בלאט 1 פון 2

א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:05 pm
דורך 65th
א טאטע האט פארגעסען אין איבער גילאזט זיין בעבי אין די קאר
נאך דריי שעה האט ער זיך דערמאנט אבער ליידער צי שפעט


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:16 pm
דורך 65th
איך האב גיטראכט צי לייגען בילדער כדי דער עולם זאל זיך גיט באווארענן אבער עס חאפט א שרעק
אידען
האט רחמנות אויף אייער קינדער אין אויך אויף אייך


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:08 pm
דורך פיקאסא
א פחד א שרעק.
ס'קען געשעהן צו יעדען ה"י.
אפאר טעג צוריק איז עס געשעהן צו מיר, ב"ה איך האב מיר געכאפט נאך 5 מינוט.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:11 pm
דורך שמיטשיק
וויי געוואלד, נאר דער באשעפער קען טרייסטן די צושאסענע עלטערן.

עס איז באקאנט אז די דעגרי אין א פארמאכטע קאר גייט ארויף זייער שנעל, פארוואס זענען נאך נישט די קאר פירמעס אויפגעקומען מיט א געדאנק צו קענען פארמיידן די היץ פון ארויפגיין אזוי ברוטאל שנעל אין א פארמאכטע קאר?

Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:28 pm
דורך קל וחומר
אדער א דיטעקטער וואס כאפט אויף אז א מענטש איז אינעווייניג, און נעמט זיך פייפן

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:39 pm
דורך ליפא
וויאזוי פארגעסט מען? איז עס אז מ'כאפט בכלל נישט אז א קינד איז דארט מ'פארגעסט אז 'מהאט עס מיטגענומען, אדער ווייסט מען יא נאר מ'טראכט אז מ'גייט ארויס פאר א מינוט און מ'פארגעסט צוריקצוקומען? כקען נישט פארשטיין וויאזוי מקען א קינד פארגעסן!!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאר א גוטע עצה ראיתי, שטענדיג צו האבן א צאמי ארויפגעלייגט אויפן קאר שליסל רינג.

נאך א עצה, לייגן די סעלפאן אין די קאר סיעט. דא דארף מען אבער שוין געדענקן צו לייגן.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:55 pm
דורך בעל מדות
רויטע וואנצעס האט געשריבן:גאר א גוטע עצה ראיתי, שטענדיג צו האבן א צאמי ארויפגעלייגט אויפן קאר שליסל רינג.

נאך א עצה, לייגן די סעלפאן אין די קאר סיעט. דא דארף מען אבער שוין געדענקן צו לייגן.

[justify]לייגן א צומי אויפן קאר שליסל איז נישט דער בעסטער אויסטרעף, צוליב וואס מען ווערט צוגעוואוינט דערצו, און עס וועט זיין זייער אומאנגענעם אז מיינע ארומיגע זאלן מיר זען ארומגיין מיט א צוציקל הענגען פון מיין שליסל האלטער.

מען דארף פשוט מיטנעמען א קינד צו יעדע צייט, אפילו אויב לאזט מען די קאר אנגעצינדן, עס איז נישט זיכער, און אפילו סעלפיש. די פאטער גייט ארויס צום געשעפט, נעמט א גוטן סטרעטש, מאכט זיך גרינגער דאס בייכל מיטן ארויסבלאזן דאס וואס איז אים שווער, און פארן קינד באפעלט ער צו בלייבן זיצן אינעם דומפיגן קאר, איינגעוויקלט איו אומבאקוועמע פארקניפטע זיץ-פאסיקעס.

האסט געברענגט א קינד אויף דער וועלט?!, געב אכטונג אויף אים אויף טריט און שריט, איך בין זיכער אז דער פאטער פון אט דער קינד היינט וויל שוין קיין קאר נישט האבן אין זיין פארמעגן, עס איז די לעבן פון א אומבאהאלפן שטיקל פלייש, אנגעוויזן אויף די רחמים פון זיין שטארקע טאטע.[/justify]

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 11:42 pm
דורך ירח בן יומו
C/P
הי, קוראים לי יוסי

אני חגור במושב הבטיחות בכיסא האחורי ברכב, אבא נוהג, ברדיו יש מוזיקה של גדולים ועוד מעט בטח נגיע הביתה.

