אפגעשטיפט די חתונות ביז די 25 וואלט מען געסאלבט אסאך פראבלעמען פאר דורות.
וואס האלט איהר?
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:25 pm
דורך קל וחומר
ומה יעשה הבן שלא יחטא?
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:31 pm
דורך שמעקעדיג
תורה ומדע האט געשריבן: ווען מען וואלט אפגעשטיפט די חתונות ביז די 25 וואלט מען געסאלבט אסאך פראבלעמען פאר דורות.
ווי אזוי? ביטע זיי מסביר.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:31 pm
דורך תורה ומדע
די זעלבע עצה וואס ארבעט ביז די צוואנציג וועט ארבעטען ביז די פינעף און צוואנציג. משכהו לבית המדרש כנהוג בישיבות הק' דליטא. נאך מער, דוכט זיך אז נאך די חתונה איז מען נישט פריי פונעם בעל דבר, בפרט בזמננו. עס איז נא'איו לדעתי צו טראכטען אז פת בסלו ארבעט היינט ווי בימי הגמרא און חז"ל
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:32 pm
דורך סמבטיון
ווען מען וואלט געווארט ביז די 25 וואלטן מיר געהאט אזא פנים ווי די ליטוואקעס.. סעזיצן נעבעך טויזענטע עלטערע מיידלעך און ווארטן אויף א שידוך, די בחורים זוכן די יונגערע און די אלע וואס ווארטן ווייל זיי זענען נאך נישט גרייט, אדער ווי די לייגסט עס אראפ אז זיי האבן נאך נישט די סקילס צו פירן א שטוב, זיצן און לאזן די האר ווייס ווערן, גיי ארויס אין און קוק דיר אום וויפיהל טויזענטע מיידלעך פון ליטווישע שטיבער זענען העכער די 25 אדער נאך עלטער, סשרעק וואס גייט דארט פאר, בע"ה האף איך צו חתונה מאכן מיינע קינדער ביי די 19 בשעה טובה ומצלחת, און זיי וועלן אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתורתו.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:33 pm
דורך קרעקער
נאך א אומרעכט ממאכט זיי חתונה אן קיין שום פרנסה,
און א טאג נאכען חתונה מוזען זיי באצאלען 2000 $ רענט
מאך זיי חתונה ביי 25 און ביי די 18 טרעין עם אריין אין א זשאב, אז ביי די 25 ווען ער וועט חתונה האבען זאל ער קענען באצאלען די רענט
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:34 pm
דורך תורה ומדע
סמבטיון האט געשריבן:ווען מען וואלט געווארט ביז די 25 וואלטן מיר געהאט אזא פנים ווי די ליטוואקעס.. סעזיצן נעבעך טויזענטע עלטערע מיידלעך און ווארטן אויף א שידוך,
די מיידלעך זאלען אויך ווארטען.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 5:46 pm
דורך תורה ומדע
קרעקער האט געשריבן:נאך א אומרעכט ממאכט זיי חתונה אן קיין שום פרנסה,
און א טאג נאכען חתונה מוזען זיי באצאלען 2000 $ רענט
מאך זיי חתונה ביי 25 און ביי די 18 טרעין עם אריין אין א זשאב, אז ביי די 25 ווען ער וועט חתונה האבען זאל ער קענען באצאלען די רענט
ער מוז נישט גיין ארבעטען ביי די 18, תורה מה תהא עליה?
ער קען זיך לערנען א פאך אדער לערנען וועגען די וועלט מיט א GED וכו' צוביסליך אינאיינעם מיטעו לערנען. די מיידלעך קענען ארבעטן פאר פינעף יאהר איידער די חתונה און שיין פארדינען.
איין זאך איז קלאר: די סטאטוס קווא מוז געטוישט ווערען. עס איז א מצב פון עת לעשות לד' לדעתי.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:01 pm
דורך תורה ומדע
סמבטיון האט געשריבן:ווען מען וואלט געווארט ביז די 25 וואלטן מיר געהאט אזא פנים ווי די ליטוואקעס.. סעזיצן נעבעך טויזענטע עלטערע מיידלעך און ווארטן אויף א שידוך, די בחורים זוכן די יונגערע און די אלע וואס ווארטן ווייל זיי זענען נאך נישט גרייט, אדער ווי די לייגסט עס אראפ אז זיי האבן נאך נישט די סקילס צו פירן א שטוב, זיצן און לאזן די האר ווייס ווערן, גיי ארויס אין און קוק דיר אום וויפיהל טויזענטע מיידלעך פון ליטווישע שטיבער זענען העכער די 25 אדער נאך עלטער, סשרעק וואס גייט דארט פאר, בע"ה האף איך צו חתונה מאכן מיינע קינדער ביי די 19 בשעה טובה ומצלחת, און זיי וועלן אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתורתו.
די ליטוואקעס זענען זיך אליין שולדיג. עס האט ווייניג צו טוהן מיט די יאהרען. עס האט מייסטנס צו טוען מיט דער פאקט אז דער אידיאל וואס מען פרעדיגט איז חתונה האבען מיט אן עכטע בן תורה וואס וועט לערנען לעולם דוד. פארדעם פארשטטייט זיך דארף מען האבען גרויס געלט..
