בלאט 1 פון 1
איך בין נעבן דיר
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:29 am
דורך זבולון
זיצט ער אליין אין זיין קאלטע אפארטמענט,
קוקט זיך ארום די פיהר ווענט,
עס מישט זיך בילדער אין זיין זכרון,
ער דערמאנט זיך די גוטע יאהרן.
די פיקטשערס שטייען פאר זיינע אויגן,
זיינע מחשבות ווייט אוועקגעפלויגן,
עס שווימען ארויף אלטע זכרונות,
גוטע און שלעכטע, הרצון והאונס.
זיין הארץ פלאמט פון בענקשאפט,
געדענקט ער נאך מיין ליבשאפט?
וועט עס פון איהם פארלייקנט ווערן?
פון זיינע אויגן ווערן פארלאזט צוויי טרערן....
דורך דיר ווייס איך וואס ליבשאפט באדייט,
פארשטיי איך אויף וואס בענקשאפט שטייט,
מיין קאלטע הארץ – נאר דו קענסט עס אנווארעמען,
מיין שטארקע מוט – נאר דו קענסט עס פארקלעמען.
זאלסטו אייביג געדענקען,
די ווארעמקייט וואס איך פלעג דיר שענקען,
די ליבשאפט וואס מיר טיילן,
דאס קען מען פון אונז נישט שיילן.
דיין זיסע שמייכל טוהט מיר באגלייטן,
ווען איך דריי זיך אין בעט אויף אלע זייטן,
דיין בא'חנ'טע פנים טוהט מיר נאכלויפן,
פאר קיין געלט קען מען דאס נישט פארקויפן.
פאטערשאפט קען מען נישט ערזעצן,
כ'האף אז דו ווייסט עס צו שעצן,
דו ביסט מיין קינד און איך בין דער פאטער דיינע,
עס וועט נישט העלפן דערויף קיין שום טענה.
"טאטי" הער איך פון דיין מויל,
די אויערן צו-וואסערט פון די זיסע קול,
מיין הארץ ווערט צולאזט ווי פוטער,
איך פארגעס פון אלעס ביטער.
"ווען קומסטו אהיים?" פרעגסטו מיט תמימות,
עס האמערט אין מיין מוח ווי הונדערט שטימעס,
איך האב קיין ענטפער נישט,
און דו בלייבסט צומישט.
אבער וויסן זאלסטו א יעדע צייט,
כאטש איך בין טויזנטער מיילן ווייט,
בין איך צו דיר נענטער ווי נאנט,
עס איז אן אומברעכבארע בונד.
ביסט אן אפטער גאסט אין מיינע חלומות,
באגלייטסטו מיר אין אלע מקומות,
ביים אויפשטיין צופרי – ביים לייגן ביינאכט,
אייביג פון דיר איך טראכט.
איך שטיי דארט דערנעבן,
פאר דיין גאנצע לעבן,
מ'קען מיר נישט אפקלעבן,
איך וועל פאר דעם אלעס אוועקגעבן.
אויף דיר געב איך נישט אויף,
איך וועל פאר דיר זיין ביזן סוף,
געב נאר א ארום זיך א קוק,
וועלסטו מיר זען צוריק.
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:41 am
דורך זבולון
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qJEP5sWuDi8[/youtube]
טאטי, איך בין אויך נעבן דיר!
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 1:10 am
דורך [NAMELESS]
טאטי, טאטי - מיין קול נאר הער,
איך וויין אויך אסאך אן אויפהער,
איך וויל פארשטיין איך בין צומישט,
קומסטו אהיים? יא אדער נישט.
איך דריי מיך אין בעט פארלוירן,
דיין קול קלינגט אין די אויערן,
אבער איך זע דיר כמעט קיינמאל,
די בענקשאפט איז אן קיין צאל.
איך וויל דיך פרעגן - פארוואס?!
פארוואס קומט זיך מיר דאס?!
אבער איך שפיר אז דו ביזט אויך צוטראגן,
מוז איך שטילערהייט צו מיר קלאגן.
