אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 5:15 pm
א.
זייט בריאת העולם ווערט די וועלט מער און מער פארגעשריטן, די חידושים פון טעכנעלאגיע האבן זיך נישט אנגעהויבן אין די לעצטע 20 יאר אדער אפלו אין די לעצטע 200 יאר, נאר זאגאר גלייך נאך בריאת העולם, אנגעהויבן ביי אדם הראשון וואס איז געווארן פארגעשריטן און מחדש געווען מלבושים, ממשיך געווען ביי תובל קין וואס האט מחדש געווען די געווער, און ווייטער ביי נח וואס האט ערפונדן ארבעטס געצייג און אזוי ווייטער און וויטער.
אין די תורה וואס איז געשריבן געווארן 2000 יאר פאר בריאת העולם האט השי"ת שוין גלייך אריינגעלייגט הוראות און מהלכים וויאזוי זיך צו באגיין צו יעדע נייע ערפינדונג, קליין ביז גרויס, און פון נאך מתן תורה איז די ארבעט אריבער צו אונזערע חכמים, צו ווייזן די וועג און טרעפן די ריכטיגע באציאונג צו די נייע ערפינדונגען.
און אונזערע חכמים האבן געטראגן זייער פליכט מיט שטאלץ, און ביי יעדע נייע ערפינדונג דן געווען און חוקר ודורש געווען ביז מען איז געקומען צו א עמק השווה.
איינע פון די וועגן צו לייזן און טרעפן די ריכטיגע מהלך האט דער חכם מכל אדם, שלמה המלך אונז איבערגעגעבן אין זיינע ווערק, מיט די ווערטער אין כל חדש תחת השמש ומה שהיה הוא מה שיהיה, ד.מ. ווען דו ווילסט באהאנדלען א זאך ברויכסטו נישט אויסטרעפן א נייע מהלך, נאר דו קענסט טרעפן אין די היסטאריע וואו עס איז שוין געווען עפעס ענליכס, און זעהן וויאזוי מען האט זיך באצויגן צו דעם.
ודוגמא לדבר, גלות, כאטש וואס ביים ערשטן גלות, גלות בבל איז דאס נאך געווען א נייע זאך פאר כלל ישראל האבן זיי אבער געהאט פון וואו צו לערנען פונעם זיידן יעקב ווען ער האט זיך געטראפן מיטן פעטער עשו וויאזוי ער האט געהאנדלט דארט, וכדו' וכדו'.
און אזוי האט מען טאקע געטוהן לדורותיהם, ווען עס איז געווען א נייע מצב ביי כלל ישראל אדער להבדיל א נייע אויסטרעף א נייע חידוש בעולם, האבן די גדולי ישראל געקוקט אויף צוריק און פראבירט זיך ברענגען א ראיה פון גמ' אדע מדרשי חז"ל וויאזוי מען דארף צו טוהן,
פארשטייט זיך א נישט אלעמאל איז עס א גרינגע מעשה, צומאל דארף מען אסאך חוקר זיין ביז מען קען מדמה זיין מילתא למילתא און פארשטייט זיך אז די צווויי זאכן זענען נישט אלעמאל גלייך, אבער פארט האבן די גדולי ישראל ברוב בינתם געטראפן די צושטעל און געפוונען א וועג וויאזוי צו צוגיין צו די ענין.
ב.
לעצטע 20 יאר בערך איז אויסגעטראפן געווארן די אויסטרעף וואס פארדינט זיך זיכער דעם טיטל "די חידוש פונעם יאר הונדערט" די אינטערנעט, עס האט אריינגעברענגט א נייע לעבן צום יונגן און אלטן דור, מיט אינגנצן נייע מושגים האט דאס פארכאפט יעדן אינזיכט אין לעבן, פון גיין אין גראסערי איינקויפן א מילעך ביז טוהן ביזנעס און זוכן א אדרעס, אין יעדן ווינקל טרעפט מען זיך אן מיט איהם צו מען וויל אדער נישט.
די קול ענות גבורה פון די וואס רעדן בשם די רבנים איז להשמיד ולהרוג קעגן דעם,
בין איך געגאנגען זוכן צו אין די היסטאריע קען מען טרעפן עפעס א ביישפיל צו די נייע מציאות און וויאזוי האבן די גדולי ישראל דאן געהאנדלט.
יגעתי ומצאתי,
מאכנדיג היסטאריע קורץ, אין די אנהויב פון די ת"ר יארן האבון די משכילים אנגעהויבן נוצן א נייע געווער קעגן די שומרי תו"מ, די צייטונגען, זיי האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן צייטונגען וויפיל זיי האבן נאר געקענט, און געמישט מיט נייעס האבן זיי דאס גענוצט אלס א פלאטפארמע צו ארונטער רייסן די רבנים און אלע ערליכע אידם אלס גנבים גזלנים און פאראזיטן.
