בלאט 1 פון 2

א וואקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 8:41 pm
דורך גר ותושב
אקדמות מילין בעפאר איך קום צו צום ווארט וויל איך אפגעיבן א דאנק פאר אלע חברים דא אין שטיבל כל אחד בשמו הטוב יבורך איך האב זיך אסאך געלערנט דא פון אלע חבירים און איך האב שטארק הנאה געהאט צו פארברעינגען צוזאמען.
יעצט ווען איך האלט שוין קרוב צום #תגובות האלף האב איך געטראכט וואס איך קען צוריק מהנה זיין די אלע חבירים איך בין נישט קיין שרייבער אדער קאמידיען אבער פטור בלא כלום אי אפשר האב איך געטראכט איך וועל אראפ שרייבן מיין וויקאציע וואס איך האב געהאט אין נייעגרא פאלס א פאר יאר צוריק איך האף אז עס וועט זיין א תועלת יעצט פארן זימער פאר די וועלכע זענען אינטערסירט זיך צו אויסליפטערן אביסל און פארן אויף א וועקאציע און ווייסן נישט ווי צו פארן אדער ווי אזוי צו פארן אדער וואס עס איז דא דארט צו טוהן.
איך וועל עס צוטיילן אויף א פאר חלקים
איך האף עס וועט נישט נעמען צו לאנג צו אנקומען צו א דבר השלם.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 8:41 pm
דורך גר ותושב
די נסיעה צו נייעגרא פאלס!
די וועיג געדוירט מיט א קאר (פון מאנסי) בערך 6 שעה.
מען קען אויך פארן מיט Amtrak (פון white plains) וואס געדוירט בערך 9 שעה די וועיג אהין צו די קאנאדישע זייט פונעם פאלס און די וועיג צוריק אויב פארט מען פון די אמעריקאנע זייט בערך 9 שעה אבער אויב פארט מען ארויס פון די קאנאדישע זייט געדוירט עס בערך 11 שעה וויבאלד עס גייט אדוירך איספעקשען ביים גרעיניץ (הונט קומען אויך ארויף אויפן באן נעמט אין באטראכט אויב איר נעמט מיט די קינדער).
כדי צו פארן פון די אמעריקענע זייט דארף מען פארשטייט זיך אריבער גיין א גרעיניץ פון פאראויס איז אלס צייט ווייס איך נישט וועלכע געדוירט שנעלער אבער פון די בריק וואס פירט צום גרעיניץ קען מען זעין איינס פון די שענסטע views פון די פאלס (פארשטייט זיך נאר און א קלארע וועטער) איז אפשר אלס דעים לוינט זיך צו פארן פון די אמעריקאנע זייט.

די מעלות פון א קאר איז פשוט
*קענסט פארן און קומען ווען די ווילסט

די חסרון פון א קאר איז
*עס פעלט נישט אויס קיין קאר אין נייעגרא פאלס עס איז דא טרענספעטאשיען.
*אלע האטעלס טשארשען טייער געלט פאר פארקינג.

די מעלות פון א טרעין איז
*אז די דארפסט נישט דרייון און קענסט זיצען מיט די פיס ארויף
*אויב פארט מען מיט קינדער איז עס א חלק פונעם טריפ
*די קינדער קענען זיך ארום דרייען און עס איז דא א פלאץ צו עסן.

