בלאט 1 פון 1

מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גבירים?

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:24 pm
דורך תורה ומדע
עס זעהט אויס אז דאס יאהר וועלען נאך אמאהל מקבל זיין אזא תורה וואס איז געגעבען פאר די עעליט קלאס פון כלל ישראל..
אז מיר קוקען זיך אום אויף די הוצאות פון א אידישע משפחה מיט הוצאות פון חתונה מאכען, שכר לימוד, קעמפ, קאנטרי, ימים טובים, צניעות'דיגער קליידער אויפן קאליבער פון בלומינגדעילס.. אויסהאלטען איידימער אין כולל, ועוד, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, שטעלט זיך אויס א בילד פון זייער אן אומבאלאנסירטע געזעלשאפט. דער גביר קען זיין עהרליך און טוהן "וואס איז אזויגערופען "מקובל" מאבותינו ורבותינו, אבער דער דורכשניטלכער איד, וואס איז לכאורה 90% פונעם ציבור, קען נישט אפארדען צו לעבען אזוי ווי דער אידיאל.
דער בראך איז פיהל גרעסער ווייל מיר לייגען אריין די אלע זאכען אין אונזער תורה און אין מסורה, און מיר פארהייליגען דאס. עס ווייזט זיך אויס אז א חלק פון זיין א תורה'דיגער חשובער איד איז אויך בעה"ב'ישקייט...
ס'דערמאנט מיך א מעשה..
עס איז אמהל געווען א פרייער איד ביי א קירוב לעקציע. דער ראביי דרש'נט און דרש'נט און ער ווייזט אויף מיט ראיות ברורות די אמת'דיקייט פון תורה ומצוות און די שיינקייט פון זיין א איד, שבת, יו"ט, חינוך, וכו'. דער עולם ווערט זייער אינספירירט וכו'. אבער איין איד רופט זיך אהן, "רעבביי", זאגט ער, "איהר האט אן עקסעלענט פראדאקט... אבער איך קען דאס פשוט נישט אפארדען..."
דער עפעקט פון דעם איז אז אסאך אידען ריזענטען דאס, און אסאך אינגעלייט קאפענען די רבנים און גבירים וואס האבען געשאפען דער אזוי גערופענעם סיסטעם. און באמת איז דאס פאלש מעיקרו און א מיסרעפרעזענטאציע פון תורה און השקפה.
מיר דוכטזאך אז דאס איז א תופעה חדשה וואס איז געשאפען געווארען אין די 1960 יאהרען אין וויליאמסבורג און שפעטער אין בארא פארק ווען די ניצולי שואה האבען אנגעהויבען מצליח זיין אין געשעפטען. מען האט זיך צוגעוואינט צו לעבען ברייט און היינט איז זייער שווער אראפ צו קריכען פונעם בוים.
איך וויל פארשלאגען אז דאס יאהר זאללען מיר מקבל זיין די אמת'ער תורה וואס איז געגעבען פאר דעם המון עם צו לעבען לויט זייער סטאנדארט. עס גייט מוזען געשען ממילא. אויב מען וועט עס טוהן מרצון וועט עס נאר זיין אסאך גרינגער...

Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 12:55 pm
דורך טמיר
פארוואס האסטו אריינגעלייגט קאנטרי אין די תורה, וואו גייען די גוים פאר וועקעישען?
און צניעותדיגע קליידער זענען טייערער ווי פעשענעבל?

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:02 pm
דורך תורה ומדע
מען מוז דאך גיין אין קאנטרי פאר שמירת עינים :roll:
צניעותדיגע קליידער אויפען ניווא פון היינט איד 75% טייערער ווי אין אויף די גויאישער מארקעט

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:32 pm
דורך אויסלייזער
ס'איז דא א גוטע עצה.... מקבל צו זיין די תורה פון 3000 יאר צוריק, ס'איז אסאך ביליגער.
all you need איז איין פאר תפילין, און צוויי באזונדערע טעפ פאר מילכיג און פליישיג.

Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דריי טויזענט יאר צוריק האט מען נאך מתיר געווען נ"ט בר נ"ט דהתירא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:38 pm
דורך אויסלייזער
טעם כעיקר איז נישט קיין תורה געזעץ?

Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 1:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז ביי איסור, נישט היתר

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 2:43 pm
דורך תורה ומדע
אויסלייזער האט געשריבן:ס'איז דא א גוטע עצה.... מקבל צו זיין די תורה פון 3000 יאר צוריק, ס'איז אסאך ביליגער.
all you need איז איין פאר תפילין, און צוויי באזונדערע טעפ פאר מילכיג און פליישיג.

איהר זענט זיכער אז משה רבינו איז ניט געגאנגען מיט א ניין אינטש שטריימעל וואס האט געהאט א שיינעם קרוין? :P

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 3:14 pm
דורך berlbalaguleh
אויסלייזער האט געשריבן:ס'איז דא א גוטע עצה.... מקבל צו זיין די תורה פון 3000 יאר צוריק, ס'איז אסאך ביליגער.
all you need איז איין פאר תפילין, און צוויי באזונדערע טעפ פאר מילכיג און פליישיג.

און וואס טוטצעך מיט די סינק/ס וואו מ'וואשט די טעפ...?!

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: לויט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ האבן די קאמוניסטן אין רוסלאנד, ימ"ש, שר"י, עפ"ל וכל לישנא דליטותא מהרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, יא געהאט א שטיקל פוינט מיט פארבאטן צו האנדלען מיט אלע אידישע מצוה באדערפענישן. זיי האבן עס אנגערופן..."עקאנאמישע ספעקולאציע"...
לאמיר נאר געבן א בליק אויף צוויי עיקרי המצוות וואס אידן באדארפן. מצות און אתרוגים...וואספארא שווינדלערייען, גניבות וגזילה ס'גייט פאר ביי דעם...!

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 3:23 pm
דורך שלום על ישראל
טמיר האט געשריבן:...און צניעותדיגע קליידער זענען טייערער ווי פעשענעבל?

די ביליגסטע צניעות'דיגע קליידער זענען עטליכע מאל די פרייז פון ביליגע גוי'אישע קליידער.

Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 3:26 pm
דורך גראף
אז מען גייט צוריק 3000 יאהר גייט מען נישט עסן קיין טשיז קעיק שבועות אדער מאכען פייערס ל''ג בעומר..

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 3:29 pm
דורך שלום על ישראל
גראף האט געשריבן:אז מען גייט צוריק 3000 יאהר גייט מען נישט ... מאכען פייערס ל''ג בעומר..

שוין געשפארט $5,000 פער קאפל.

Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 3:32 pm
דורך גראף
שלום על ישראל האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:אז מען גייט צוריק 3000 יאהר גייט מען נישט ... מאכען פייערס ל''ג בעומר..

שוין געשפארט $5,000 פער קאפל.

איך רעד וועגן ל''ג בעומר אין מאנרא[emoji57]

Re: מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גביר

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 4:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פאר דעם, דארף מען נאר צוריק גייען צוואנציג יאר, צום תשנ"ה דרשה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 6:12 pm
דורך איך אויך
וועלקאם צו די 2768'סטע אנטי-סיסטעם אשכול.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 7:11 pm
דורך נולד מאוחר
די טייער לעבן האט גארנישט מיט אידשקייט , סהאט ציטאן מיט מענשטהייט.
נאכמער, די זעלבע וואס איז גורם אונזער סארט אידשקייט איז די גורם פאר די טייער לעבען

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:00 pm
דורך תורה ומדע
נולד מאוחר האט געשריבן:די טייער לעבן האט גארנישט מיט אידשקייט , סהאט ציטאן מיט מענשטהייט.
נאכמער, די זעלבע וואס איז גורם אונזער סארט אידשקייט איז די גורם פאר די טייער לעבען

אבער אונזרע אידישקייט איז גורם אז מען זאת פארהייליגען א טייערע לעבען. דאס איז מיין פאינט..

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:08 pm
דורך תורה ומדע
איך אויך האט געשריבן:וועלקאם צו די 2768'סטע אנטי-סיסטעם אשכול.

ר׳ עקיבא ראה טיפין טיפין יורדים על הסלע. און האט זיך פון דעם אפ געלערנט אז עס טוט אויף..