כמובן אז די ערשטע רעאקציע פון די ערליכע אידן איז געווען מיט א הרחק מן הכיעור ומן הדומה לו, צו באזייטיגן און מרחק זיין אלע מאגאזינען און צייטונגען, מען האט לוחם געווען קעגן יעדע פרואוו צו דאס אריינברענגען ביים ערליכן ציבור, וועם מען האט געטראפן מיט א צייטונג האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה און קהילה.
אבער די ראזולטאט איז געווען א הילכיגער דורכפאל, דער המון האט געדורשט נאך נייעס און געגלויבט דאס געשריבן ווארט, זיי זענען געווען אפגעריסן און ווייט פון אלע נייע אנטוויקלונגען, און די איינציגסטע קשר צום גרויסן וועלט איז געווען דורך די צייטונגען, און מיט א שלייער פון ליינען די נייעס איז מיטגעקומען די זיך אנליינען מיט מאמרים וואס זענען געווען מיט גיפט געטונקען און רבים חללים הפילה.
ג.
אין יענע יארן איז געווען רב אין קובנא שבליטא, ר' יצחק אלחנן ספעקטאר זצ"ל וואס איז געווען דער אומגעקרוינטער רב פון גאנץ ליטא, און זיין מזכיר און רעכטע האנט איז געווען ר' יעקב ליפשיץ ז"ל, דער ר' יעקב ליפשיץ איז געווען א פשוטער מלמד אבער האט געהאט א טיפן פארשטאנד און פארשטאנען אז לא עת לחשות, און מען קען נישט איבערלאזן די געשריבענע שטימע פאר די משכילים און עוקרי תורה, און ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן אז די שלומי אמוני ישראל זאלן ארויס געבן א ערליכע צייטונג, עס זאל זיין זה לעומת זה עשה, און ווער עס וויל ליינען, זאל לכה"פ ליינען עפעס ערליך, און איינוועגס וועט דאס נוצן אלס א געלעגנהייט צו אפענטפערן די זינלאזע און פאלשע אטאקעס אויף די רבנים און די ערליכע אידן.
אבער די רעוואלוציאנערע געדאנק איז איהם נישט גרינג אנגעקומען, וועלן מיר איבער געבן דאס ווארט פאר ר' יעקב אליין וואו ער האט דאס מבאר געווען מיט זיין לשון לימודים.
און ער איז ממשיך און מסביר זייערע שווערעקייטן צו אנהייבן א חידוש וואס איז היינט א דבר פשוט.
לאמיר ווייטער ברענגען זיינע ווערטער
ד.
איך מיין אז עס פעלט אפילו נישט אויס צו מסביר זיין די דמיון, כעתה כן אז, האט זיך געהאנדלט פון אינגאנצן א נייע כלי מלחמה וואס מען האט קודם געלאזט אינגאנצן אין די הענט פון פורקי עול וואס האבן דאס גוט אויסגענוצט לרעה, און די חרדים האבן געפירט א מערכה מיט דעם, ביז עס זענען נתעורר געווארן אפאר ערליכע בעה"ב - נישט רבנים, בעה"ב - און זיי האבן אנגעהויבן א טויש וואס נאך דעם האבן אלע גדולי ישראל זיך צוגעשטעלט און דאס מקלס געווען.
די ערשטע האלב איז שוין מקוים געווארן מיטן אינטערנעט אויך, מען פראבירט דאס אונטערהאקן ביים ערליכן ציבור מיט אלע מיטלען, בלייבט נאר איבער צו האפן אז די צווייטע האלב זאל שוין אויך שנעל מקוים ווערן.

הרצון והחפץ של יחידי הסגולה ליסד מכ"ע ברוח חרדי' שבו ידובר בשער נגד המשכילים, לא מצא עדין מסלות בלבב כמה וכמה מהחרדים, מפני שהביטו אז על מכ"ע כעל מקור ליצנות והוללות או ה"גאזעטים" המלאים שקרים, ולכן התיחסו הרבה מהיח"ס לשאלת מכ"ע בקלות ראש, כי עצם דבר מכ"ע בעברית עוד הי' דבר חדש בעמנו, וגם לא האמינו שנוכל להוציא טהור מטמא וליסד מכ"ע שכלו קדש! ומה גם שהנסיון הראה' שהמכ"ע "המליץ" "הכרמל" ו"המגיד" נהיו למפיצי רוח קטב של כפירה, חוץ מזה עמדו לשטן כמו רשיון מהממשלה שקשה הי' להשיג עורך מלומד ונאמן, ועל כולם "כסף מנלן"...
