בלאט 1 פון 3
חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 6:45 pm
דורך קנאקעדיג
פאר ביז ארום 10 יאר צוריק האט מען געדארפט זוכן מיט לעכט (און מ'האט נישט געזוכט) פאר א פייער ל''ג בעומר אין ווילי, ס'געווען אפשר צוויי שולן וואס האבן געמאכט, דאס האט געהאט א חן ווען מ'האט געקענט בלייבן מיט די הרגשה אז דאס מאכן הדלקה איז בעצם נישט לעדזשיט ניטאמאל א בדיעבד נאר וואס דען? אפשר יענע קליינע רבי'ס טאטע איז פון ירושלים ממילא וויל זיין זון טון ווי זיין טאטע אבער געוויסט האט מען אז קיין שום מקור איז נישט דא אויף מאכן א הדלקה אין חוץ לארץ!! און אז ס'נישטא איז נישטא! סתם מאכן פייערס ניין! יעצט מיש אריבער צען יאר, און אויף יעדע עק גאס ווי עס זיצט נאר א רבי אדער א רב מאכט מען א פייער, יעדע קליינע שול זוכט לעגיטימיטאציע מיט מאכן א פייער און יעדער טאנצט און שפרינגט און מפילט זיך נאך גוט מיט זיך א הויקער ס'איז קרעפ ! מיר האבן פארלוירן אונזער אוטענטיסיטי, מיר זענען סתם דזשלעסי פריקס ווייל אונז זען קליפס פון ארץ ישראל מיינען אונז אז סנישט פעיר? איך וויל אויך פאן!! ס'האט נישט הענט און פיס! הערטס אויף און ברענגטס צוריק די אינעסענטקייט פון אמאל!
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 7:12 pm
דורך ליפא
ר' איד איר מוזט זיך אביסעלע בארואיגן.... האסט א שטיקל אמת'ע נקודה
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 7:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
נאפליאן האט אמאל געזעהן א מנין אידן מחדש זיין די לבנה.
ער שטעלט זיך אפ אין פרעגט ״וואס טוען ענק דא״??
די אידן זענען מסביר, אונז דאנקן השי״ת אז די לבנה צוטיילט זיך מיטן זון, אין די לבנה שיינט אויפ יעדער חודש אין א סדר וגו׳
נאפליאן עפענט אויף אפאר אויגן אין זאגט ״טאמער האטב עטץ נישט קיין אנדערע דאגות מיז ענקער עקאנמיע זיין זייער גוט״.
לענינינו, [tag]קנאקעדיג[/tag], דיין עקאנמיע דארף זיין זייער גוט.
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 7:39 pm
דורך אחד העם
ס'איז דא א חיוב, צו מבטל זיין אלע חיובים.
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 10:14 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
ווייס בכלל נישט וואס די רודערסט דא ארום, וואס פונקטליך איז די חילוק פון מאכן הדלקה אין ישראל אדער אין חוץ לארץ, זיי קודם מסביר פארוואס אין ישראל איז עס יא פארשטענדליך, און בכלל וועים גייט אן אז מען איז מדליק הדלקה׳ס ס׳דא וויכטיגערע זאכן וואס מען דארף אפשטעלן פאר די הדלקה׳ס
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 10:24 pm
דורך גר ותושב
מיין מיינונג: די הדלקות זענען נישט בי. עס.
אבער עס וואלט יא געוועין כדאי דאס צו איינצומען אביסל לכה"פ אין די שטעיטל מאנסי וואס איז פשט אז יעדע שמויגער באקומט א פערמיט און פארשפארט א גאס לכבוד התנאי האלוקי אן זיך רעכענען מיט די איינוואונערס און דורך גייערס וואס וואס דארפן יעצט אנקומען אהיים?