מיין יונג הערצעלע כאפט נישט אלעס,
אבער איך האב אזוי אויך אזויפיל שאלות,
וועם זאל איך פרעגן, טאטי אדער מאמי?
לבי לבי על שבר בת עמי.
מיינע טרערן זעט נישט קיינער,
עס קען לעכערן פעלזן שטיינער,
אבער איך ווייס נאכנישט וואס צו באוויינען,
איך קען נאך אפילו נישט שרייבן און ליינען.
מיין פיין וועט מיך באגלייטן אזויפיל יארן
איך בין נישט שולדיג אבער איך קען עס נישט שפארן,
ווער איז שולדיג גייט מיך נישט אן,
טראכטן פון מיין עתיד קלאפט א צאן אויף א צאן.
טאטי, דו גייסט גולה אחר גולה,
אבער כי ארד אל בני חיים שאולה?
טאטי, כרחם אב על בנים,
וויאזוי וועלן אויסזען מיינע ימים ושנים? - - -
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 1:22 am
דורך נולד מאוחר
עטס האט מיר געמאכט וויינען, זייער זייער שטארק.
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 1:30 am
דורך נולד מאוחר
כוויל וויסען ווען משרייבט פאעזיע טרייבט מען שטארק איבער , איז דאס איינע פין די מעלות פון א גוט שטיקעל אויב מקען בארירן יענעמס געפילן, אדער איז די מצב טאקע אזויווי סאיז אראפגעשריבן?
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 1:41 am
דורך [NAMELESS]
געווענליך, נישט איבערגעטריבן, און נישט די וועג עס איז טאקע.
געווענליך איז עס היבש אונטערגעטריבן.
מ'קען אין בעסטן שטיקל פאעזיע נישט אראפשרייבן א נאקעטע טרער, פון א צובראכענע טאטע אדער קינד.
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 1:51 am
דורך זבולון
טו בי האנעסט.
די געפיהלן זענען נישט איבערגעטריבן, און אפשר אפילו אונטער געטריבן, אזוי ווי אדנירם שרייבט (די פראבלעם איז נאר, אז ער האט עס אויך געשריבן פעאטיש).
עם כל זאת, דאס מיינט נישט אז ער גייט נישט אן ווייטער אין לעבן. דאס מיינט נאר אז ווען ער זעצט זיך אוועק פאר אפאר רואיגע מינוט, קען ער אראפשרייבן זיינע שטורמישע געפיהלן, און עס איז זייער געזונט.
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 9:37 am
דורך בת קול
זבולון האט געשריבן:זיצט ער אליין אין זיין קאלטע אפארטמענט,
קוקט זיך ארום די פיהר ווענט,
עס מישט זיך בילדער אין זיין זכרון,
ער דערמאנט זיך די גוטע יאהרן.
הארץ רייסענד.
וועמענס געפילן?
א גרוש? אן אלמן? א פּריסענער?
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:27 pm
דורך זבולון
בת קול האט געשריבן:הארץ רייסענד.
וועמענס געפילן?
א גרוש? אן אלמן? א פּריסענער?
לאמיר טראכטן צוזאמען:
אן אלמן - זייט ווען פארלירט אן אלמן קאנטאקט צו זיינע קינדער? אויב עפעס, נאר פארקערט - ער באקומט צופיל קאנטאקט, ער מוזן ערזעצן די מאמע און טאטע ביינאזעם.
א פריסענער - פארלירט טאקע קאנטאקט מיט זיינע קינדער, אבער ער איז נישט בא'דאגה'ט צו מ'וועט פון זיי פארלייקענען זיין ליבשאפט, צו מ'וועט ערזעצן זיין פאטערשאפט.
בלייבט נאר די דריטע אפשן וואס דאס איז א [tag]גרוש[/tag].
(לכאורה האט די יוטוב קליפ וואס כ'האב געפאוסטעד דיר צומישט - סארי אבאוט דעט).