אמא כבר מחכה לי בבית עם ארוחת הצהריים ואני כל כך רוצה כבר לשחק במשחקים שלי, הנה, אני מרגיש שאבא כבר חונה. כן. הוא נוסע אחורה.

אבא כיבה את האוטו, הוא בטח כבר ירים אותי על שתי ידיים ויעלה אותי הביתה.

אבא יוצא מהאוטו, הנה הוא סוגר את הדלת, הופ, הוא סגר עם השלט, הוא בטח עוד רגע יבין שנלחץ לו בטעות ויפתח לי את הדלת.

לא. אבא הולך הביתה... הלו... אבא'לה...

מתחיל להיות חם באוטו, אני מזיע, משעמם לי פה. הלו... אבא...

קשה לי לנשום. אני מרגיש חלש. אין לי אוויר.

העיניים שלי נעצמות. קשה לי לחשוב. אני מנסה להיזכר באמא, לצעוק אליה בכוחות האחרונים, אולי היא שומעת... אבל... אני לבד. אף אחד לא שומע.

אני מחפש את הבקבוק על המושב שלידי, בכוחות האחרונים עוד מצליח לשתות כמה טיפות של פטל שנשאר לי מהמטפלת, אבל עדיין אין לי אוויר לנשום.

אני מתעלף. עוברות עוד מספר דקות ואני כבר לא נושם.

עוברות להם עוד דקות ארוכות, הדלת נפתחת, נשמעות צרחות, עוד דקה או שתיים ואני שומע מישהו עם הרבה רעשים של מכשיר קשר, הוא לוחץ לי על החזה הרבה פעמים ומכניס לי אוויר לפה ולאף. ככה הרבה פעמים, הוא לוחץ ומכניס לי אוויר, אך, אני מרגיש דקירה ביד. הם הכניסו לי מחט.

עוברת שעה, הם עוזבים אותי. מכניסים אותי לתוך שקית ומישהו מרים אותי על הידיים.

אני שומע את אבא ואמא בוכים, הם קוראים לי יוסי יוסי, אבל אני לא יכול לענות להם. אני מת. זהו, הכניסו אותי לתוך רכב, הוא כבר לא מדליק סירנות כי אולי אין לו לאן למהר, אבל הוא נוסע.

הגענו. מישהו מרים אותי שוב, מניחים אותי על רצפת שיש קרה, אני שומע הרבה אנשים גדולים מדברים במילים של גדולים ובוכים. הבנתי רק שהם אמרו ש"הילד הלך ואיננו" וש"זאת כפרה על הדור". נראה לי שאני יודע מה זה כפרה, אמא תמיד היתה אומרת לי "יוסי כפרה עליך".

טוב, מרימים אותי שוב, אני עטוף בטלית, הולכים הרבה ברגל, ופתאום אני מרגיש שמניחים אותי על עפר, אני שומע את אמא ואבא בוכים, לאן הם לוקחים אותי?

פתאום, שקט. אני מרגיש שסוגרים עלי עם בלוקים, הנה אני מרגיש ששופכים חול, כן. ממש כמו בארגז חול שאנחנו משחקים בגן. אני רוצה גם לשחק בחול.

אני כבר בקושי שומע את האנשים. נהיה כאן שקט. אני לבד וקר לי.
זהו. שקט.

אני הייתי יוסי, ושכחו אותי ברכב.