פאריגע יאר בין איך פארשטעלט געווארן ביי א גאס וואס עפעס א קליין בית מדרשל האט געמאכט אן הדלקה ווי עס האבן זיך משתתף געוועין בערך 15 יודן די גאנצע עולם איז געוועין אויף די זעלבע סייד וואלק ווי די פייער בין איך צו געגאנגען צום פאליציי פרעיגן פארוואס איז די גאס אפגעשפארט האט ער גענטפערט אז די פרויען פון די אנדערע זייט גאס (בערך זיבען אדער אכט פרויען) זאלן קענען זעין.
און ווען עס וואלט ווען געוועין א גרעסערע עולם איז עס אויך נישט קיין סיבה אפצושפארן גאסן פון ניין ביז עלף ביינאכט און וואס וואלט ווען שלעכט געוועין ווען ביידע שטייען אויף די זעלבע סייד וואלק איין זייט די מענער און איין זייט די נשים צדקניות?
קול מבשר זאגט בשם ר' שמעון (איך ווייס נישט קיין אנדערע מקור) אז די וואס טוהן חסד פאר די אורחים פון מירון דארפן זיי באקומען א ישועה איך בין זיכער אז דאס איז נישט די רצון פון ר' שמעון צו מצער זיין די תושבים קבועים מיט א תירוץ אז מען טוט דאס לכבוד התנא.
ומכאן הקריאה יוצאת אז ווער עס וועט טוהן חסד מיט תושבי מאנסי און זיך רעכענען מיט זיי וועלן זיי זיכער באקומען א ישועה (מקור קאווה שטיבל).
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 11:28 pm
דורך קל וחומר
איך פארשטיי נישט די אויפברויז, בסך הכל מאכט עס אביסל מער קאלארפול אונזער סיסעמאטישע אידישקייט.
ווילסט נישט גיין, גיי נישט. אבער טענות האב נישט.
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:05 am
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אויפברויז, בסך הכל מאכט עס אביסל מער קאלארפול אונזער סיסעמאטישע אידישקייט.
ווילסט נישט גיין, גיי נישט. אבער טענות האב נישט.
יא: אבער גותו"ש און די אנדערע מתנגדים רעדן פון אפשפארן גאסן אז די איינוואוינער אדער די דורכפאהרער זאללן נישט קענען נוצן די גאס ווייל עפעס א רבי'לע א בעל בכי, פי' בויך, מיט זיינע חסידים ווילן זיך צופייערן און טאנצן, זינגענדיג ..."בר יוחאי"...מיט'ן סקארבאווער ניגון ווען עפעס א פייער'ל פלאקערט דארט.
איך געדענק ווען דער זעלבער רבי'לע ---וועלכער האטציך צושלאגן מיט זיינע בני משפחה איבער די רבי'סטווא--- האט געמאכט א חאלאקע פאר זיין בן זקונים'ל אין די 3 וואכן אין די קאנטרי. און ער, זייענדיג א בעל בשר איז איהם שווער געווען צו וואקן פון זיין באנגעלאו פאלאץ ביז צום ביהמ"ד. האבן די חסידים צו געשטעלט טראנספארטאציע. די רבי שליט"א איז געקומען צו פאהרן צוזאמען מיט זיין זונ'דעלע אויף אן עי.טי.ווי. טרעקטאר'ל. און די רבי מיט זיינע פאסאזשירן האבן זיך געווארפן אויף א יעדן גריבל און בערגל אויפ'ן וועג. און א זייטיגער צו קוקער (נישט זייענדיג א חסיד) האט זיך געקוילערט פאר געלעכטער פון די אינטרעסאנטקייט פון די סצענע. און די חסידים האבן געטאנצן קדוש מיט גרויס התלהבות...!
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 12:52 pm
דורך יצמחפרקני
קל וחומר האט געשריבן:ווילסט נישט גיין, גיי נישט. אבער טענות האב נישט.
אבער ער מוז דאך טראגן די קינדער...
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:נאפליאן האט אמאל געזעהן א מנין אידן מחדש זיין די לבנה.
ער שטעלט זיך אפ אין פרעגט ״וואס טוען ענק דא״??
