בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 3:49 am
דורך ליפא
!!BS

Bernie Sandars

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 7:51 am
דורך שמעון וואלף
סתם צו טשעפענען קלינטאן; צו ווייזן אז זי איז נישט די איינציגסטע קאנדידאט ביי דעמאקראטן.

אבער אויב [tag]ליפא[/tag] זאגט אז ס'איז ב.ש., מסתמה ווייסט ער.

Re: סענדערס און טראמפ גייען דעבעיטן אין קאליפארניע!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 7:51 am
דורך גר ותושב
דאס איז לכאורה א שטארקע פליק פאר הילערי און ווייסט די שוואכקייט פון טראמפ.
די פליק פאר הילערי איז ווייל זי וויל דאך נישט דעבעיטן מער מיט סענדערס און אז טראמפ גייט האבן א דעבאטע מיט עים וועט עס אוועק נעמען פון איר אימעדז אז זי איז שוין די זיכערע נאמעני פון די דעמאקראטען.
און דא זעיט מען די שוואכקייט פון טראמפ ווייל טעד קרוז האט זיך געבעיטן ביי עים טאג איין טאג אויס פאר א דיבעיט און ער האט געציטערט און זיך ארויס געדרייט אבער מיט #קרעיזיסענדערס וויל ער יא א דיבעיט.

Re: סענדערס און טראמפ גייען דעבעיטן אין קאליפארניע!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 9:29 am
דורך גר ותושב
https://youtu.be/vzO-JYjEcHE
די קליפ פון דזימי מיט טראמפ

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 9:34 am
דורך ליפא
שמעון וואלף האט געשריבן:סתם צו טשעפענען קלינטאן; צו ווייזן אז זי איז נישט די איינציגסטע קאנדידאט ביי דעמאקראטן.

אבער אויב [tag]ליפא[/tag] זאגט אז ס'איז ב.ש., מסתמה ווייסט ער.

I stam wrote the initials of Bernie Sandars. Plain got excited for my candidate. Didn't mean the meese expression

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:01 pm
דורך אביתר פריעדמאן
גר ותושב האט געשריבן:https://youtu.be/vzO-JYjEcHE
די קליפ פון דזימי מיט טראמפ

א שכח פארן מזכה זיין מיט א לינק יעצט אפשר ביטע איז איינער מזכה די איבריגע עולם מיטן עס לייגען אויף דראפבאקס?
א שכח סייווי

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:39 pm
דורך בלויע רעקל
מיר געפעלט ווי זשימי קימעל פרעגט אים תמימותדיג, צו ער האט שוין געזעהן א פסיכיאטאר.

https://youtu.be/b9PNE4BMluk?t=887

אגב עס איז די גאנצע אינטערוויא (קימעל לייגט נאר קליפס און שטיקלעך)

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:05 am
דורך שבת אחים
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ס'איז א לצנות צו פארלאנגען אז קלינטאן זאל דעבעיטן סענדערס וואס האט עניוועי נישט קיין פאסיביליטי צו געווינען. סענדערס פארלאנגט עס נאר ווייל ער וויל זיך מאכן ווי ער קען נאך געווינען , אבער ער האט קיינמאל נאך נישט עכט פארדינט פון א דעבעיט.

סענדערס-טראמפ קען זיין א פארדינט פאר ביידע. טראמפ ווייזט אסער טוט וואס ער וויל און דעבעיט וועם ער וויל , אום סענדערס קומט ציריק אויף די מעפ מיט א דעבעיט וואס זייער אסאך וועלן מיטהאלטען ווייל טראמפ ברענגט וויוער'ס


סאיז נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ.
סענדארס צי ער געווינט יא אדער נישט טוט דאך רעפריזענטן מיליאנען אמעריקאנער און איז זייער מאכטפול צווישן די יונגע דור אינטער דרייסיג און איז פאקטיש א פאליטישע פירער וואס האט מיליאנען שטיצער אין גאנץ אמעריקא און מ׳רעכנט זיך מיט אים זייער שטארק היינטיגע צייטן, ער פירט א גרויסע מאוומענט און האט געשוווירנע נאכפאלגער, און ס׳וואלט געוועהן גאר א גיטע געדאנק אז בערני זאל אים דיבאטירן.

די וואך האט די DNC- דעמקראטישע פארטי געאפפערט פאר סענדארס אריינצולייגן פינף מענטשען אין די דעמקראטישע פארטיי פלאטפאורם קאמיטע, הילערי האט באקומען זעקס מענטשען, בערני פינף, און וואסערמאן-שולץ פיר, די דעמקראטישע פארטיי איז בעסיקלי געשפליט אין האלב און בערני רעפרעזענט די עקסטרעם לינקע זייט, און לויט אלע פאולוס איז בערני שטערקער ווי טראמפ און הילערי און א דזשענערל עלעקשאון, פארדעם אליינס איז א גיטע סיבה פאר בערני/טראמפ דיבעיט.

Sanders wins greater say in Democratic platform
https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html

Re: סענדערס און טראמפ גייען דעבעיטן אין קאליפארניע!!

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:14 pm
דורך גר ותושב
NEW YORK: Donald Trump now says he will not debate Bernie Sanders because it would be "inappropriate" because he isn't the Dem frontrunner.

#מלךטיפשמלךהפכפך

Re: סענדערס און טראמפ גייען דעבעיטן אין קאליפארניע!!

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:15 pm
דורך ביליג
יעצט האט טראמפ צוריק געצויגן... ווייל סענדערס איז נישט פראנט ראנער
נוסח טראמפ !

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:23 pm
דורך ליפא
אויך וועגן ער האט געוואלט געלט פאר זיינע צוועקן

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:29 pm
דורך שבת אחים
טראמפ האט מורא פאר א דיבעיט מיט בערני. בערני גייט אים צומאלן.

Re: סענדערס און טראמפ גייען דעבעיטן אין קאליפארניע!!

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:05 am
דורך ירא שמים
ברעיקינג, ירא שמים איז גרייט צו דעבאטירן סענדערס אין קאליפארניע!!!
איצט ווארט מען נאר פאר א טוויט פון סענדערס ווי ער נעמט אהן דעם פארשלאג…