Re: איך בין נעבן דיר
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 1:59 pm
דורך Big Boss
A day will come when your kids will be free again and you only see Naches
Meanwhile don't give up fight for your/their rights and stay strong
Sent from my SM-G935V using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 6:02 pm
דורך הוגה
[justify][tag]זבולון[/tag], די הארץ גייט אויס. דיינע ווערטער רייסן שטיקער, זאל שוין זיין נמחה דמעה מעל כל פנים, וכרחם אב על בנים וכו' אמן. ביסט א מיסטערפול שרייבער.
אגב די ניגון וואס דו האסט געפאוסטעד אין די צווייטע הודעה איז אויך גאר שטארק. די chorus פון די ניגון דערמאנט מיר א שטארקע פאראגראף וואס איך האב לעצטענס געליינט.
When the kings had died, a pauper, barefooted and hungry, came and sat on the throne. “God,” he whispered, “the eyes of man cannot bear to look directly at the sun, for they are blinded. How then, Omnipotent, can they look directly at you? Have pity, Lord; temper your strength, turn down your splendor so that I, who am poor and afflicted, may see you!” Then – listen, old man! — God became a piece of bread, a cup of cool water, a warm tunic, a hut, and in front of the hut, a woman giving suck to an infant. “Thank you Lord,” he whispered. “You humbled yourself for my sake. You became bread, water, a warm tunic and my wife and son in order that I may see you. And I did see you. I bow down and worship your beloved many-faced face!”
~ Nikos Kazantzakis
.[/justify]
Re: איך בין נעבן דיר
נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:07 am
דורך מפוזרי
בת קול האט געשריבן:הארץ רייסענד.
וועמענס געפילן?
א גרוש? אן אלמן? א פּריסענער?
דאס איז די געפילן פון דעם מאן אין דעם שטיקל.
viewtopic.php?t=10338אויב ס'איז אייך דאן שווער געווען צו פארשטיין זיין צער און אויב ס'איז אים ווערד געווען, וועט יעצט, נאכן זען דעם ביטערן המשך, ווערן שווערער.
נ.ב. די שורות איבער דער פרוי פונעם ארעסטאנט, זענען הערליך. ס'וואלט כדאי געווען צו לייגן אין א באַזונדער אשכול. אין דעם אשכול געהערט עס נישט.
נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 6:27 pm
דורך איך אויך
נולד מאוחר האט געשריבן:עטס האט מיר געמאכט וויינען.
Re: איך בין נעבן דיר
נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
דאס מענטשליך נשמה און געפיל איז העכער פון זמן ומקום, א מעסער קען איר נישט צושניידן און א צווענגל קען איר נישט אנכאפן, אבער ווען א טאטע שיידט זיך פון זיין קינד און איז דערווייטערט פון אים, געשענט די איבערנאטורליכע, די נשמה ווערט צוריסן און צופליקט, א טייל דערפון קען זיך נישט אפשיידן פונעם קינד און פארבלייבט אייביג מיט אים,
ועל זה דוה לב, וידמה עין,
[emoji22] [emoji22]
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 11:22 am
דורך בת קול
מפוזרי האט געשריבן:נ.ב. די שורות איבער דער פרוי פונעם ארעסטאנט, זענען הערליך. ס'וואלט כדאי געווען צו לייגן אין א באַזונדער אשכול. אין דעם אשכול געהערט עס נישט.
גערוקט.
נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 12:40 am
דורך קאווע טרינקער
וואס קען מען טוהן צו ווישן די טרערן??
אין אנדערע ווערטער, וואס וויל גאט איך זאל טוהן צו ערמעגליכען די טאטע זעהן זיינע קינדער??
נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2018 5:08 am
דורך מתושלח
ראה מעשה ונזכר הלכה...
נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2018 6:30 am
דורך אישתישבי
יקוב הדין את ההר
נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2018 6:38 am
דורך מתושלח
לית דין ולית דיין אבל רואים את הקולות
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 1:33 am
דורך מתושלח
עוד "חזון" למועד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:07 am
דורך מתושלח
אישתישבי האט געשריבן:יקוב הדין את ההר
חוקותיה
במר"ה כהררים
בסער"ה תלויים..