די אידן זענען מסביר, אונז דאנקן השי״ת אז די לבנה צוטיילט זיך מיטן זון, אין די לבנה שיינט אויפ יעדער חודש אין א סדר וגו׳
נאפליאן עפענט אויף אפאר אויגן אין זאגט ״טאמער האטב עטץ נישט קיין אנדערע דאגות מיז ענקער עקאנמיע זיין זייער גוט״.
לענינינו, [tag]קנאקעדיג[/tag], דיין עקאנמיע דארף זיין זייער גוט.
איך האב געהערט די מימרא פון פראנץ יאזעף, אבער דער נקודה איז ריכטיג. מ'רופט אן געוויסע מענטשען 'פגימת הלבנה' מענטשען. די וואס זארגען זיך פאר שטותים און לאקשען.
אבער אין די פאל איז עס נישט ריכטיג. דאס איז א פראבלעם, נישט די וועלט'ס פראבלעם אבער א פראבלעם פארט.
מה כל הרעש
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:35 pm
דורך חסיד
רבותי, לאמיר זיך אביסל בארואיגן און טעיק עי סטעפ בעק.
כ'בין נישט קיין הימל-שפאצירער וואס ווייסט וואס טוט זיך אפ אין הימל, וואסארע תיקונים אדער אויפטוען הדלקות מאכן יא אדער נישט, אבער...
ס'איז קלאר ווי דער טאג אז איינע פון די שטערקסטע מעלות אן אריינגיין אין מדריגות וואס חסידות האט, איז אז דער סיסטעם איז געשטעלט געווארן פונעם בעשה''ק און ווייטער, נישט נאר פאר תלמידי חכמים ובני תורה, נאר קענען אריינברעגן מער מענטשן און אמונה ובטחון דורך א געשמאק און א ווירדע און אידישקייט.
יעצט נחזה אנן, זיצט זיך א בחור אין ישיבה, צום לערנען האט ער נישט קיין קאפ, צום דאווענען נישט קיין געדולט, דער מנהל גריצלדיגע שטימע ברענגט צו איבלען, אונעם פארפרומטן מגיד שיעור וואס פרובירט צו אריינפרעגלען דעם מתיקות התורה איז אים מרורין כזית, נא, מה יעשה הבן שלא יחטא, תורה איז נישט פאר אים קיין עסק, און אלעס וואס אידישקייט באשטייט איז אים ווי א פגע'דיגן פלוג וואס מ'קען נישט פטור ווערן?
נא, קומט צו גיין די פינאמינאם חסידות מיט אלע אירע מעלות און חסרונות, אבער דער בחור קען מאכן שילדן פאר די גרויסע מעגא חתונה פונעם רבי'ןס אכצינטען נעפיו מיטן רבינס א ברודערס איידעם'ס שוואגער, ער איז דער מייסטער ארכיטעקט פון די נוי סוכה, ער האט די זכי' צו ריקען די פארענטשעס יעידע וואך נאך'ן טיש, ער איז א מענטש, אויב איז ער זוכה און האט א געשמאק דערין האט ער א ידידות מיטון הויז בחור וואס פארציילט אים מאחורי הפרגוד וויפיל שעה דער רבי שלאפט נישט און וועלכע קאליר טרויבן דער האצנפלאצער רבי גייט באקומען וואס זענען אגב על אפו באמת שריים פון זיין ברודער דער האצנפלאצער פון קרית מלאכי, אבער מי יעמוד בסוד קדושים. יעדען שבת ציילט ער מיט גיסטא וויפיל לעפלעך זופ דער רבי אז "טועם" וכו', און ער האט חתונה בשטומ"צ, צוט אויף א דור ישרים מבורך לתפארת בית ישראל, אלס א דאנק דעם ענטירטעינמענט און געשמאק אין די רבי'שע חסידי'שע פיראכץ.
והיינו טעמא דבאגלייטן, גרויסע חתונות, מוזיק שמחת בית השואבה, והיינו טעמא דהלדקה ל''ג בעומר, להרמת קרן החסידות ברמה!!!