די חסרונות זענען
*מען דארף זיך צושטעלן צו זייער צייטן
*די איבריגע שעות וואס די וועיג געדוירט
*פארן און קומען צו און פון די באן סטאנציע
*איר זענט נישט די איינציגסטע אויפן באן.
לגבי די פרייזן פונעם באן ווענט זיך ווי פרי מען באשטעלט די טיקעטס.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 8:42 pm
דורך גר ותושב
אכסניה של נייעגרא!
עס זענען דא אסאך האטעלן אין נייעגרא און פארשטייט זיך יעדער דארף קוקן אויף זיין בערזל עס זענען דא ביליגע האטעלס וואס זענען אביסל ווייט פונען פאלס פאר ביליג (זיי שטעלן צו באסעס צו די פאלס) און עס זענען דא וואס זענען נענטער שענער און טייערער.
די שפיץ פון די האטעלן איז די וואס האבן א falls view און אפילו א full falls view וואס מען קען זעין ביידע פאלס פונעם זעלבן פענסטער וואס פאשטייט זיך איז טייערער און שענער.
איך בין געוועין אינעם Hilton hotel און געהאט א full falls view וואס וויפיל מען האט געקוקט אויפן פאלס איז מען נישט זאט געווארן עס געט א ראיגקייט וואס נאר פון טראכטען דערפון פארבענקטס זיך מיר צו פליען אהין.
ביינאכט ביז 12 שיינען אויפן פאלס אלע קאלירן נאך א מזל עס לעשט זיך דעמאלט אויס ווען נישט ווייס איך נישט ווען איך וואלט אויפגעשטאנען די קומענדיגע טאג.
זונטאג און דינסטאג נאכט איז דא העכערן פאלס fireworks איך האב עס מיט געהאלטן איין מאל זיצעדיג אויפן ריקליינער אקעיגן פענסטער אויף א הויכע שטאק פונעם האטעל מיט א ראיגקייט בשעתן עסן נאכטמאל א צווייטע מאל שטייענדיג ביים פאלס ווי די גרידער פון די fireworks האט צוגעגעיבן צו די עקסייטמענט פון די קינדער.
גראדע איז דא א מעיגליכקייט צו מיט האלטן די fireworks פון א שיף אין מיטען די וואסער סמוך ונראה צו די פאלס פאר א שיינע מטבע (מען וועט שפעיטער צוריק קומען צו די שיף).
די קלענערע האטעלס האבן א מעלה אז מען קען כאפן א טבילה פארן דאווענען די pool איז מער ווייניגער ליידיגער מה שאין כן די גרעסערע האטעלן איז אייביג דא דארט מענטשען.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 8:43 pm
דורך גר ותושב
כי ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים!!
די פסוק איז גוט צוגעפאסט פאר די חב"ד שוהל אין נייעגרא פאלס עס קומען דארט דאווענען זקנים ונערים חסידישע ליטווישע מאדערנע וכו' אלע סארט קאפלעך און העמעדער (וואס ווען די זעיסט זיי שפעיטער מיט א cap אויפן גאס וואלסטו זיך געשוואוירן אז די האסט שוין געזעין די גוי ערגעץ) אבער אין בית מדרש כולם אהובים כולם ברורים.
די בית מדרש איז אקיעגן איבער די shereton hotel.
די בית מדרש ווערט אנגעפירט דורך א שליח מיטן נאמען ר' זלמן וואס לערנט פאר אפאר מינוט ציווישן מנחה מעריב און פאקויפט די עליות שני וחמישי מיט א ווארעמע בקשה צו שטיצן די בית מקדש מעט.
שחרית שטעלט מען זיך 8:30
מנחה 15 מינוט פארן שקיעה
מעריב אחר השקיעה
עס איז דא גענוג א גרויסע היימישע עולם און מען קען ערלעידיגן מנינים אנדערע זמנים אויך.
אונטערן בית מדרש איז דא א שטיקל טעיקאוט איך ווייס נישט צו פליישיגס אדער מילכיגס און איך ווייס נישט ווער די בעל מכשיר איז.
אז מען רעדט שוין פון עסן איז כדי צו וויסן אז ביי די minute maid סטענדס איז דא אפאר אייסעס מיט OU השגחה.

המשך יבוא

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:09 pm
דורך גר ותושב
בילדער פון די פאלס בייטאג און ביינאכט און פון די פייער ווארקס געכאפט פון די הילטען האטעל דיסקלעימער די בילדער קומען פון טריפ אדווייזער.