כל אלה המניעות אשר לו הי' העתון דבר הכרחי וצבורי שהכל מודים עליי' כי אז כמובן' לא הפריעו מלהוציאו לאור, אבל החרדים אז לא הרגישו עדיין שעתון כזה יהי' לו קיום ויביא תועלת, ורק אנשים אחדים חלמו אדותיו, וממילא לא יכלו לגשם בחיים שאיפותיהם, בני עמנו הנם עם אשר צדקות אהב, נותנים וחוזרים ונותנים לצדקה שיש לה מקור ומסורה מן התורה כמו: תלמוד תודה, בקור חולים, גמילות חסדים, וכדומה. אבל צדקה בעד גאזעטין (מכ"ע) גם על טהרת הקדש, טרם נקלטה ההכרה הזאת בלב נדיבינו לצדקה של מצוה גם עתה, ומה גם לפני יובל שנים.
און ער איז ממשיך און מסביר זייערע שווערעקייטן צו אנהייבן א חידוש וואס איז היינט א דבר פשוט.
בכל אשר גדל פרסומו, כן רבתה עלינו העבודה לבוא בוכוחים בכתב ובעל פה עם בעלי דעות שונות ולהוכיח נחיצות מכ"ע על טהרת הדת, מדרך רוב בני האדם שהענינים אשר אינם נוגעים קל מהרה לנפשם ומאדם, פועלת ומשפיעה עליהם העצלות ללכת אחרי ההרגל מבלי להעמיק חקר ולעמוד על ברורם של הענינים, והעצלות הזאת היא אם כל אסון גם בעסקי היחיד ומה גם בעסקי הצבור והכלל, וביותר בשעה שמוצאים להם גם איזה סמוכים ממאמרים, פתגמים ומכתמים מוסכמים, אז תגבר העצלות ותאטם אזן לכל הדברים הנאמרים במיטב הגיון, ומתפטרים בתוקפם, כמו המשפטים: "אל תען" "כל באיה לא ישובון" ו"שבקא לרויא דממילא נפול", מבלי התבונן כי אין כונתנו נגד החפשים להכריעם ולהחזירם למוטב, כ"א דק לגדוד בעדנו, לבנות מצודה בכח ספרות האורתוכסית להגן על התמימים והישרים שלא ילכדו ברשת המ"ע של המשכילים, ולא יאלצו לקרוא חדשות מה ילד יום מעל מכ"ע חפשים ולקלוט על ידם גם את דברי הבלע והמינות הכתובים בהם עי' הפוסעים על ראשי עם קדש ר"ל, ומבלי שים אל לב כי העצה "שבקא לרויא" היא רק בשעה ש ה ר ו י א עומד לנפול, אבל לא כן הדברים בשעה ש ה ר ו י א הולך ומשבר חלנות ביתך, הכי גם אז תאמר שבקא לרויא? האם לא תקום אז ותשבר עצמותיו?
ביחוד הוכרחנו לעשות תעמולה בין החרדים שבטלו כלאחר־יד את כל המשכילים וספרותם, המה לא האמינו אז שאיש מן הישוב ישים לבו לשטותים כאלו שנדפסים יום יום "בספרות שלהם" והוכרחנו להראות להם שחדר כבר למחננו הרעל והארס של הספרות החדשה, ועלינו לאחוז באמצעים כדי לקדם פני הרעה.
לאמיר ווייטער ברענגען זיינע ווערטער
מכל האמור נקל להבין האבני נגף וצורי המכשול הרבים מבית ומחוץ שהיו מונחים אז על דרכינו ליסד ספרות עתונית כשרה וכאמור ממכה עצמה לתקן רטי'.
זקני הדוד קשה הי׳ להולמם "גאזעטין על טהרת הקדש" איך יתכן הדבר? ועוד להגן על ידם על תוה"ק ולומדיה, הם ענו ואמרו: מה לנו לספרות של חולין? הלא יש לעמנו ספרות רחבה נוסף על התלמוד הק' ומפרשיו, מדרשים ספרי דרוש ספדי מוסר ספרי מחקר ופיליסופיא, אבל לא דברים של "גאזעטין" (מכ״ע בלע״ז).
בני הדור ההוא אפילו הנבונים שבהם טרם באו לידי הכרה וידיעה שהספרות העתונית היומית של כל עם היא עכשיו ככחות הקיטור העלעקטרי המניעים את כל גלגלי המעשים והפעולות החמריים והרוחניים בעולם הזה, ואשר לכן אין מפלגה "ואידעע" בעולם שאין לה ספרות מיוחדה שתפיץ מחשבותיה ותניע את גלגלי פעולותיה.
מפני המכשולים האלו - מפני החששות של הספקנים - היתה לנו מלחמה מבית ומחוץ, בעת שהחלטנו ליסד ספרות חרדית שתגן על היהדות, אך ה׳ הי׳ בעזרנו וגם זכינו אשר אחרי עבור איזה עשריות בשנים הודו לנו כל גדולי הדור אפילו אדמור"י החסידים כפי שנתפרסמה דעת קדשם בזה למדי גלוי ברבים שספרות עתונית חרדית נחוצה מאד.