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 1:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דערמאנסט מיר א מעשה. א איד איז געגאנגען צו א שניידער ער זאל איהם נייען אן אנצאג. ווען ער איז געקומען אפנעמען זיין אנצאג, האט ער עס אנגעטוהן פאר'ן שפיגעל. פלוצלונג באמערקט ער אז איין הארבעל איז צו לאנג. זאגט איהם די שניידער "קיין פראבלעם. שטעק אויס דיין ארים ביז ס'וועט שטימען!"
דערנאך באמערקט ער אז די צווייטע הארבעל איז צו קורץ.
"קיין פראבלעם. שלעפ אריין דיין ארים נאנט צום לייב ביז ס'וועט שטימען!"
וכן מיט די הויזען וכו'.
דער קונה גייט אין גאס מיט זיין נייעם אנצאג, איין האנט שטעקט ווייט ארויס, די אנדערע איינגעצוימט צום גוף, ער שלעפט איין פוס און שפרינגט מיט די אנדערע. א דורכגייער זאגט זיין חבר "קוק יענע נעבעך, אזוי צו ליידען"
"יא, אבער א געוואלדיגע שניידער האט ער. קוק ווי אלס קלאפט!"
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 2:13 pm
דורך outspoken
ליפא האט געשריבן:ר' איד איר מוזט זיך אביסעלע בארואיגן.... האסט א שטיקל אמת'ע נקודה
פארוואס דארף זיך ר' איד אביסעלע בארואיגן ? אין בכלל אלא מה שבפרט, ווען ער זעט זיין רבי מאכען די זעלבע הכנות און פארגלייזען די אויגען פונקט ווי ביי הדלקות הנרות חנוכה, הייבט ער האבן ספיקות אין די גאנצע דרך החסידות אדער גאר ווייטער.
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 3:30 pm
דורך אביתר פריעדמאן
איך האב נישט מער ווי מיטשטימען מיט די לעצטערע תגובות
על עף וואס אויף די ערשטע מינוט קוקט אויס ריכטיג ווי דער וואס האט מגיב געווען -''צו וואס דארף דיך עס שטערן און אדרבה זאל זיין עפעס קאלירען צום מאטאנטישען סדר קינדערגארטען\תלמודתורה\ישיבה קטנה\ישיבה גדולה\כולל\מושב זקנים- אבער אז מען טראכט טיפער זעט מען אז דאס איז ווי די כעלעמער שפיטאל נעבן צובראכענעם בריק
ווען מען געט ווען אריין נקודות און ערכים אין יידישקייט \נישט דווקא מיט הוליען און דרויסענדיקע ענינים וואלט נישט געווען אזא כאפצעם טארארם ביי די הדלקות'ער
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2016 10:33 pm
דורך געוואלדיג
עס ווערט דא געמישט צוויי ענינים, 1, די אומבאקוועמליכקייט פון די שכנים צוליב פארמאכן די גאס וכדו' וואס איז א ריכטיגע נקודה, 2, די ענין בכלל פון צינדן, וואס אויף דעם, היות איך בין נישט קיין רבי און אין הימל פלי איך אויך נישט, ווייס איך נישט צו יש דברים בגו אדער נישט.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:41 am
דורך שמעקעדיג
פארשטייסטו, דער ענין פון א הדלקה איז נישט צוליב ר' שמעון, און נישט צוליב ל"ג בעומר.
viewtopic.php?p=334484#p334484#בהמות
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:37 am
דורך גר ותושב
גר ותושב האט געשריבן:מיין מיינונג: די הדלקות זענען נישט בי. עס.
אבער עס וואלט יא געוועין כדאי דאס צו איינצומען אביסל לכה"פ אין די שטעיטל מאנסי וואס איז פשט אז יעדע שמויגער באקומט א פערמיט און פארשפארט א גאס לכבוד התנאי האלוקי אן זיך רעכענען מיט די איינוואונערס און דורך גייערס וואס וואס דארפן יעצט אנקומען אהיים?
