בלאט 1 פון 3

א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:01 pm
דורך שבת אחים
איך מיט אפאר פריינד האבן לעצטענס געמאכט חשבונות פון וועלכע חסידות ס׳פאלט ארויס די מערסטע און סאיז אויסגעקומען אז סקווירא האט די העכסטע ראטע פון אטדי׳ס פון אלע חסידות׳ן פערצענטואל, איר האלט נישט אז סהאט עפעס צוטהן ווייל די רעזשים צודריקט די מענטשהייט און מפארמאכט זיי פון די אינדרוסנדיגע וועלט? און מלאזט זיי נישט לעבן? איך זאג גארנישט, איך פרעג נאר.

Re: איך בין נישט וועלקאם דא.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבא, לאזט הערען! וויפיל מענטשען האסטו אין רשימה? פון וועלכע יארגאנג? מיט וויפיל איז סקווער מער ווי אנדערע? ווער איז די צווייטע? פון וועלכע קרייז קומען די מערסטע צוריק? וואס איז מיט פרויען? וואס איז מיט ליטוואקע'ס? וועלכע ארויסגעפאלענע ווערען די מערסטע געלונגענע? וועלכע קרייז פאלט די ווייטסטע?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:42 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אדרבא, לאזט הערען! וויפיל מענטשען האסטו אין רשימה? פון וועלכע יארגאנג? מיט וויפיל איז סקווער מער ווי אנדערע? ווער איז די צווייטע? פון וועלכע קרייז קומען די מערסטע צוריק? וואס איז מיט פרויען? וואס איז מיט ליטוואקע'ס? וועלכע ארויסגעפאלענע ווערען די מערסטע געלונגענע? וועלכע קרייז פאלט די ווייטסטע?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


מ׳האט נישט גערעכנט קיין ליטוואקס, מ׳האט נישט דן געוועהן וויפל מענטשען קומען צוריק, און מ׳האט נישט געמאכט קיין חילוקים צווישן מענער און פרויען.

מ׳האט גענומען א אטד סאושעל- מידיעא גרופע וואס האט בערך 1800 מעמבערס און פון דעם האט מען איבערגעקוקט יעדער וואס קומט פון א חסידישע בעיקראונד און דערנאך געמאכט די חשבון. סאיז אויסגעקומען אז 1)סקווירא 2)סאטמאר 3) בעלזא.

Re: איך בין נישט וועלקאם דא.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אכצען הונדרעט?! רבונא דעלמא קולא!
נאך א חידוש איז אז סקווער, וואס איז מסתמא א פערטעל פון סאטמאר, האט מער א.ט.ד. ווי סאטמאר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:51 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אכצען הונדרעט?! רבונא דעלמא קולא!
נאך א חידוש איז אז סקווער, וואס איז מסתמא א פערטעל פון סאטמאר, האט מער א.ט.ד. ווי סאטמאר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יא יא

Re: איך בין נישט וועלקאם דא.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 3:58 pm
דורך א איד
וועלכע סאטמאר ארונים זלונים?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 4:01 pm
דורך שבת אחים
א איד האט געשריבן:וועלכע סאטמאר ארונים זלונים?


מ׳האט גערעכנט סאטמאר אלץ איינס, סאיז זייער שוער צו מאכן די חילוקים ווייל אונז ווייסן נישט פונקטליך ווער איז וואס, אפשר ווען מ׳צוטיילט סאטמאר אין צוויי וואלטן זיי טאקע נישט אויסגעקומען נומבער צוויי, אבער דעס איז צי א שווערע ארבעט.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 4:43 pm
דורך [NAMELESS]
שבת ביטע פיר אריבער צו א באזונדערע אשכול. ס'איז אן אינטערעסאנטע נושא צו ארומרעדן. אדרבה לאמיר הערן פון דיר, קום אריין קלארער מיט פאקטן און ציפערן.

אולי ניץ א קעפל: "די פראצענטן או טי די'ס פון חרדי'שע קהילות".

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:21 pm
דורך שבת אחים
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 5:21 pm
דורך שבת אחים
ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:51 am
דורך געוואלדיג
וואס איז מיט ליטאים, און מיט וויזניץ?

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:13 pm
דורך טאמבל סאס
פון א אוניווערסיאלער בליק בין איך מער באזארגט אויף די חרדישע קרייזן וואס גיבן ארויס די ווייניגסטע א.ט.ד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:23 pm
דורך געוואלדיג
זיי מסביר

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:34 pm
דורך קל וחומר
ווי מער פלעקסיבל א חסידות/קהילה איז, אלס ווינציגער אפפאל וועט זיין.