בילד

בילד

בילד

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 1:51 am
דורך קלוגע יודל
וואס טוט מען מיט עסן?

Sent from my XT1528 using Tapatalk

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:51 am
דורך גר ותושב
קלוגע יודל האט געשריבן:וואס טוט מען מיט עסן?

Sent from my XT1528 using Tapatalk

איך האב מיטגענומען עסן פארן גאנצן משפחה און א אייס באקס (די אייס באקס איז צוניץ געקומען אפילו אין די האטעל ווייל זיי געבן דאך א קליינע פרידז וואס קום א באטעל מילעך גייט דארט אריין) פרישטאג ווי נארמאל לאנטש איז געוועין דעינישעס וכדומה.
נאכטמאל האב איך גענומען פארטיגע עסן דאבל רעפט (אין ראקלענד קאושער קען מען צאמשטעלן meals to go פאר גאנץ א נארמאלע פרייז) מען דארף געדעינקען ווען מען באשטעלט א האטעל צו בעיטען א microwave אין וואס מען זאל קענען אנווארעמען די עסן.
למעשה אינעם הילטען האטעל ווי איך בין געוועין האב איך געהאט באשטעלט א microwave אנקומענדיג דארט האבן זיי געזאגט אז אלע זענען שוין פארנימען (עס איז געוועין פיל מיט יודען) בין איך ארויף צום אויבערשטן שטאק ווי עס איז דא א הערליכע רעסטעראנט און זיי געבעיטן זיי זאלן עס אנווארעמען און אזוי האט מען געהאט א פיינע ווארמע נאכטמאל.
גראדע איז אויך דא דארט א יודישע טעיק אוט אונטער די בית מדרש אבער איך ווייס נישט ווער די בעל מכשר איז קענסט זיך נאכפרעיגן און זעין אויב עס איז גענוג גוט פאר דיר.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:56 am
דורך חברהמאן
איך טראכט צי גיין, אבער איך טראכט צי ג'יין פין מצ"ש ביז דינסטאג נאכט, איז עס צי ווייניג צייט ?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 5:40 pm
דורך וואלווי
גר ותושב האט געשריבן:די חסרון פון א קאר איז
*עס פעלט נישט אויס קיין קאר אין נייעגרא פאלס עס איז דא טרענספעטאשיען.
*אלע האטעלס טשארשען טייער געלט פאר פארקינג.


די קאסינא אויף קארנאר פאלסוויו האט זייער ביליג פארקינג

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 5:40 pm
דורך וואלווי
חברהמאן האט געשריבן:איך טראכט צי גיין, אבער איך טראכט צי ג'יין פין מצ"ש ביז דינסטאג נאכט, איז עס צי ווייניג צייט ?


מער ווי גענוג

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:10 pm
דורך גר ותושב
חברהמאן האט געשריבן:איך טראכט צי גיין, אבער איך טראכט צי ג'יין פין מצ"ש ביז דינסטאג נאכט, איז עס צי ווייניג צייט ?

בכלל נישט צו ווייניג די קענסט אין די צייט דעקן אלע מעין זאכען און און מער פון דעים איז הכל ריוח.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:28 pm
דורך גר ותושב
מיר זענען אנגעקומען צום האטעל זונטאג פארנאכטס נאך א לאנגע רייזע אונז זענען ארויף צו אונזער צימער זיך אויסגעפאקט אביסל און געכאפט א שפאציר צום פאלס עס האט שוין אנגעהויבן צו ווערן טינקעל אבער די געסער זענען געוועין געשטאפט מיט מענטשען וואס זענען אויך אראפ צום פאלס צו מיטהאלטן די fireworks.
עס איז גראדע געוועין אביסל ווינטיג און פון דערוואטענס האט מען שוין געפיעלט די מיסט (די פאכטקייט) פון די פאלס גייענדיג נענטער איז די מיסט געווארן שטערקער און די אנלויף פון מענטשען איז אלס געווארן געדעכטער און די קולות פון די פאלס אלס העכער און העכער.
אנקומענדיג האט מען זיך געדארפט אדורך שטיפן אנצוקומען נאנט צום צוים צו קענען כאפן א בליק אויף די נפלאות הבורא אדער נפלאות הבריאה ווי אנדערע זאגן די פאלס האט געשיינט מיט אלע קאלירן דורך גרויסע פרעזעקטארס פון א בילדינג לעבן אונז.
מען האט זיך נישט געקענט זעטיגן פון די מראה נפלאה פון די פאלס און פון די אנלויף פון מענטשען פון אלע לענדער אויפן כדור הארץ די זייגער האט זיך שנעל געריקט און די fireworks זענען שוין ענדליך אנגעקומען עס איז זייער שיין געוועין ווען נאך א יעדע אויפרייס זענען די קינדער געשפרינגען פאר שמחה און זענען ווי פארבלענדעט געווארן פון די אלע קאלירן און שעיפס.
נאך די fireworks האט זיך די פלאץ אויסגעליידיגט האט מען געקענט כאפן בילדער פון די פאלס און פארשטייט זיך אן אייביגע מזכרת ווי מען זעיט זיך שטיין ביים פאלס מיט די גאנצע פאמיליע.
נאכדעים איז געקומען די שפאציר אויף ארויף מען האט זיך צוריק ארויף געשלעפט די בארג צו אנקומען צום האטעל ווי מען האט טועם געוועין עפעס און געגאנגען זאמלען כוחות פאר די קומענדיגע טאג.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:46 pm
דורך גר ותושב
אויפצומארגנס
מיר שטייען אויף די גאנצא פאמיליע צוזאמען די ערשטע זאך עפענט מען די פירהאנג און די פאלס באווייסט זיך במלוא הדרה בעל כרחו האט מען זיך אוועק געריסן פון פענסטער און געגאנגען דאווענען.
די בית מדרש איז בערך 4 מינוט צו וואקן פונעם הילטען האטעל (מען קומט ארויס פונעם מעין ענטרענס מאכט מען א רעכטס און א רעכטס אויף די לינקע זייט איז דא א צוויי שטאקיגע בנין אויפן צווייטען שטאק איז די בית מדרש).
נאכן דאווענען איז מען צוריק צום האטעל ווי א געשמאקע פרישטיק איז געוועין צוגעגרייט דורך די בני בית מען האט געגעסן און געבענטשט און געגאנגען.
מען איז צוריק אראפ געוואקן צום פאלס וואס מען האט יעצט געזעין מיטן גאנצן קלארקייט מיט די ארגינעילע קאלירן.
די גאסן זענען נישט געוועין אזוי אנגעשטאפט ווי די נאכט בעפאר און עס איז געוועין א שיינע וועטער ואילו כל הימים דיו קען מען נישט אראפ שרייבן די שיינקייט און ראיגקייט וואס איז דארט דא מען האט דארט געקענט פארברעינגען שעות ארוכות נאר צו קוקען אויף די פליסיגע וואסערן אבער אונז זענער געקומען אריין כאפן ווי מער האט מען זיך געזעיגנט און געגאנגען קויפן אן adventure pass.
עס זענען דא וואס האבן מער זאכן פאר מער געלט אבער נישט וויסנדיג צו מען וועט אלעס אניאגן האבן אונז געקופט די ביליגערע פאר בערך $55 וואס דאס אינקלאד פיר אטראקשינס און א באס פעס.
די באס פעס איז פאר 48 שעה די באס הייסט wego און עס פירט ארום צו אלע אינטערסאנטע פלעצער פון נייעגרא פאלס.
עס איז צוטיילט לויט קאלירן.
די green line פירט ארום די גאס פון די פאלס.
די red line און blue line פירט דורך Clifton hill וואס איז א מעין גאס פון אטראקשענס.
די באסעס זענען זייער באקוועים אבער אסאך מאל איז עס גאנץ צושטיפט אבער עס איז דא באסעס יעדע פאר מינוט איז אויב זעיט מען אז עס איז פיל איז כדי צו ווארטן אפאר מינוט פאר די קומענדיגע באס.
די פיר אטראקשענס פון די adventure pass זענען ווי פאלגענד.
1) Hornblower niagra cruises (מלפנים maid of the mist)
2) journey behind the falls
3) white water walk
4) Niagara's fury
די Hornblower איז די באקאנטע שיף וואס מען זעיט אין אלע בידער וואס פארט ממש לעיבן און אונטער די פאלס פאר מען גייט ארויף דעראויף כאפט מען בילדער פון א יעדעם און ווען מען קומט אראפ קען מען קויפן די בילדער.
יעדער באקומט א פלעסטיק רעיגן קאוט און מען גייט ארויף אויפן דעק עס איז דא א סכום וויפיל מענטשען קענען ארויף גיין אויף איין מאל דעפאר קען זיך מאכן אז מען זאל ווארטן לאנג ארויף צו גיין.
נאך די פייף לאזט זיך די שיף ארויס אויפן רייזע צום פאלס עס פארט קודם צו די גרויסע פאלס און מען פילט ווי עס שלאגט זיך מיט די כוואליעס צוצוקומען נענטער און נענטער דער עולם ווערט אינגאנצען באגאסן פון די פאלס די קולות פון די פאלס זענען עד לב השמים ערשט דעמאלט ווען מען איז אונטער און נאנט צו די פאלס באמערקט מען ווי הויך די פאלס איז און מען פילט די שטאקע ווינטען וואס די פאלס איז גורם.
דערנאך דרייט זיך די שיף ארום און פארט צו צום קלענערע פאלס ווי דער עולם כאפט בילדער לרחצה און מען פארט צוריק צום בארטן צאתכם ובואכם לשלום.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:49 pm
דורך גר ותושב
דא האט איר די מאפע פון wego בילד

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 11:11 pm
דורך גר ותושב
די שיף סמוך ונראה צו די פאלס.
בילד

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:38 am
דורך גר ותושב
2) the journey behind the falls.
כשמו כן הוא מען גייט אראפ אפאר שטאק און מען באקומט דארט רעיגן קאוטס מען גייט אריין און א טאנעל און מען קומט אן אונטער די פאלס ממש דאס הייסט אז העכער דיר און פארנט פון דיר גיסט זיך די טויזנטער טאנען וואסער פער סקונדע.
עס זענען דא לעכער אזוי ווי פענסטערס אין די וואנט וואס מען זעיט די וואסער שטראמט אראפ און אויך איז דא דארט א דעק ווי מען שטייט ממש לעיבן די פאלס פון אונטן קרוב צום וואסער און מען זעיט פון דער נאנט די אומגלויבליכע סכום פון וואסער וואס פליסט דארט.
עס איז מוראדיג ווינטיג דארט און עס איז איבריג צו זאגן אז מען ווערט דארט באגאסן פון קאפ ביז פיס איז מאכטס זיכער זיך צו גוט ארום נעמען מיט דער רעיגן מאנטל וואס מען טיילט דארט.

בילד

בילד

בילד

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:40 am
דורך גר ותושב
3) white water walk.