פאריגע יאר בין איך פארשטעלט געווארן ביי א גאס וואס עפעס א קליין בית מדרשל האט געמאכט אן הדלקה ווי עס האבן זיך משתתף געוועין בערך 15 יודן די גאנצע עולם איז געוועין אויף די זעלבע סייד וואלק ווי די פייער בין איך צו געגאנגען צום פאליציי פרעיגן פארוואס איז די גאס אפגעשפארט האט ער גענטפערט אז די פרויען פון די אנדערע זייט גאס (בערך זיבען אדער אכט פרויען) זאלן קענען זעין.
און ווען עס וואלט ווען געוועין א גרעסערע עולם איז עס אויך נישט קיין סיבה אפצושפארן גאסן פון ניין ביז עלף ביינאכט און וואס וואלט ווען שלעכט געוועין ווען ביידע שטייען אויף די זעלבע סייד וואלק איין זייט די מענער און איין זייט די נשים צדקניות?
קול מבשר זאגט בשם ר' שמעון (איך ווייס נישט קיין אנדערע מקור) אז די וואס טוהן חסד פאר די אורחים פון מירון דארפן זיי באקומען א ישועה איך בין זיכער אז דאס איז נישט די רצון פון ר' שמעון צו מצער זיין די תושבים קבועים מיט א תירוץ אז מען טוט דאס לכבוד התנא.
ומכאן הקריאה יוצאת אז ווער עס וועט טוהן חסד מיט תושבי מאנסי און זיך רעכענען מיט זיי וועלן זיי זיכער באקומען א ישועה (מקור קאווה שטיבל).
ב"ה דאס יאר איז אלעס אריבער בשלום.
Re: חיוב מבטל צו זיין די בי עס הדלקות: מיין מיינונג
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 10:58 am
דורך טאמבל סאס
יומענס האבן ליב פייער, ליכט, ווארעמקייט, אונאנטאפוועדיקייט, מיסטיקל פענאמענאן, עפעס וואס דערמאנט פון די אייגענע סייקל החיים. דעסטראקשען און המוניות'דיגע עקסטאז. קינדער ספעציעל האבן ליב זיך צו שפיהלן מיט פייער. נו, דער מנהיג פירט זיין עדה אדורך דעם מדבר לילה ושממה מדעת לאור עמוד אש לנחוסם הדרך. זאל עס אונז וואויל באקומען. אז מען צינדט בייטאג (לעשט) [מאכט] מען (ביי)נאכט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 8:46 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער האט יעצט געדרוקט א בריוו פון תרפ"ה פון א חברונ'ער בחור.
http://seforim.blogspot.com/2017/05/lag ... -1925.htmlאיך האב זייער הנאה געהאט.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 1:55 am
דורך שמעון וואלף
יצמחפרקני האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ווילסט נישט גיין, גיי נישט. אבער טענות האב נישט.
אבער ער מוז דאך טראגן די קינדער...
נאך מער, מיין ווייב קוקט מיך אן אלץ אן אויבער חכם פאר'ן נישט גיין צו א פייער.
פונקט ווי יענער וואס האט געזעהן א יונגערמאן זאגן תהילים, רופט ער זיך אן: פאסט דיר נישט צו גיין צו תהילים כולל אזוי ווי יעדעם, מוזט אליינס זאגן תהילים.
די וועלט איז אזוי פארדרייט און ווערט ערגער און ערגער
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 2:06 pm
דורך אייז קריעם
ביים אנצינדן די הדלקות מיז דער רבי דאס טוהן סתם איינער איז נישט גיט.
זיי קנייטשן איין דעם שטערן און האבן אונזין העווי תיקוני זוהר. אופס, און זוהר איז נישט דא קיין רעדע פון ל"ג בוימער פייערס.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 2:49 pm
דורך קורקלענד
קען נישט זיין! ר' שמעון האט דאך עס אליין געשריבן. אה סארי ווען ער האט געלעבט האט מען טאקע נאך נישט געמאכט קיין הדלקות.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 3:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער מ'קען אפדעיטען דער עולם מיט דער חילול שבת מעשה אין א"י, וואס טוט זיך, ווער קריגט זיך.
ביטע עפענען אן אשכול מיט א באריכט