די חשבון איז פשוט, דער וואס פיהלט אז ער מוז זיין אנדערש קען נאך בלייבן אינערהאלב דעם קהילה און זיין אנדערש, ולכן איז דא ווינציגער חב"דסקע אפגעפארענע (לכאורה דארף ברסלב אויך האבן ווייניגער, חוץ אויב דעפרעסיע איז א גורם...).

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:41 pm
דורך תורה ומדע
אידישקייט בליעט ווען עס איז דא א באלאנס. ווי האט איינער געזאגט , ער וויל וואוינען נאר אויף אזא גאסס ווי עס זענען פאהאנען "קראטצמיך לייטס"... דייווירסיטי איז זייער געזונט פאר חינוך.
איראניקלי, דער פריערדיגע רבי זצ"ל האט געוואלט אויפטוען אנטלויפען פונעם טמא'נעם שטאט. אדערווייל האט זיך אויסגעוויזען אז די נישט אנטלויפענדיגער זענען מער נארמאל און ערליך..

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:44 pm
דורך קל וחומר
פון די אנדערע זייט ברענגט עס אראפ די רמה פונעם חסידות.
געב א קוק אויף חב"ד....

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:46 pm
דורך תורה ומדע
אוודאי אלץ מיט א באלאנסירטען שעור

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:53 pm
דורך טאמבל סאס
געוואלדיג האט געשריבן:זיי מסביר

א קהילה וואס ארבעט זיך פראקטיש אויס זייער גוט און זעט דערפאר נישט קיין געברויך פאר א אטד רעאקציע איז נאכאלץ א סעגרעגירטע קהילה. און מ'דארף זיך פרעגן די קשיא, הלמאי טאקע איז יעדער צופרידן. ס'איז דאך נישטא קיין אורח חיים כולו מושלם. איז נישטא קיינער וואס וויל זיך זען א חלק פון די כלליות'דיגע יומען רעיס אבגעזען ווי פראקטיש ס'איז? וואספארא טאקטיקן נוצט יענע קהילה סטרוקטור צו האלטן יעדעם צופרידן - און דאך א חלק פון "דער" קהילה 'און נישט אן אנדערס?'

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מסתבר איז אז ליטוואקעס זענען נישט אויף די גרופע. כמו שביארתי במקו"א, זעלטען איז עס אז א טויגליכע ליטוואק פאלט אוועק. אלס פארלוירענע נשמות, נעבעכדיגע באשעפענישען, וואס מער ווי דראג'ס און רייכערין ביים לעיק, לעכצענדיג נאך א גוט ווארט פון א פארבייגייער, קענען זיי נישט. צום סוף, אדער שטארבט מען פון א.ד. אדער הינקט מען זיך צוריק. מ'טרעפט זיי נישט וואוינענדיג צווישען גוים, לעבענדיג א גויישע לעבען.
די חברה קענען נישט שרייבען א גאנצע זאץ אויף סיי וואס פארא שפראך.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:ווי מער פלעקסיבל א חסידות/קהילה איז, אלס ווינציגער אפפאל וועט זיין.

די חשבון איז פשוט, דער וואס פיהלט אז ער מוז זיין אנדערש קען נאך בלייבן אינערהאלב דעם קהילה און זיין אנדערש, ולכן איז דא ווינציגער חב"דסקע אפגעפארענע (לכאורה דארף ברסלב אויך האבן ווייניגער, חוץ אויב דעפרעסיע איז א גורם...).

געהערט אמאל אז אין וויזשניץ איז דא די ווייניגסטע.
@שבת אחים קענסט דאס באשטעטיגען?

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:40 pm
דורך אויסלייזער
שבת אחים האט געשריבן:ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

וואס דארף א ליובאביטשער טוהן צו גיין OTD?

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:44 pm
דורך סמבטיון
איך ווייס נישט מיט וועם דו האסט געמאכט דיין אנקעטע, אבער לכאורה ביזטו נישט גערעכט, איך ווייס און יעדער ווייסט פאר א פאקט אז אין סאטמער איז דא הינדערטע! אטד'ס, סא איך גלייב אז זיי זענען פארדינען ביושר דעם נאמבער 1.
בדרך אגב, אין באבוב איז אויך דא א שיינע ציבור.. און גער איז אפגערעד.

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 2:03 pm
דורך טאמבל סאס
אויסלייזער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ליובאביטש איז אויסגעקומען די וויינגיסטע.

וואס דארף א ליובאביטשער טוהן צו גיין OTD?

ווען מ'זאגט אז פון קהילה פלוני איז דא ווייניגער א.ט.ד על כרחך מוז מען מיינען ווי קל וחומר הויבט ארויס אז דער א.ט.ד במובן דינן איז נישט פארהאנען. אוודאי איז דא אפווייכער אבער מ'פארפרעמדעט זיי נישט און זיי זענען נישט אלעמאל סעלף קאנטשעס עז אן א.ט.ד.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk