בלאט 1 פון 2

האט איר שוין אמאל געטראפן א...

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 10:39 pm
דורך טמיר
א פאמעליכע גוגל סורטש?

א גוזמא וואס איז נישט "ממש"?

א מת וואס איז נישט געווען קיין עסקן?

א מרביץ תורה וואס איז נישט חשוב?

א צוועק וואס איז נישט וויכטיג?

א געשעפט וואס איז נישט די ביליגסטע?

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 10:48 pm
דורך שמיטשיק
א רבי וואס איז נישט נעתר לבקשתינו צו קומען באזוכן?

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:08 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
א פאבליק בית כסא וואס איז נישט אנגעפישט

א מקוה וואס האט נישט קיין האר אויף די ווענט

א קליין קינד וואס איז נישט cute

א שידוך וואס איז נישט פאסיג

א רעביש קינד וואס ארבעט

א ארץ ישראלדיגע יוד וואס גייט נישט נאך געלט

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:29 pm
דורך סמבטיון
א גענצליך ריינע האנטוך אין מקוה..

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:46 pm
דורך שמעון וואלף
סמבטיון האט געשריבן:א גענצליך ריינע האנטוך אין מקוה..


מיטאמאל א 'גאנצליך' האנטוך קען מען טרעפן

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 12:06 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 12:25 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:א גענצליך ריינע האנטוך אין מקוה..


מיטאמאל א 'גאנצליך' האנטוך קען מען טרעפן

נו. איהר קענט מנדב זיין א 100 האנטוכער פאר די מקוה פונ'ם הוידו-נאנאשער רעבי'ן זכותו יגון עלינו...!

Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
דורך נאסע ליילעך
אומגעשמאקע מחנך

פארשטענדליכע טאטע

באם מיט א בארד

טלית קטן אן א פלעק

טייערע זייגער וואס ארבעט

די מחותן ביי א חתונה

Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:45 am
דורך 65th
די וועלט זאגט אז דריי זאכן זיך מען אבער מען וויל נישט טרעפען
1)חמץ אין פסח
2) וערים אין פירות
3) א איידעם א תלמיד חכם...


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:10 am
דורך געוואלדיג
א חתן נישט קיין ת"ח

א כלה נישט קיין מהוללה

א נפטר א גנב

Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:12 am
דורך mevakesh
65th האט געשריבן:די וועלט זאגט אז דריי זאכן זיך מען אבער מען וויל נישט טרעפען
1)חמץ אין פסח
2) וערים אין פירות
3) א איידעם א תלמיד חכם...


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווערים אין פירות וויל מען נישט טרעפן? הלוואי...

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
mevakesh האט געשריבן:
65th האט געשריבן:די וועלט זאגט אז דריי זאכן זיך מען אבער מען וויל נישט טרעפען
1)חמץ אין פסח
2) וערים אין פירות
3) א איידעם א תלמיד חכם...


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווערים אין פירות וויל מען נישט טרעפן? הלוואי...

ס'ווענדט זיך ווער...!
די רבנים פון כולל ---- זוכן דאך אייביג פרישע סחורה....אייער, טשיקנס, האט-קאפס, סטראבעריס, ועוד ידם נטויה...!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 1:22 pm
דורך א איד
און אויב זיי טרעפן נישט, מאכן זיי אייגענע ווערים.

Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 1:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יואב האט שוין פותר געווען. ס'איז דא א ביזנעס פון אימפארטירען ווערים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 3:54 pm
דורך שבת אחים
א אדמור א תלמיד חכם.

א רבישע טווערסקי טייטעלבוים האגער האראוויץ אן קיין אויסגעצאלטע הויז/פאלאץ

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
יא

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 4:08 pm
דורך געוואלדיג
א בעל דרשן וואס האט זיך פארגעקוקט

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 5:35 pm
דורך וואלווי
א נפטר-

וואס איז נישט געווען זהיר אין קדושת ביהמ"ד?

וואס האט נישט מקבל געווען יסורים באהבה?

Re: האט איר שוין אמאל געטראפן א...

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:17 pm
דורך הערסטע
א אייטעם אויף סעיל ווען איך דארף וויכטיג דעם אייטעם

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 3:54 pm
דורך אברך משי
mevakesh האט געשריבן:
65th האט געשריבן:ווערים אין פירות וויל מען נישט טרעפן? הלוואי...


שמעתי אז די רבנים גייען אויף די סדר פון אלף בית און זיי אסערן צוליב ווערים

לדוגמא
א'ייער
ט'רויבן
ס'טראבערי
ס'עלערי
ר'עזבערי

אך און ויי ווען זיין וועלן אנקומען צו ת'

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:48 pm
דורך א איד
וועט מען פריש אנהייבן פון אלף

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:28 pm
דורך אברך משי
א געשעפט אדער קאמפאני וואס שטעלט אייך נישט צו "די שנעלסטע סערוויס" און "בעסטע קוואליטעט"

אן עושר וואס האט נישט "תורה וגדולה" במקום אחד

א שנארער (ווי משוגע ער זאל נישט זיין) וואס זאל רייך צוריקגעבן צופיל change פון אייער דאלער

"נאטורליכע טראפן" און "ווינדערבארע געשפריצן" וואס קענן נישט היילן "אלעס" אנגעהויבן פון א קליין פימפל, ווארצל, שניט, באאבאא, און געענדיגט ביי הארץ פעלערס און יענע מעשה רח"ל

א אדמו"ר וואס איז נישט א "גאון" ווי אויך א "קדוש" אינאיינעם

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:45 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א רבי וואס איז נישט א גנב

א רבי וואס איז נישט א רשכב"הג

א סאקמערע וואס האלט אז חוץ די רעבא זחיסע יאגאן אאלייני זענען אויך געוועהן אנדערע צדיקים