אבער אויב מעיקרא דדינא איז דער אידיאל צו זיין אן ערליכער איד און פירען אן ערליכער שטוב איז דער פראבלעם נישטא, און מען קען ווארטען חתונה האבען ביז 25 נאך א פאר יאהר פון פרעפערעישאן.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:03 pm
דורך תורה ומדע
קל וחומר האט געשריבן:ומה יעשה הבן שלא יחטא?
ומה יעשה הבן שלא ילסטם את הבריות ואת השלטונות ברמאות כלבן הארמי בשעתו?
Re: איז עס יושר וואס מען טוט מיט א יונגער פארפאלק
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:06 pm
דורך קל וחומר
ממה נפשך, האט ער פרנסה אידעך גוט.
האט ער נישט, פארוואס זאל ער נישט מעגן נעמען פון די שטאטישע מעשיות??
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:13 pm
דורך תורה ומדע
איהר ווילט זיין גלאט ישר, אדער נאר גלאט כשר?
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:27 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
קל וחומר האט געשריבן:ממה נפשך, האט ער פרנסה אידעך גוט.
האט ער נישט, פארוואס זאל ער נישט מעגן נעמען פון די שטאטישע מעשיות??
נאכאמאל אז ער צאלט 2500 א חודש רענט איז ער שוין אוטאמאטיש נישט עליגיבל פאר די פראגראמען
פון דאס רעדט מען דא מען מאכט אים חתונה מען שטעלט אים אריין און א דירה פאר טייער רענט ער מוז אנפאנגן נעמען אלע חאזעריי שלא ביושר דאס הייסט געלערנט א קרומע פאדרייטע וועג
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 6:33 pm
דורך קאווע טרינקער
19 איז יונג? אפשר 25 איז אויך יונג? פרעג נאר א גוי.
די נישט יושר איז, דאס אז מ'שטופט זיי נישט ארויס פון די ד' אמות. און מ'שטופט זיי נישט ארויס פון כולל.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 8:12 pm
דורך שמעון וואלף
תורה ומדע האט געשריבן:די זעלבע עצה וואס ארבעט ביז די צוואנציג וועט ארבעטען ביז די פינעף און צוואנציג. משכהו לבית המדרש כנהוג בישיבות הק' דליטא. נאך מער, דוכט זיך אז נאך די חתונה איז מען נישט פריי פונעם בעל דבר, בפרט בזמננו. עס איז נא'איו לדעתי צו טראכטען אז פת בסלו ארבעט היינט ווי בימי הגמרא און חז"ל
אודאי איז מען נישט פריי פונעם בעל דבר אבער ווי קענסטי פארגלייכן א 20 יעריגע יונגערמאן צו א צוואנציג יעריגע בחור?
די בעסטע איז נאך אונזער סיסטעם ווי מ'האט חתונה ביי די צוואנציג אבער דאס איז די איינציגסטע גוטע זאך פון אונזער סיסטעם. נאך די חתונה מוז זיין א מהלך ווי מ'קען אוועקלייגן געלט פאר שפעטער אדער צו קויפן א דירה. כולל איז פאר יחודי סגולה און 95% דארף גיין ארבעטן א טאג נאך שבע ברכות. אוטאמאטיש וועלן כוללים קענען צאלן מער פאר די 5% כולל יונגעלייט.
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 8:16 pm
דורך קנאקעדיג
דער אומיושר הייבט זיך שוין אן ביי חתן כלה מאכן פון איין צוויי מאל זיך זען א פאר מינוט צוויי מענטשן וואס ווייסן נישט מחייכון און מזל טוב!
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 9:27 pm
דורך אביתר פריעדמאן
וויאזוי האט נאר א גוטער איד געזאגט:
היינטיגע צייטען ווען א פארפאלק וועקט זיך אויף א טאג נאך זייער חתונה זענען זיי שוין אפישעלי בענקראפטעט....
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 10:12 am
דורך תורה ומדע
קרעקער האט געשריבן:נאך א אומרעכט ממאכט זיי חתונה אן קיין שום פרנסה,
און א טאג נאכען חתונה מוזען זיי באצאלען 2000 $ רענט
מאך זיי חתונה ביי 25 און ביי די 18 טרעין עם אריין אין א זשאב, אז ביי די 25 ווען ער וועט חתונה האבען זאל ער קענען באצאלען די רענט
בכלל דברי דבריך
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 10:15 am
דורך תורה ומדע
קנאקעדיג האט געשריבן:דער אומיושר הייבט זיך שוין אן ביי חתן כלה מאכן פון איין צוויי מאל זיך זען א פאר מינוט צוויי מענטשן וואס ווייסן נישט מחייכון און מזל טוב!