דבר הכותב: אין בדברים חלילה כדי לדון את ההורים ואין אנו יכולים לדמיין ולשער את כאבם של ההורים שללא ספק לא יירפא לעולם, אך בהכרח הדברים נועדו לצמרר ולהמחיש את תחושותיו של יוסי (שם אקראי) שנשכח ברכב כדי לגרום לנוהגים ברכב לבדוק שוב אם הם לא שכחו את יוסי שלהם.
דביר עדני.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:08 am
דורך שטילע אינגערמאן
איך פארשטיי נישט ווי אזוי מלאסט ״בטעות״ איבער א קינד אונעם קאר, קאמאן אביסעל אחריות, ווי פארנומען מאיז נאר, מרעדט דא וועגען די זאך וואס איז די מערסטע חשוב ביי א טאטע.
אפי ווען כבין אליין אין קאר איידער איך גיי ארויס דריי איך זיך ארום אלץ א פאוביע.
נישטא קיין תירוץ דערויף.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:37 am
דורך זבולון
עס איז א ווייטאגליכע טראגעדיע, און איך פיהל נישט ריכטיג צו צו-לייגן זאלץ אוויף די טרערן.

אבער בינינו, אנשטאט צו מאכן טריקס און עצות ווי אזוי נישט צו פארגעסן א קינד אין קאר, אפשר דארפן מיר אנפאנגען צו ארבעטן צו אנערקענען די אחריות וואס מיר האבן פאר אונזערע קינדער.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט מיר זעהן פארגעסן מיינע קינדער אין קאר. ווען מיין קינד איז אין קאר, איז עס אין מיין קאפ די גאנצע צייט, קאנטשעסלי און סאב-קאנטשעס. איך בין נישט מצליח צו באגרייפן וואס דאס מיינט מ'לאזט איבער א קינד אונטער זיך.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:46 am
דורך [NAMELESS]
האט שוין פאסירט אזא מעשה אין אמעריקה?
אין ארץ ישראל האט מען שוין געהערט מער ווי איינמאל, דוכט זיך. מה פשט?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:57 am
דורך זבולון
עמעזאן האט געשריבן:האט שוין פאסירט אזא מעשה אין אמעריקה?

ליידער יא.

http://noheatstroke.org/

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:59 am
דורך ליפא
ער מיינט זיכער צו פרעגן צי ס'האט שוין פאסירט אין אמעריקע ביי א איד

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:15 am
דורך נולד מאוחר
מיסטעקס קען געשען מיט יעדע.
דע טאטע האט ביז היינט אויך געקענו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא זאל קען פאסירן.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:25 am
דורך שאולדיספריםפאקער
קל וחומר האט געשריבן:אדער א דיטעקטער וואס כאפט אויף אז א מענטש איז אינעווייניג, און נעמט זיך פייפן

ס׳דא עטליכע סארט דיטעקטארס וואס מען קען קויפן וואס ארבעט מיטן קאר סיעט
דא האט איהר איין וועבזייטל וואס פארקויפט אזא patent פראדוקט וואס איז גראדע א היימישע קאמפעני וואס צוויי יונגעלייט פון לעיקוואוד האבן געגרינדעט

https://www.babyalert.info/

Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 7:36 am
דורך א איד
נולד מאוחר האט געשריבן:מיסטעקס קען געשען מיט יעדע.
דע טאטע האט ביז היינט אויך געקענו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז ער קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא זאל קען פאסירן.

אז דער אויבערשטער וויל שיסט א בעזים, אז עס איז באשערט קען מען זיך נישט ארויסדרייען.
און ווי אנדערע האבן געשריגן, די רחמנות אויפן טאטן איז ביסיידס די ווייטאג פון פארלירן א קינד, וואס עס שטייט שוין מכה אשר לא כתובה בתורה זו מיתת הבן בחיי האב, אז אפילו די תורה וויל נישט ארויסשרייבן אזא מין קללה.
אבער די גילט וואס די טאטע האט איז אין לשער.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 8:41 am
דורך שמעקעדיג
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אדער א דיטעקטער וואס כאפט אויף אז א מענטש איז אינעווייניג, און נעמט זיך פייפן

ס׳דא עטליכע סארט דיטעקטארס וואס מען קען קויפן וואס ארבעט מיטן קאר סיעט
דא האט איהר איין וועבזייטל וואס פארקויפט אזא patent פראדוקט וואס איז גראדע א היימישע קאמפעני וואס צוויי יונגעלייט פון לעיקוואוד האבן געגרינדעט

https://www.babyalert.info/


פחד נורא די מעשה. און ווי געשריבן, א ביטערע רחמנות אויפן טאטן, אנגעהויבן פון די מאמענט וואס דער טאטע פארפעלט א הארץ קלאפ - בשעת עס בליצט אים אויף אין זכרון אז ער האט געלאזט דאס קינד אין קאר, שיעור כאפענדיג א הארץ אטאקע - ביז די שוידערליכע מאמענט ווען עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן, עולם חשך בעדו, זעענדיג זיין קינד ל"ע אין אזא מצב, און די גילטי פילינגס וואס פאלגט נאך... איי טאטע, עס לאזט זיך נישט באשרייבן.

און זאל קיינער נישט דן זיין און דזשאדזשן א טאטן, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, אפשר האט ער פונקט געהאט דאגות וואס קוועטשט אדער אנדערע וויכטיגע זאכן צו ארלעדיגן, און בכלל אז מען וויל פון הימל, מאכט מען פארגעסן.

עכ"פ וועגן די דיטעקטאר'ס אין א קאר וואס כאפט אויף, ווי געשריבן, זענען שוין פאראן עטליכע קאמפעניס וואס מאכן דאס,

ווי צב"ש
http://www.cbsnews.com/news/how-technol ... -hot-cars/
http://www.evenflo.com/SensorSafe/
http://www.gizmodo.com.au/2012/06/child ... n-the-car/

צוביסלעך קומען קאר קאמפאניס אליינס ארויף מיט מעטאדן און סענסארס צו דיטעקטאן קינדער אין די קאר סיעטס. כ'האב ערגעץ געלייענט אז BUICK קומט בקרוב ארויס מיט אזא סארט טעכנאלאגיע.

אינטרעסאנט, דער וועבסייט טענה'ט אז די טריקס זענען נישט קיין סך ווערד
http://thestir.cafemom.com/being_a_mom/ ... nt_prevent

אלענפאלס, זאל השי"ת שומר ומציל זיין אלע אידן, און טרייסטן די עלטערן מיט א נחמה גמורה ובתחיית המתים בקרוב ממש.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:39 am
דורך בת קול
פאר די אלע וואס פארשטייען נישט וואזוי מען לאזט איבער א קינד אין קאר:

עס קען געשען צו יעדעם.
עס איז געווען גאר א הייסע זוממער טאג. איינע פון מיינע פילע געשוויסטער איז אמאל איינגעשלאפן אין קאר. ווען מיר זענען ארויסגעקומען איז יעדער אריינגעלאפן אין באנגעלאו, אדער צו די חברים, און ס'איז נישט איינגעפאלן פאר מיין טאטן צו ציילן די קינדער פאר ער לאזט זיי גיין. נאך א וויילע, ווען מיין מאמע האט גערופן יעדן צו נאכטמאל, האט מען אים נישט געקענט געפונען. עס האט געדורט 2 שעה פון זיכעניש אין וואלד, ביז עס איז איינגעפאלן צו קוקן אין קאר. עס האט זיך ב"ה אויסגעלאזט אקעי, אבער עס וואלט זייער גרינג געקענט זיין די קאטאסטראפי פונעם זוממער.
מיין מאמע האט דעמאלץ געזאגט: "איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואיזוי דאס קען געשעהן צו מענטשן, אבער יעצט זעה איך אז מען זאל זיך קיינמאל איבערשאצן."
אין איינע פון די קינדער דערציילן ביכלעך פון חיים וואלדער, דערציילט א מיידל אז איר טאטע פירט זיך, אז ווען א קינד ווערט 2 יאר אלט, גרייט ער אים אן א מתנה אינדרויסן פון קאר, און לערנט אויס פארן קינד וויאזוי אליינס ארויסצוקומען פון קאר, (עפענען די סיט בעלט, דריקן דאס ריכטיגן קנעפל די טיר זאל זיך אויפשפארן, שלעפן די טיר) קען ער באקומען זיין מתנה.
געווענטליך לאזט מען נישט איבער א פיצל אין קאר, נאר א גרעסערע קינד וואס וואלט אליין ארויסגעקומען. אויב ווייסט ער וויאזוי ארויסצוקומען, קען מען האפענטלעך פארמיידן פילע טראגעדיעס.