ביי די פאלס פאלט אראפ אן געשאצטע 150,000 גאלאן פער סעקונדע און דאס פליט אראפ מיט א מורא'דיגע כוח פון די אויבערשטע טייך צו די אונטערשטע.
די וואסער גלייך נאך די פאלס קוקט גראדע אויס צו זיין זייער שטילע וואסער, אבער שפעטער ווערט עס ראפידס, דאס הייסט זייער שטורעמדיגע וואסער. מען קען עס נישט זעין פון אויבן ווייל עס איז צווישן צוויי גרויסע בערג אויף ביידע זייטן, כדי דאס צו זען איז דא די white water walk ווי מען גייט אראפ מיט אן עלעוועיטער נאנט צום ראפידס (גלייך ווען מען קומט אראפ איז דא א minute maid stand ווי זיי האבן אייסעס מיט א OU ווי שוין דערמאנט אויבן).
עס איז דא דארט א בריק וואס פירט א צוויי דריי מינוט וואלק ביז מען קומט אן צו די טרעפ אראפ צו גיין ממש נאנט צו די ראפידס ווי עס איז אויך דא דארט א פלאץ צו זיצען בשעת'ן קענען זען די רעפידס.

די קולות דארט איז אזוי ווי די white noise פון א noise machine אנדערש ווי נאנט צום פאלס וואס דארט הערט זיך עס ווי די waterfall noise.
עס איז באוויסט אז סתם וואסער בארואיגט א מענטש אבער דארט ציזאמען מיט די קול פון די מים רבים אדירים ווערט מען ממש פארגאפט דערפון און עס איז געווען זייער שווער זיך אוועקצורייסן פון דארט.
ביי די white water walk ווערט מען נישט נאס און מען טיילט נישט דארט קיין רעיגן קאוטס אבער אויב עס איז א רעגנדיגע וועטער נעמט מיט די קאוטס פון די אנדערע פלעצער.

בילד

בילד

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 6:59 pm
דורך גר ותושב
4) the niagara's fury.
אדער ווי זיי רופן עס the creation of the fall's.

מיר אלס מאמינים בני מאמינים גלייבן מיר אז בששת ימי בראשית איז די גאנצע בריאה באשאפען געווארן, און ווען מען קומט צו אזא נאטירליכע פלאץ וואס א מענטש האט דאס נישט צוגערירט זעט מען די הערליכקייט פונעם בריאה, און אונז גלייבן אז די באשעפער האט באשאפען די פאלס כפי מה שהם, איך האב גראדע געהערט שיטות וואס זאגן אז די נייעגרא פאלס און די גרענד קעניען זענען געשען בשעת המבול, אבער אפילו הכי גלייבן מיר אז דאס איז מעשי ידי הבורא וואס האט אונז געגעבן פלעצער ווי אונז זאלן קענען נתפעל ווערן פון די בריאה, אבער די בני אומות העולם האלטן דאך אז די וועלט איז פון זיך אליינס באשאפן געווארן, האבן זיי א שטיקל פראבלעם ווי אזוי זענען די הערליכע נאטירליכע פלעצער באשאפען געווארן פון זיך אליינס.

אויף דעים איז דא דער Niagaras fury, וואס פאר מען גייט אריין אינעם צימער ווייזן זיי א animation פון א מעשה ווי אזוי די פאלס איז created געווארן דורך שטורעמעס און דאס גלייכן, נאכדעם גייט מען אריין אינעם צימער וואס דער צימער איז כאילו ממחיש די שטורעם און די גאס רעגן וואס זיי זאגן אז עס האט פאסירט בשעת די פאלס איז created געווארן (פארשטייט זיך מען באקומט רעיגן מאנטלען).

ווען מען גייט אריין שטייט מען אויף א גלאז ארום גענומען מיט א געיט זיך אנצוכאפן און אינדערמיט איז אויך דא פלעצער זיך צו אנכאפען.
אונטער די גלאז און ארום די גלאז נאכן געיט איז דא וואסער און עס הייבט אן צו רעיגענען פונעם דאך בשעת מעשה זעיט מען אויך אויף די סקרינס פון די וואנט ווי עס רעיגנט עס ווערט א שניי דערנאך הייבט אן צו דינערן און בליצען די גאנצע פלאר ווארפט זיך און א שלאקס רעיגן לאזט זיך אראפ עס האלט אן אזוי א פאר מינוט ביז ווען אויף די סקרינס אויפן וואנט באווייזט זיך די פאלס, און מיט דעם ווילן זיי איינרעדן דעם עולם אז אזוי איז די פאלס קריעטעד געווארן.