אין הכי נמי, ווער טוט דען אזוי. רב ביק זצ"ל האט מחייב געןןען זיך טרעפעו לכה"פ 7 מאהל
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 2:41 pm
דורך יעקב מענטש
פאר דו פרעגסט אזא פראגע, וואס באשולדיגט שוין אין א אומרעכט, בעט איך פון דיר זאלסט מאכן א סך הכל פון די ליטווישע ווס. די חסידישע, און פראווען אז די קרייזן וואס טוהן יא וואס דו פארלאנגסט אז די חסידים זאלן טוהן, האבן א בעסערע באטאם ליין, זייער לעבן איז מער ענדזשויעבל, אויסגעשטעלט צו ווייניגער פראבלעמן וכו'.
ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע קאמיונטי האט זיך זיינע מעלות/חסרונות, און די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט פארלאנגן א טויש איז נאר אויב זייער סך הכל ווייזט בעסערע רעזולטאטן עקראוס די באארד ווי אונזערס.
איך פערזענליך האלט אז געוויסע זאכן אויף וואס דו פארפיהרסט לערנט מען זיך אליין מיט די צייט, און געוויסע זאכן זענען לגמרי נישט וויכטיג, און געוויסע זאכן וואלט מען יא ווען געדארפט לערנען.
אלנפאלס, ביזט מכובד צו נעמן די פענע אין די הענט און אראפלייגן א 'עווריטש' חסידישע לעבן, ווס. א 'עווריטש' ליטווישע/מאדערנע לעבן, מיט אלע מעלות/חסרונות וואס ביידע לעבנסשטייגערס ברענגן מיט זיך.
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 2:48 pm
דורך דבילה
דאס וואס דו קלערסט צו טוהן מיט די אינגעלייט פון די 20 ביז די 25 זיי גרייט צו מאכן פאר "מערריד לייף" קענסטו טוהן יעצט פון 15 ביז די 20. און די זעלבע סיבה וואס לאזט דיר נישט טוישן גארנישט פון די 15 ביז די 20 וועט דיר נישט לאזן טוישן פון די 20 ביז די 25. ופשוט.
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 3:08 pm
דורך תורה ומדע
יעקב מענטש האט געשריבן:פאר דו פרעגסט אזא פראגע, וואס באשולדיגט שוין אין א אומרעכט, בעט איך פון דיר זאלסט מאכן א סך הכל פון די ליטווישע ווס. די חסידישע, און פראווען אז די קרייזן וואס טוהן יא וואס דו פארלאנגסט אז די חסידים זאלן טוהן, האבן א בעסערע באטאם ליין, זייער לעבן איז מער ענדזשויעבל, אויסגעשטעלט צו ווייניגער פראבלעמן וכו'.
ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע קאמיונטי האט זיך זיינע מעלות/חסרונות, און די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט פארלאנגן א טויש איז נאר אויב זייער סך הכל ווייזט בעסערע רעזולטאטן עקראוס די באארד ווי אונזערס.
איך פערזענליך האלט אז געוויסע זאכן אויף וואס דו פארפיהרסט לערנט מען זיך אליין מיט די צייט, און געוויסע זאכן זענען לגמרי נישט וויכטיג, און געוויסע זאכן וואלט מען יא ווען געדארפט לערנען.
אלנפאלס, ביזט מכובד צו נעמן די פענע אין די הענט און אראפלייגן א 'עווריטש' חסידישע לעבן, ווס. א 'עווריטש' ליטווישע/מאדערנע לעבן, מיט אלע מעלות/חסרונות וואס ביידע לעבנסשטייגערס ברענגן מיט זיך.
ווי געזאגט פריער, די ליטווישע- ישיבישע לעבענסשטייגער האט איר אייגענע פראבלעמען וואס זענען רובא דרובא זעלבסט אינפליקטעד. דאס פטר'ט אונז אבער נישט פון אוועקשטעלען א בעסערע שווה-לכל-נפש'דיגע צוקונפט פאר דעם נעקסען דור און ווייטער.
עס איז אן עבודה קשה שבמקדש, והא ראי', אז קיינער פון די רבנים אדער מנהיגים ווילען נישט אדרעססירן דעם ענין, (לדעתם איז אפשר בוני עולם וויכטיגער...). אבער ווי קענען מיר ווייטער ממשיך זיין אין דעם ריכטונג וואס נעמט פיינע יוגעלייט און ווייבלעך און טראנספארמירט זיי אין איין נאכט צו א רחמנות'דיגע מצב וואס איז דומה צו א מענש אין א אכט פיסיגע סווימינג פול אהן קיין שווימיניג סקיללס אדער מיטלען.
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 3:17 pm
דורך תורה ומדע
דבילה האט געשריבן:דאס וואס דו קלערסט צו טוהן מיט די אינגעלייט פון די 20 ביז די 25 זיי גרייט צו מאכן פאר "מערריד לייף" קענסטו טוהן יעצט פון 15 ביז די 20. און די זעלבע סיבה וואס לאזט דיר נישט טוישן גארנישט פון די 15 ביז די 20 וועט דיר נישט לאזן טוישן פון די 20 ביז די 25. ופשוט.
מען קען נישט לדעתי ווייל פון 15 ביז 20 לערענט מען זיך אויס צו לערנען און מען ליגט אין לערנען כדבעי. נאך דעם קען מען צוביסליך אריינלייגען אינעם סדר היום למודי חול וכו'