Re: א ביטערע טראגעדיא אין ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:41 am
דורך א איד
דער וועבזייטל שרייבט אזוי בפשטות אלס זיך באווארענען, אז מען זאל זיי נישט קלאגן אויב עס וועט נישט ארבעטן

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:02 am
דורך שאולדיספריםפאקער
בת קול האט געשריבן:פאר די אלע וואס פארשטייען נישט וואזוי מען לאזט איבער א קינד אין קאר:

עס קען געשען צו יעדעם.
עס איז געווען גאר א הייסע זוממער טאג. איינע פון מיינע פילע געשוויסטער איז אמאל איינגעשלאפן אין קאר. ווען מיר זענען ארויסגעקומען איז יעדער אריינגעלאפן אין באנגעלאו, אדער צו די חברים, און ס'איז נישט איינגעפאלן פאר מיין טאטן צו ציילן די קינדער פאר ער לאזט זיי גיין. נאך א וויילע, ווען מיין מאמע האט גערופן יעדן צו נאכטמאל, האט מען אים נישט געקענט געפונען. עס האט געדורט 2 שעה פון זיכעניש אין וואלד, ביז עס איז איינגעפאלן צו קוקן אין קאר. עס האט זיך ב"ה אויסגעלאזט אקעי, אבער עס וואלט זייער גרינג געקענט זיין די קאטאסטראפי פונעם זוממער.
מיין מאמע האט דעמאלץ געזאגט: "איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען וואיזוי דאס קען געשעהן צו מענטשן, אבער יעצט זעה איך אז מען זאל זיך קיינמאל איבערשאצן."
אין איינע פון די קינדער דערציילן ביכלעך פון חיים וואלדער, דערציילט א מיידל אז איר טאטע פירט זיך, אז ווען א קינד ווערט 2 יאר אלט, גרייט ער אים אן א מתנה אינדרויסן פון קאר, און לערנט אויס פארן קינד וויאזוי אליינס ארויסצוקומען פון קאר, (עפענען די סיט בעלט, דריקן דאס ריכטיגן קנעפל די טיר זאל זיך אויפשפארן, שלעפן די טיר) קען ער באקומען זיין מתנה.
געווענטליך לאזט מען נישט איבער א פיצל אין קאר, נאר א גרעסערע קינד וואס וואלט אליין ארויסגעקומען. אויב ווייסט ער וויאזוי ארויסצוקומען, קען מען האפענטלעך פארמיידן פילע טראגעדיעס.

דאס לערנען דאס קינד וויאזוי אליינס ארויס גיין פון קאר קען האבן א פארקערטע עפעקט אויך ווי שוין געוועהן אז קינדער האבן געעפנט די טיר אינמיטן פארן און ליידער ארויסגעפאלן, איך לייג די טירן אויף child safety lock איך וועל זיי קיינמאל נישט לערנען וויאזוי צו עפענען די טיר

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:10 am
דורך חברהמאן
אין די זומער האב איך א געווינהייט צי אייביג לאזן די פענסטער אפען אביסעל, פשוט אז די קאר זאל נישט ווערן צי הייס

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:29 am
דורך אברך משי
איך האב שוין פון לאנג א חקירה אויב סריכטיג דאס וואס מבאשטראפט שפעטער די עלטערן ממש ווי רוצחים פארן איבערלאזן דאס קינד
סאיז באמת א טעות און יעדע פארשטייט אז זיי האבן נישט געוואלט במזיד הרגענען דאס קינד
און די אלע וואס זענען דא אזוי איין-זייטיג אז "ווי אזוי קען מען איבערלאזן א קינד אין א קאר און ווי אזוי קען מען פארגעסן" לדעתי קען עס געשען ביי יעדעם ח"ו און עס איז נישט אנדערש פון אנדערע טעותים רח"ל
ואל תדון את חברך