דאס איז די איינציגסטע פון די פיר זאכן פונעם adventure pass וואס איז נישט קיין נאטירליכע view.
עס איז נישט דא קיין קלארע בילדער פון דעים אויף טריפ אדווייזער איז ואתכם הסליחה, אויב איינער האט אפשר א בילד איז מכובד דאס ארויף צו לייגן.

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 7:06 pm
דורך דעת תורה
ייש"כ גר ותושב, זייער א גוטע איידיע צו באשרייבן אזא פלאץ, מיט אלע אטראקציעס. זייער אינטערעסאנט און באלערנד

Re: א וויקאציע אין נייעגרא פאלס

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 7:18 pm
דורך גר ותושב
אויף די טייערסטע adventure pass איז דא נאך פיר זאכן.
Whirlpool Aero car
פון די בילדער קוקט עס אויס ווי א טשער ליפט איך בין נישט געוועין דעראויף און איך האב נישט געהערט פון קיינעם וואס איז געוועין דעראויף איז איך ווייס נישט מער פרטים.
Butterfly conservatory
איך האב געהערט מענטשען האבן הנאה געהאט דערפון און מענטשען וואס זענען נישט אזוי נתפעל געווארן דערפון.
Floral showhouse
ווייס איך נישט וואס דאס איז קוקט אויס ווי א ביוטאנעקל גארדן.
Falls icline
איז א עלעוועיטער וואס טראגט ארויף פון די פאלס עס קוקט אויס ווי פרענטשעס און בשעת ארויף פארען זעיט מען גאנץ א שיינע view פון די פאלס.

אויב איינער איז געוועין אויף איינע פון די פיר זאכן זאל ביטע ארויס העלפן אנדערע און מיטיילען די פרטים.

בנוגע די פיר זאכן פון די קלענערע פעס וואלט געוועין כדי צו דאס צוטיילן אויף צוויי טעיג עס איז נישט אינטערסאנט צו גייט אלעס אין איין טאג עס איז צופיהל וואסער פאר איין טאג און ספעציעל די white water walk און the journey behind the fall's זאל מען זיכער נישט גיין איינס נאכן אנדערן עס איז גאנץ ענדליך.

עד כאן איז די adventure pass עוד היד נטויה צו באשרייבן פילע אנדערע זאכן וואס זענען דא צו טוהן דארט בנוגע די פאלס און אויך אנדערע אטרעקשענס וואס זענען דא דארט.
המשך יבוא

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 7:59 pm
דורך איך אויך
ווער וויל גיין פארקויפן מעילס דארט? איך בעט נאר צעהן פראצענט פארען געדאנק.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 8:03 pm
דורך גר ותושב
איך אויך האט געשריבן:ווער וויל גיין פארקויפן מעילס דארט? איך בעט נאר צעהן פראצענט פארען געדאנק.


גר ותושב האט געשריבן:גראדע איז אויך דא דארט א יודישע טעיק אוט אונטער די בית מדרש אבער איך ווייס נישט ווער די בעל מכשיר איז, קענסט זיך נאכפרעגן און זען אויב עס איז גענוג גוט פאר דיר.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 8:05 pm
דורך איך אויך
ר' גר עס וועט דיר אפשר זיין אנטרעסאנט צו וויסן אז אזוי פרי ווי 1882 האט מען זיך שוין באנוצט מיט די פאוער פון די פאללס צו גענערעיטן עלעקטריציע ,אינטער די וואסער איז באהאלטן טורביינס וואס דרייען זיך. זעה אביסל דא און דא און דא.